about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
מוצאי אתה בחרתנו
אין דער וועלט פון ספרים, ביכער און מחברים
קטלא קניא
 

אַ נייער בוך וועגן חסידישע יוגענטלעכע וואָס גייען אַראָפּ פון “דרך”, איגנאָרירט וואָס עס טוט זיך הינטער די קוליסן פון די חסידישע קהילות זעלבסט

Unchosen -  The Hidden Lives of Hasidic
Rebels. -- By Hella Winston. -- Beacon Press. 185 PP.

ווען וועלטלעכע שרייבער שילדערן חסידים איז לא ימלט אַז זיי זאָלן נישט מאַכן דעם איינדרוק פון האָבן אינפילטרירט אַ געהיימע סעקטע אַרומגענומען מיט מעכטיקע באַפעסטונגען. פיל מאָל טרעפט אַז שרייבער אַנטדעקן די וועלט פון חסידים אין זוך פון זייער אייגענעם אידענטיטעט. ווידער, אַ סך פון זיי ווערן ראָמאַנטיזירט פון דער עקזאָטישקייט מיטן געפיל אַז אפילו אויב ביי זיי אַליין איז דאָ ווייניק אידישקייט און גייסטיקייט, זענען נאָך דאָ די שרפי קודש וואָס זענען יוצא אַלע אַנדערע אידן. אַנדערע, ווידער, גיין אַוועק צופרידן אַז וואָס זיי האָבן געמיינט איז אויטענטישע אידישקייט, איז אין אמתן גאָר דעקאַדענט, אָדער סתם אָנגעבלאָזן און נישט זייער צום אַפּעטיט, און ממילא איז זייערע אייגענע ווערסיע גאָרנישט אַזוי פּסול.

אַז די פיגורעטיווע ווענט וואָס די שרייבערס קלעטערן בכדי צו כאַפן אַ בליק לפני ולפנים דינען אויף אָפּצוהאַלטן די אינעווייניקסטע פון אַנטלויפן מחוץ למחנה פּונקט ווי זיי שליסן אויס די דרויסנדיקע פון אַריינגיין לתוך המחנה, דאָס זעען ווייניק פון די באַזוכערס. נאָך ווייניקער פון די סעקולערע פאָרשער און שרייבער גיבן זיך אָפּ מיט די וואס געפינען זיך הינטער דער וואַנט וואָס קלעטערן אויך, אָבער פון אינעווייניק אויף אַרויס. פיל לייכטער איז צו שרייבן וועגן דעם כלל וואָס איז מקיים אשרי יושבי ביתך ווי איידער זיך אָפּצוגעבן מיט די יחידים וואָס זוכן דעם אשרי תמימי דרך און האַלטן אין איין פרעגן במה יזכה נער את ארחו.

אַן אויסנאַם איז העלאַ ווינסטאָן, אין איר נייעם בוך “אָנטשאָוזין”´ (ביקאָן פּרעס, באָסטאָן), וועגן חסידישע “רעבעלן” וועלכע ראַנגלען זיך מיט די רעליגיעזע איבערצייגונגען מיט וועלכע מ’האָט זיי געהאָדעוועט, אָדער וועלכע זענען לגמרי אַראָפּ פון “דרך”, פון דעם רעליגיעזן אַרט-לעבן. זי שטעלט זיך נישט פאָר פאַר אַ מבין אויף חסידים און דער בוך מאַכט נישט קיינע פּרעטענזיעס פון מבינות זאָגן אויף חסידישע קרייזן. פון דעם פאַרשטריימלטן באַגאַרטלטן יחיד אויפן טאָוול פון בוך מיטן רוקן צו דעם מזרח וואַנט פון וויליאַמסבורג און זיין פּנים צו דעם מאַגנעט פון מאַנהאַטן, האַלטנדיק זיין פּעקל כאילו ער טראָגט בלויז אַרויס די מיסט און קומט שוין צוריק, פון דעם טאָוול דורך דעם גאַנצן בוך איז דאָס אַלץ אַ בוך וועגן יחידים, נישט אַ באַשרייבונג וועגן דעם “סיסטעם”. דאָס גופא איז דער חן פונעם בוך כאָטש אויך דער חסרון.

נישט זייענדיק אַ מבין אויף חסידים און זייער לעבנסשטייגער, גיט ווינסטאָן נישט צופיל אַנאַליז אויף וואָס זי זעט. זי דערציילט וועגן די פיגורן וואָס זי האָט אָנגעטראָפן במשך איר פאָרשונג פאַר אַ דאָקטאָראַט אין סאָציאָלאָגיע, ווי למשל אַ גרופּע סאַטמאַרע פרויען. פון זיי האָט זי דאָס ערשטע מאָל באַגריפן אַז נישט אַלס וואָס איז געשוירן איז גלאַטיק, און נישט יעדער וואָס מאַכט “שעשני כרצונו” איז טאַקע אַזוי דאַנקבאַר. עס איז מיט דער נאַאיוויטעט פון אַזאַ הוה אמינא אַז ביי חסידים איז אַלץ פּערפעקט, מיט וועלכע זי הויבט אָן איר אויספאָרשונג. עס איז מיט די קינדערישע אמונה אַז אַלס איז גענוי ווי די חסידים שילדערן זיך צו זייערע אייגענע און צו דער וועלט, מיט וועלכע ווינסטאָן טרעפט זיך מיט די ווייבער. אויב זי האָט געוואָלט וויסן דעם אמתן מצב פון צופרידנהייט און שמחת החיים ביי חסידים האָט זי זיך געקענט ווענדן צו דאָקטוירים און אַנדערע פראָפעסיאָנעלע פיגורן וואָס האַנדלען מיטן חסידישן עולם און זי וואָלט באַלד געהערט צי כל המחלה אשר שמתי במצרים לא אשים עליך ווערט ביי זיי מקויים צי נישט. צי רעצעפּטן פון פּראָזאַק ביז זאָלאָפט זענען ביי זיי מער צי ווייניקער ווי ביי דער אַלגעמיינער באַפעלקערונג.

ווי געזאָגט איז דאָס אָבער בעיקר אַ בוך וועגן יחידים און זייערע אינדיווידועלע געראַנגלען און נישט אַ בילד פון דעם אַלגעמיינעם לעבן פון וועלכע די יחידים זוכן צו אַנטלויפן, כאָטש דער ציבור ווערט דערין בעל-כרחך אָפּגעשפּיגלט. דער בריח התיכון וואָס לויפט דורך דעם בוך איז יאָסי´, וואָס ווי אַלע באַשריבענע אינעם בוך, אויסער איין פרוי, האָט באַקומען אַ פיקטיוון נאָמען. מיר באַגעגענען זיך מיט יאָסין צום ערשטן מאָל אויפן שערערס בענקל, וואו יאָסי בעט אים אָפּצושערן זיין צלם אלקים. (אַ פיינער שערער מוז איך זאָגן, ווייל מיינס זאָגט מיר שטענדיק מוסר אַז אויב ער וועט ערפילן מיין פאַרלאַנג מיר דינער מאַכן די פיאות ווי איך בעט אים, וועט פון זיי גאָרנישט בלייבן). מיר הערן די יללות פון יאָסיס שוועסטער, די צעקות פון זיין פאָטער איבערן טעלעפאָן פון קאָנטרי, די תחנונים פון זיין מומע און די טרייסט ווערטער פון זיין באָבע. דער סימבאָל פון דער באָרד איז אַ ביישפּיל פון ווינסטאָנס פאַרנומענקייט מיט אויסערליכע סימנים וואָס די וואָס פאַרלאָזן דעם “סיסטעם” דאַרפן באַקעמפן. וויבאַלד מלמד שהיו ישראל מצויינים שם איז ביי חסידים כמעט ווי פון די עשרת הדברות, און לבוש און אויסזען איז אַ סימן מובהק פון דעם חסידישן דרך החיים איז עס דער וויכטיקסטער אויסערלעכער  עלעמענט אין דער טראַנספאָרמאַציע פון אַ חסידישן איד צי אידענע צו סתם אַ מאַן אָדער אַ פרוי וואָס איז צופעליק אויך אַ איד.

למעשה איז אָבער דער אַריבערפיר צו ‘סתם’שאַפט’ אָן וויסן וואָס גענוי מען איז, פיל שווערער. דער אָרט וואו דער לבוש איז אַ גדולה לאָזן זיי דאָך סייווי איבער, אָבער וויסן ווער זיי זענען און וואו זיי גיין דאָס זענען די שאלות וואָס זיי דאַרפן קענען ענטפערן אין זייער נייער וועלט וואו די תשובות קומען נישט פון עקביא בן מהללאל און קומען נישט אַזוי לייכט ווי ראַזירן אַ באָרד. די שוועריקייטן פון זיך אַקלימאַטיזירן אין דער וועלטלעכער וועלט ווערן שאַרף אַרויסגעבראַכט מיט איינער פון די בחורימלעך וועלכער האָט געמיינט אַז מיט פּאַראַדירן ביי וועלטלעכע זיינע פאָרגעשריטענע דעות בנוגע פרויען-רעכטן וועט ער זיך פאַרדינען אַ פּלאַץ אויפן וועלטלעכן אויבן אָן. צום סוף אָבער לאָזן אים די אויפגעקלערטע אָפ און זענען שוין מער נישט אינטערעסירט אין אים. עס זענען די שווערע געראַנגלען און לאו דווקא דער לבוש וואָס זענען מעביר יאָסין על דעתו און ער פאַרברענגט אַפּאָר טעג אין דער פּסיכישער אָפּטיילונג פון אַ שפּיטאָל.

 אָנצוקומען ביזן דראַסטישן אַקט פון זיך אָפּשאָקלען פון אַ טיפן איינגעוואָרצלטן רעליגיעזן לעבן פון תורה, מצוות און חסידות און אָננעמען דעם סעקולערן לעבנסשטייגער, איז אַ שרעקלעך-שווערע רייזע פון אַן עמאָציאָנעלן שטאַנדפּונקט. וואָס איז אייגנטלעך די מאָטיוואַציע צו אַזאַ דראַמאַטישן שריט? אויף דער דאָזיקער רייזע איז ווינסטאָן אַ שוואַכינקע וועג ווייזער. זי דערמאָנט טעאָלאָגישע ספיקות און סאָציאַלע פּראָבלעמען אַלס אַ מאָטיוואַציע פאַר יונגע חסידים צו פאַרלאָזן דעם דרך התורה, אָבער וויבאַלד די נומערן פון אָפּפאָרער זענען קליין כלפי דער גרויסקייט פון סאָציאַלע פראָבלעמען מוז זיין עפעס מער דערין, אָבער וועגן דעם רעדט זי כמעט נישט.

אָט האָט זי געטראָפן אַ גרופּע פרויען וואָס האָבן געוואָלט מיט איר רעדן און איר וואַרפן אַ פּאָר ביינדלעך. איין חידוש וואָס די פרויען דערציילן איז אַז די זעלבסט מאָרד ציפערן זענען גאָר הויך ביי חסידים. אַ חידוש, אגב, וואָס קיינער אויסער זיי ווייסן דערפון און וואָס איז נישט באַשטעטיקט נישט פון די חברה קדישא צעטלעך אויף די שוהל טירן און נישט פון פריש געגראָבענע קברים אויפן פעלד. נאָך אַ “חידוש” וואָס ווינסטאָן גיט איבער איז אַז חסידים (אויב מ’קען זיי אַזוינס רופן) זענען ברייטהאַרציקע נדבנים (’טיפּ’ערס) פון זונות. דער חסרון פון דעם “חידוש” איז אַז עס קומט פון אַן “אומדערוויילטן” (”אָנטשאָוזין”) חסיד און נישט פון אַ זונה אַליין.

מען באַקומט נישט דעם רושם פון ווינסטאָן אַז אויסער אַ פאָר יוצא דופנס ליגן אונטער די קאַפּעליושן און פריזעטן גענוג אָפענע קעפּ און נאָך מער ברייט אָפענע אויגן. אַז זי וואָלט זיך באַמיט באַזוכן דעם וויליאַמסבורגער ביבליאָטעק וואָלט זי געטראָפן יונגעלייט מיט שיינע לאָקעלעך גליטשנדיק אויפן אינטערנעץ, און צווישן די פּאָליצעס פאַרטיכלטע ווייבער וואָס זענען אַזוי בקי אין ביכער פּונקט ווי צווישן די יאָגורטס אין לאַנדאָויס גראָסערי. אפשר וואָלט זי געדאַרפט אויך באַזוכן בלאַקבאָסטער צווייגן צו זען אַז אויך דאָרט איז ידם פון חסידים נטוייה. און אפילו אין ייוו”אָ און אין דער דזשיי.טי.עס וואו מאַנכע פון אירע פראָטאַגאָניסטן זענען קונה זייער ‘יראת שמים’ וואָלט זי אויך געטראָפן די והותר פון ברוקלינער יונגעלייט דאָרשטיק צו חכמה יוונית און פונדעסטוועגן לעבן זיי נישט אַ דאָפּלטן לעבן ווי איינס פון די פּאַרשוינען וואָס האָט צוויי סאָרט קליידער, איינס פאַר דער עבודת הקודש און אַ צווייטן פאַר אָפּריכטן גלות צווישן די אומות העולם.

זי באַזוכט טאַקע אַ פּאַרטי פאַר כל דצריך און כל דכפין וואו מען איז נישט בודק די ציצית צו לאָזן אַדורך גיין די קליאַמקע. אָבער וואָס איז מיט די אַלע וואָס מאַכן אַ חיים טובים און גיין אויך אין שוהל דריי מאָל אַ טאָג און האָבן אַפילו אַ שיעור אין לערנען? פון זיי הערט מען נישט אין דעם בוך, אַזש אַלס וואָלט דאָרט געווען כשר וישר. די טיאַטערס אין ברוקלין און די קאַזינאָס פון לאַס וועגאַס ביז אַטלאַנטיק סיטי זענען עדות אַז כלומערשטע חסידישע אידן ווען זיי ווילן קומען זיי איבעראַל אָן, אפילו מיט די שמונה בגדים. זיי וואָלטן איר באַלד דערציילט אַז דער געדרוקטער האַרי פּאָטער האָט שוין אַראָפּשפּאַצירט בעדפאָרד עוועניו און אַז גענוג היימישע אידן זענען באַקאנט מיט די לעצטע טעלעוויזיע פאָרשטעלונגען. איר דעפיניציע פון די “אומדערוויילטע” אַלס אַזוינע וואָס האָבן זיך אָפּגעזונדערט אין לבוש טוט אַדאָפּטירן די קריטעריע פון די חסידים וואָס גיבן זיך אָפּ מיט חיצוניות למען שידוכים און צו האָבן אַ פּנים ביים שכן אין שוהל. אין אמתן זענען די אינעווייניקסטע נישט ווייניקער אומדערוויילט ווי די וואָס ערשיינען אין דעם בוך און עס וואָלט געגעבן אַ ברייטערן בליק ווען מען זאָל פון זיי אויך הערן.

דאָס מיינט אָבער נישט אַז דאָס וואָס זי שרייבט איז נישט אמת אָדער האָט נישט קיין רעלעוואַנץ. פאַרקערט, דער בוך איז וויכטיק צו דערציילן סיי פאַר די יחידים וואָס זענען געשילדערט און סיי ווייל פאַר יעדערן וואָס ציט זיך מחוץ למחנה זענען דאָ צענדליקער אין מחנה כהונה און לוייה וואָס וואָלטן מיטגעגאַנגען ווען זייערע אומשטענדן זאָלן זיי נישט אָפּהאַלטן. אָבער צו פאַרשטיין די וואָס גייען יאָ, וואָס טרייבט זיי און פאַרוואָס זיי טוען דאָס און וואו אַהין זיי צילן, איז אוממעגלעך סיידן מען פאַרשטייט דעם אָרט און קולטור פון וואַנעט זיי קומען. מאין באת טוט אויפלייכטן דעם לאן אתה הולך.

כדי דאָס צו פאַרשטיין וואָלט געווען גאָר וויכטיק פאַרגלייכן די היינטיקע דערשיינונג מיט די וואָס האָבן פאַרלאָזט דעם דרך צווישן די צוויי וועלט מלחמות ווען די נומערן זענען געווען אין עפּעדעמישע פּראָפּאָרציעס; עס וואָלט אויך געווען וויכטיק מאַכן אַ פאַרגלייך צווישן דעם פענאָמען אין אַמעריקע לגבי ישראל וואו די געראַנגלען האָבן פיל ענלעכקייטן; אַ בליק אויף אַנדערע עטנישע פאַרמאַכטע קהלות אין צפון אַמעריקע און זייערע אָפּגעפאָרענע, און דאָס וויכטיקסטע, אַנאַליזירן די ערשיינונג אין אַמעריקע אַליין זייט די זיבעציקער יאָרן פון אַזעלכע שנה ופירשניקעס און ווי זיי האָבן זיך געגעבן אַן עצה.

די לעצטע גרופע וואָלט געווען דער אינטערעסאַנסטער ווייל עס וואָלט אַנדעקט צי דאָס וואָס פאַסירט היינט איז טאַקע עפעס וואָס אַמאָל האָט מען דערפון נישט געהערט, אָדער איז דאָס כבר היה לעולמים, אלא מאי די נומערן זענען פשוט געוואַקסן, זענען די פּראָצענטן פון שנה ופירשניקעס אויך געוואַקסן.

למשל, דער סאַטמאַרער קרייז, אין וועלכע ווינסטאָן פאַראינטערסירט זיך גאָר שטאַרק, האָט שטענדיק געהאַט אַ שם פאַר פּראָדוצירן אָט אַזעלכע כלים מפוארים נאָך איידער מען האָט זיך באַנוצט מיטן היסטערישע פראַזע פון “כי אין בית אשר אין שם מת”. פונדעסטוועגן האָט סאַטמאַר נישט געזוכט שאַפן פאַר די קינדער אַ שפּאַנונג אַז זיי זאָלן זיך נישט גיין פּאַשען אין פרעמדע פעלדער. אין דער זעלבער צייט איז סאַטמאַר אַ שטאָלצע עטנישע באַוועגונג וועמענס נאָכפאָל-גער זענען נישט ווייניקער אויב נישט מער מצליח ווי אַנדערע באַוועגונגען. האָט סאַטמאַר עפּעס אויסצולערנען אין טאָלעראַנץ צו אַנדערע חסידישע געמיינדעס? עס איז אפשר נישט פּאָליטיש מהודרדיק צו נוצן סאַטמאַר פאַר אַ מוסטער בכלל און פאַר טאָלעראַנץ בפרט, אָבער  וויאַזוי זיי באַהאַנדלען אַרויס-געפאַלענע און וויאַזוי זיי רעאַגירן צו דעם דאָזיקן קריזיס האָבן זיי בפירוש יאָ וואָס אויסצולערנען אַנדערע חסידים און ישראל’-דיקע חרדים: די תשובה צו הבא לטמא קען גאָר זיין, בלשון חז”ל, אַז פותחין לו, און די עצה פון אָפּהאַלטן אַנדערע ליגט לאו דווקא אין נאָך שווערער מאַכן אידישקייט.

אין גרופּעס פון לאַנגיעריקע שנה ופּירשניקעס וואָלט זי אויך געטראָפן אַזעלכע וואָס האָבן איבערגעלאָזט דעם סיסטעם אָן וואַלגערן זיך אין אַ וויסטעניש איידער זיי זענען אָנגעקומען אל המנוחה ואל הנחלה, און אויך אַזוינע וואָס געבן זיך אַן עצה טראָץ די אַלע שוועריקייטן. אַז בלויז איינעם פון דעם גאַנצן בוך וויל זיך אידענטיפיצירן ביים אמתן נאָמען, ווייזט וויפל שליטה דער סיסטעם וואָס זיי זוכן אַזוי איבערצולאָזן האָט נאָך אַלץ איבער זיי. זיי זענען נישט די ערשטע צו אַנטדעקן אַז אַ חסיד קען איבערלאָזן חסידות אָבער חסידות פאַרלאָזט נישט אַזוי שנעל און לייכט אַ חסיד.

*

די שאלה וואָס זי פרעגט נישט אָבער, און וועלכע שרייט אַרויס דאָס העכסטע פון די פילע רירנדיקע פערזענלעכע איבערלעבענישן אין בוך, איז וואָס פאַר אַ סאָרט סיסטעם איז דאָס וואָס אויסטאָן א הוט אָדער אָפּשערן אַ באָרד דאַרף פירן צו אַ נערוונבראָך? אָדער פאַר אַ פרוי אָנצוטאָן אַ פּאָר הויזן מוז גיין האַנט אין האַנט מיט נאַרקאָטיק? זו תורה וזה מחירה? איז דאָס דער פרייז פון אתה בחרתנו אַז מוצאי יוםטוב מוז מען איינוואַרפן נישט נאָר די סוכה נאָר די גאַנצע געביידע? זענען אתה קדוש און אתה חונן טאַקע אַזוי עקסקלוסיוו, און מוזן השיבנו און סלח לנו שטענדיק קומען נאָך חכמה בינה ודעת? און מוז די שנאה פון די וואָס גיין אַוועק פון דעם דרך התורה זיין ווי ביי ‘דיני’ אין דעם בוך, וואָס קען היינט נישט סובל זיין אפילו צו הערן אידיש ווייל אַזוי פאַרבונדן איז עס צו דאָס וואָס זי האָט איבערגעלעבט פאַר דעם וואָס זי האָט זיך אויסגעזוכט אַ נייעם סאָרט לעבן?

די צווייטע שאלה איז אַז אויב הכצעקתה, און דער מצב איז טאַקע אַזוי שלעכט פאַרוואָס פאָרן מער נישט אָפּ? ס’איז טאַקע נישט דער לייכסטער לעבן אָבער אויב דער בילד וואָס זי מאָלט איז אַזוי שוואַרץ פאַרוואָס זענען די נומערן אַזוי נידעריק, און בפרט אין אַ פרייע לאַנד ווי די פאַראייניקטע שטאַטן? און וואו זענען די שאַרפע, שעפערישע קעפּ וואָס מען וואָלט ערוואַרט פון זיי צו זיין פון די ערשטע אַוועקצוגיין און באַלייכטן די וועלט מיט זייערע שאַפונגען ווי די תלמידי וואָלאָזשין פון אַמאָל? קען אפשר זיין אַז ווי שלעכט עס איז, איז עס אַלץ נישט אַזוי געפערלעך? און קען עס זיין אַז די אומשטענדן פון די יחידים אין ווינסטאָנס בוך זענען פיל מער דער גורם צו זייער אַוועקגיין פון זייערע פרומע משפּחות ווי זיי און ווינסטאָן זענען מודה?

צו פאַרענטפערן די פראַגעס פאַרלאַנגט אַ טיפערע שטודיע פון חסידים ווי ווינסטאָן איז מסוגל איבערצוגעבן.

אַפילו אַז די תשובות צו די אויבנדערמאָנטע שאלות זענען נישט אַ לימוד זכות אויף חסידים מאַכט ווינסטאָן זיכער אַז מיר זאָלן נישט אַרויסגעבן אַ נעגאַטיוון פּסק דין אויף אידישקייט בכלל. אַלץ ראיה און אינספּירירונג און לעבעדיקער באַווייז אַז ס’איז דאָ אַ “לעבן” נאָך דעם וואָס די אומדערוויילטע זענען כלומרשט מקיים דאָס פאַרקערטע פון ובחרת בחיים האָט זי אַ מוסטער אין ´לאה. אַ וויליאַמסבורגער פון געבורט וואָס האָט ´גאָרנישט געוואוסט צו פופצן יאָר אויסער ווי צו מאַכן געפילטע פיש און קוגל, האָט זי אַנטדעקט עולם הזה אויפן אינטערנעץ נאָכן חתונה און שוין מיט איין קינד. נאָך אַ קאָמפּליצירטן גט און פאַרזונקען ווערן אין נאַרקאָטיקע און אַלקאָהאָל האָט זי זיך צוריקגעכאַפּט. זי האָט געקעמפט צו באַקומען דעם אויפזיכט פון איר טאָכטער און זי האָט איר איינגעשריבן אין אַ מאָדערן אָרטאָדאָקסישער שולע וואו ביים אָפּנעמען איר קינד פון שולע איז זי די איינציקע מאַמע מיט הויזן - די סאַטמאַרע חוצפה פאַרלירט מען נישט אַזוי שנעל.

זי איז מחנך איר טאָכטער מיט אידישקייט וואָס איז אַ פריילעכע, אָן דריקונג און שרעק. זי שרייט אויף איר נישט וועגן זאַכן וועלכע האָבן צוטאָן  מיט תורה און מצוות, און שבת און אַנדערע מצוות איז זי מקיים מיט איר טאָכטער אויף אַ ליבליכן אופן מיט זינגן, טאַנצן און פילע האַלזונגען. זי וויל, זאָגט לאה, אַז אין ענינים פון ג-ט זאָל איר טאָכטער מיטהאַלטן און נישט מיטמאַכן.

אויף די יסורים וואָס לאה איז אַריבער אָנצוקומען צום איצטיקן מצב איז אפשר געזאָגט געוואָרן אַז אין התורה נקנית אלא למי שממית עצמה עליה. דעם בוך קען מען אָבער סך הכלן אַז ווי שווער עס איז צו זיין אַ איד איז אַ סך שווערער צו ווערן אויס איד.

----------

*) קטלא קניא איז דער פּסוועדאָנים פון אַ מאָדערנער חסידישער שרייבער און קריטיקירער, וועמען דער פאָרווערטס האָט דעפינירט אַלס אַ מאָדערנעם שלום עליכם בזעיר אנפּין.

קטלא קניא’ס בלאָג (אַ בלאָג איז אַ סאָרט עלעקטראָנישן טאָגבוך וואָס ערשיינט אויף דער אינטערנעץ) איז געווען סיי דער ערשטער בלאָג אין אידיש און סיי דער ערשטער חרדישער בלאָג, און האָט ביז היינט צוגעצויגן צו זיך העכער הונדערט טויזענט באַזוכערס. דער בלאָג, אָנגעפילט מיט שפּיזיקע און הומאַריסטישע באַהאנדלונגען וועגן דער חרדישער און חסידישער אַרט-לעבן, האָט מען באַשריבן אין “מעריב”, אין “ווילעדזש וואויס” און אין “פאָרווערטס”.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 5, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations