about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
פאַרוואָס ענטפערט איר נישט דעם
הרב דוד האלאנדער
 

ער איז געווען אַ באַוואוסטער רב און דרשן, וועלכער איז געווען אַ ספּעציאַליסט אין מאַכן דערפאָלגרייכע אַפּילס און אַרויסבאַקומען אַ גוטן אָפּרוף מיט באַדייטנדע סומעס פאַר אַ שוהל אָדער אַ תלמוד תורה (דאָס איז געווען מיט אַ 60-70 יאָר צוריק, בשעת עס זיינען געווען גאָר אַ קליינע צאָל ישיבות).

אין זיין ספר גיט ער איבער וועגן איינעם פון זיינע אַפּיל-דרשות וואָס ער האָט געהאַלטן נאָך “כל נדרי”. ער האָט אָנגעהויבן מיט אַ מעשה שהיה וועגן איינעם פון די טויזנטער אימיגראַנטן וועלכע האָבן געשטראָמט קיין אַמעריקע אַנטלויפנדיק פון אָרימקייט, אונטערדריקונגען און פּאָגראָמען אין אַזעלכע שטעט ווי “מיין שטעטעלע בעלז”.

ווען די שיף איז אָנגעקומען מיט די אימיגראַנטן קיין אַמעריקע און מען איז אַראָפּ פון דער שיף (ניט פון די היינטיקע שיפן, וואו די אייניקלעך און אור-אייניקלעך פון די אימיגראַנטן געפינען זיך אויף אַ לוקסוס-רייזע), האָבן אויף זיי געוואַרט קרובים, פריינט און לאַנדסלייט, וועלכע האָבן דאַ מערסטענס געלעבט אין אָרימע דירות אויף דער אַמאָליקער איסט סייד אין מאַנהעטן, און שווער געאַרבעט אויף אַ שטיקל חיונה.

עס איז געווען אַ שטימונג פון שמחה אָבער אויך פון טרערן, ווייל ניט אַלע האָט מען אַריינגעלאָזט אין דער גאָלדענער מדינה. יאָ, ניט אומזיסט האָט עליס איילאַנד געהאַט אַ צונאָמען - דער טרערן-אינדזל.

הכלל, איינער פון די אָנגעקומענע איז געווען אַליין, וואַרטנדיק אויף זיין ברודער, אָבער עס איז שוין מער ווי צוויי שעה און דער וואַרט-זאַל איז שוין כמעט ליידיק. איינער האָט אים געגעבן עטלעכע מטבעות ער זאָל קענען טעלעפאָנירן דעם ברודער. ער גייט צו, לייגט אַריין איינע פון די מטבעות און שרייט אַריין אין דעם טעלעפאָן: חיים, חיים, איך וואַרט דאָ אויף דיר. אָבער קיין וואָרט פון חיים הערט ער ניט.

ער איז געווען צעטומלט, און איינער פון די וועכטער האָט רחמנות געהאַט אויף אים און האָט אים געזאָגט, אַז עס קען זיין אַז זיין ברודער האָט אים ניט געהערט ווייל עס זיינען פאַראַן צוויי וועגן ווי צו טעלעפאָנירן, איין וועג הייסט “לאָקאַל”, דאָס מיינט אַז דער מענטש וועמען מען וויל דערגרייכן וואוינט ניט ווייט, און דאַן קאָסט דאָס נאָר אַ קליינע מטבע. אָבער עס איז פאַראַן אַ “לאָנג דיסטענס קאָל”, דאָס מיינט אַז אייער ברודער וואוינט ווייט, ווייט פון דאַנעט, און דאָס קאָסט מער געלט.

דאָס איז געווען דער דרשנ’ס אַריינפיר צו דעם תכלית פון זיין דרשה. “רבותי”, האָט ער געזאָגט, “אַזוי איז אויך דער פאַל ביי אונז אין דעם היינטיקן יום כיפּור. מיר דאַרפן זיך אַלע פרעגן צי אונזער רוף צו ג-ט מיט אַלע אונזערע בקשות פאַר אַ גוט, געזונט יאָר איז “לאָקאַל”, דאָס הייסט, אַז מיר זיינען נאָך אַלץ נאָענט צו אידישקייט, דאַן איז גענוג אויב מ’וועט געבן אַ מעסיקע נדבה. אויב, אָבער, מיר זיינען ווייט אַוועק פון אידישקייט דורכן יאָר, און מיר וועלן אָפּרופן ג-ט אַז ער זאָל אונז בענטשן מיט אַלע ברכות, איז דאָס אַ “לאָנג דיסטענס” רוף, וואָס קאָסט מער געלט, און מ’דאַרף געבן אַ גרויסע נדבה”!

די השגחה העליונה האָט דיקטירט אַז היינט לעבן מיר אין אַ צייט ווען עס איז ניטאָ מער קיין חילוק צווישן לאָקאַל און לאָנג דיסטענס. פאַרוואָס ניט? ווייל עס איז אונטערגעקומען אַ נייע דערפינדונג, און דאָס איז דער סעליולער-טעלעפאָן. אין ישראל רופט מען עס “פּלאפון”, - דער וואונדער-טעלעפאָן, און עס איז דאָך טאַקע אַ וואונדער.

אויב דער פאַרצייטישער טעלעפאָן איז דאָך שוין געווען אַ גרויסער וואונדער צו “רעדן דאָ און הערן דאָרט”, איז דאך דער סעל-פאָון אַן אויסערגעוויינלעכער וואונדער, לעילא ולעילא, ווייל איר דאַרפט מער ניט זוכן אַ פּאָבליק טעלעפאָן וועלכער איז פיל מאָל קאַליע און איר האָט ניט ביי זיך די פּאַסיקע מטבע, און דער עיקר איז, אַס עס איז אין אייער טאַש. וואו איר זאָלט ניט זיין איז עס נעבן אייער האַנט ממש. אין אייניקע סיטואַציעס פון סכנת נפשות ממש האָט דער סעל-פאָון געראַטעוועט דאָס לעבן פון אַ מענטש. איז וואָס קען שוין זיין בעסער?

אָבער די צרה איז אַז וואָס עס איז צו-גוט, צו-גרינג, צו-באַקוועם, טויג אויך ניט. מ’הערט אויף האַלטן טייער די מתנות וואָס מיר האָבן אין לעבן און דער עיקר מ’האָט היינט פאַרלוירן אַ סך פון דער פּערזענלעכער, היימישער קאַנטאַקט צווישן מענטשן. ספּעציעל מיט דעם נייעם עלעקטרישן “ענסערינג מאַשין” אין די לעצטע יאָרן, אין וועלכע מ’דאַרף בכלל נישט ענטפערן דעם טעלפאָן, נאָר מ’בעט יענעם לאָזן אַ מעסעזש און “איך וועל צוריקרופן ווען איך קען”.

איך פרעג צי עס איז אין איינקלאַנג מיט עלעמענטאַרער העפלעכקייט, שוין ניט רעדנדיק וועגן דער תורה-פאָדערונג פון “כבוד חבירך”. אויב אַ מענטש האָט ביכולת ענטפערן דעם טעלעפאָן, פאַרוואָס נישט אויפהויבן דעם טעלעפאָן? איך האַלט עס פאַר אַ עוולה צו פאַרמאַכן דעם אויער און ניט הערן, אַזאַ מין “אזנים להם ולא ישמעו”.

“מאי דעלך סני לחברך לא תעביד” (שבת ל”א עמוד א’), דאָס וואָס דו וואָלסט ניט וועלן אַז מען זאָל טאָן צו דיר, טו עס ניט צו דיין חבר. פרעג זיך אַליין צי דו וואָלסט וועלן אַז מען זאָל דיין רוף ניט ענטפערן?

איך האָב אַמאָל געלייענט וועגן אַן אַמעריקאַנער פרוי מיטן נאָמען העלען קעלער. זי איז געבוירן געוואָרן בלינד, שטום און טויב אָבער זי האָט געהאַט אַ זעלטענעם מוח און אַ שטאַרקן רצון, און זי איז געוואָרן העכסט-געבילדעט און רעספּעקטירט אין דער גאַנצער וועלט. מען האָט איר אַמאָל געפרעגט, אַז אויב זי וואָלט געהאַט דעם אויסוואַל זיך אויסצוקלייבן אַ חוש, וועלכן חוש וואָלט זי וועלן מער ווי די אַנדערע? האָט זי געענטפערט, דעם חוש פון קענען הערן, ווייל דאַן וואָלט זי געהערט מוזיק, די שפּראַך פון קליינע קינדער, דאָס שוויסטשען פון די פייגל און דעם רעש פון די כוואַליעס פונעם ים...

אַז דער רבונו של עולם גיט אַ ברכה אַז מ’קען הערן אַ צווייטן מענטש און אים אָדער איר העלפן, פאַרוואָס ענטפערט מען נישט דעם טעלעפאָן?

באַזונדערס וויל איך דאָ אַרויסברענגען דעם אַלטן אידישן מנהג פון אויפוועקן אידן פון שלאָף צו קומען צו עבודת הבורא. דער שמש איז געגאַנגען אין די טיפסטע שנייען אָנקלאַפּן אין די לאָדענס אַז מ’זאָל קומען אין בית המדרש. אַפילו אַז איינער האָט זיך געוואָלט באַפרייען צוליב’ן זיין שטאַרק פאַרמאַטערט אָדער גלאַט אַזוי שוואַך, איז דאָך אָבער געבליבן די מעגלעכקייט צו רעדן און בעטן אים קומען צום מנין. אָבער מיט דעם סעליולער טעלעפאָן איז דאָס אַלעס בטל געוואָרן. מרופט דעם טעלעפאָן אָבער ווען ער זעט ווער רופט, ענטפערט ער נישט.

דער “סעלפאָון” האָט געדאַרפט דערנענטערן מענטשן, אָבער בפועל איז אַרויס דאָס פאַרקערטע, אַז מען רופט אויפן טעלעפאָן אַז מ’דאַרף אַ צענטן צו אַ מניין איז ניטאָ צו וועמען צו אַפּעלירן, ווייל דער מעטאַלענער גולם זאָגט אייך צו אַז ער וועט אייך רופן צוריק, און אויב אפילו יאָ, וועט עס זיין “עבר זמנו, עבר קרבנו”.

וואָס וועט מען טאָן אויב אויך אין הימל וועט מען, אַלס “מדה כנגד מדה”, חלילה ניט הערן דעם “שמע קולנו”?

“שמע ישראל”, אידן דאַרפן וועלן הערן, כדי צו דערגרייכן דעם “ואהבת את ה’ אלקיך”.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 11, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations