about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
פּאָלס ווייזן אַז “קדימה” וועט
יעקב שפּילמאַן
 

דעם מאָנטיק האָט “קדימה” באַשטימט אהוד אולמערט אַלס דער צייטווייליקער פאָרזיצער פון דער נייער פּאַרטיי וואָס אריאל שרון האָט געגרינדעט מיט צוויי חדשים צוריק.

אולמערט האָט אויך באַשטימט די פּאָזיציעס אין דער נייער פּאַרטיי וועלכער איז וואַרשיינלעך היינט פאַרוואַנדלט געוואָרן אין דער רעגירונג. למשל, ער בלייבט שר האוצר, שאול מופז שר הבטחון, שרת המשפטים ציפּי לבני וועט אויך דינען אַלס שר החוץ און שר התחבורה מאיר שטרית וועט אויך זיין שר החינוך.

מני מזוז דער יועץ המשפּטי לממשלה האָט געזאָגט אולמערט’ן אַז שמעון פּערעס, דליה איציק אוןו חיים רמון פון עבודה קענען נישט דינען אַלס מיניסטאָרן אין “קדימה” ביז נאָך די וואַלן דעם 28טן מערץ.

חברי-הכנסת שמעון פּערעס און דליה איציק האָבן זונטיק אָוונט רעזיגנירט פון דעם איצטיקן ישראל כנסת, כדי זיי זאָלן קענען פאַרטרעטן די “קדימה”-פּאַרטיי אַלס חברי-כנסת אין קומענדיקן פּאַרלאַמענט און באַשטימט ווערן אַלס מיניסטאָרן אין דער צוקונפטיקער רעגירונג, וואָס וועט אויפגעשטעלט ווערן נאָך די וואַלן, מערץ דעם 28טן.

חבר-הכנסת חיים רמון ווערט אויך דערוואַרט זיך אָפּזאָגן פונעם כנסת צוליב די זעלבע סיבות.

דער 83 יאָריקער שמעון פּערעס האָט אָנגענומען דעם באַשלוס נאָכדעם וואָס דער יורידישער ראַטגעבער צו דער רעגירונג, מני מזוז, האָט דערקלערט צו אהוד אולמערט, דעם ממלא-מקום פונעם ראש הממשלה, אַז פּערעס, רמון און איציק, וועלכע זענען אַריבער פון דער “עבודה”-פּאַרטיי צו “קדימה”, וועלן נישט קענען דינען אַלס מיניסטאָרן אין דער היינטיקער רעגירונג ביז נאָך די כנסת-וואַלן אין קומענדיקן מערץ.

נאָכ’ן זיך באַראַטן מיט יורידישע יועצים, האָט פּערעס אָפּגעשיקט זיין רעזיגנאַציע-בריוו צום כנסת-פאָרזיצער, ראובן ריוולין, און צוריקגעגעבן דעם מאַנדאַט צו דער “עבודה”-פּאַרטיי. לויט דער מיינונג פון די יורידישע ספּעציאַליסטן, וועלן פּערעס און איציק נישט קענען באַשולדיקט ווערן אין זיך אָנשליסן אין “קדימה”, כדי צו ווערן באַלוינט מיט מיניסטאָריאַלע אַמטן אין דער רעגירונג, נאָכדעם וואָס זיי האָבן זיך אַנטזאָגט פונעם כנסת. זייער אָנשלוס אין דער פּאַרטיי און נאָמינאַציע אַלס מיניסטאָרן אין דער ממשלה וועלן דעריבער זיין געזעצלעך פולשטענדיק אויסגעהאַלטן.

מזוז’עס שטעלונג אַז פּערעס און איציק קענען נישט זיין קיין מיניסטאָרן אין איצטיקן כנסת, אָדער פּאַרלאַמענט-מיטגלידער אין קומענדיקן כנסת, ווייניקסטנס ווילאַנג זיי האַלטן אָן זייערע פּאָזיציעס אַלס חברי-כנסת, באַזירט זיך אויפ’ן געזעץ, אַז “אַ חבר-כנסת, וועלכער האָט זיך אָפּגעזאָגט פון זיין פּאַרטיי, און נישט דערנאָך רעזיגנירט פון כנסת, קען נישט דינען אַלס מיניסטער אין דער רעגירונג, אין דער קאַדענציע פון יענעם כנסת.”

מזוז האַלט אַז דאָס אויפנעמען די דריי חברי-כנסת אַלס מיניסטאָרן אין דער אולמערט-רעגירונג, אין דער צייט וואָס זייער אָפיציעלע פּאַרטיי, “עבודה”, געפינט זיך אין דער אָפּאָזיציע, איז פּונקט ווי זיי וואָלטן זיך פאַקטיש אַנטזאָגט פון דער “עבודה”-פּאַרטיי, און זיי קענען דעריבער נישט אויפגענומען ווערן אַלס מיניסטאָרן אין איצטיקן כנסת, נאָכדעם וואָס זיי האָבן זיך “אַנטזאָגט” פון זייער מיטגלידערשאַפט אין “עבודה”, אויב זיי גיבן נישט באַלד אויף זייערע פּאָזיציעס אַלס חברי-כנסת.

פּערעס, איציק און רמון האָבן זיך אָפיציעל נאָכנישט געזעגנט פון דער “עבודה”-פּאַרטיי, כאָטש פאַקטיש האָבן זיי זיך אַריבערגעקליבן צו “קדימה”, ווייל לויט’ן געזעץ פון כנסת, קענען זיי זיך נישט פאַרמעסטן אויף דער “קדימה”-ליסטע אין די נאָענטע כנסת-וואַלן, אויב זיי ציען זיך אַרויס אָפיציעל פון דער “עבודה”-פּאַרטיי.

פּערעס, וועלכער איז דער עלטסטער חבר-כנסת, האָט געדינט נאָכאַנאַנד אין אַלע כנסתן, זינט ער איז צום ערשטן מאָל באַשטימט געוואָרן אַלס פּאַרלאַמענט-מיטגליד אין יאָר 1948. אין משך פון אַלע זיינע יאָרן אַלס חבר-כנסת, איז פּערעס כמעט קיינמאָל נישט געווען בלויז אַ “פּשוט’ער” פּאַרלאַמענט-מיטגליד, נאָר ער האָט פאַרנומען פאַרשידענע אַמטן אין די ישראל-רעגירונגען: ער איז געווען אַ ראש הממשלה, אַ ממלא-מקום פונעם פּרעמיער-מיניסטער, אַן אויסערן-מיניסטער, שוץ-מיניסטער, פינאַנץ-מיניסטער, אימיגראַציע-מיניסטער, אינפאָרמאַציע-מיניסטער און נאָך אַנדערע רעגירונגס-אַמטן.

בלויז אין פיר פּאַרלאַמענטן איז שמעון פּערעס געווען אַן איינפאַכער כנסת-דעפּוטאַט, אָן קיין שום אַמט אין דער רעגירונג. אין איצטיקן כנסת, איידער “עבודה” האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער שרון-רעגירונג, איז פּערעס געווען דער פאָרזיצער פון דער אָפּאָזיציע.

פּערעס, אַלס חבר-כנסת, פלעגט נישט פאָרשלאָגן קיין געזעצן און אַגענדעס. ער איז נישט געווען קיין מיטגליד אין קיין שום קאָמיטעט, אַ חוץ דעם זיכערקייט-און-אויסערן-קאָמיטעט. ער האָט גענאָסן פון אַ ספּעציעלן שטאַנד אין כנסת און פלעגט באַקומען דעם רשות הדיבור יעדעס מאָל וואָס דער ראש הממשלה האָט גערעדט ביי די כנסת-זיצונגען.

פּערעס’עס אָרט אין כנסת וועט איצט דערפילן דער געוועזענער חבר-כנסת און פריינט פון אהוד ברק, שירי ווייצמאַן. דאָס אָרט פון איציק וועט דערפילן דער געוועזענער חבר-כנסת אבי יחזקאל. רמונ’ס פּלאַץ, אין פאַל ער וועט, ווי דערוואַרט רעזיגנירן פון כנסת, וועט איבערנעמען דער געוועזענער חבר-כנסת אפי אושעי-ה.

ישראל פּאָלס ווייזן אַז “קדימה” וועט באַקומען 52 מאַנדאַטן, טראָץ דער פאַקט אַז אריאל שרון איז נישט קיין טייל פון דער פּאַרטיי.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on January 18, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations