about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
התנתקות נומער צוויי, אָבער דעם
י. גרוזין
 

כמעט אַ האַלבער יאָר נאָך צה”ל’ס עוואַקואירונג פון גוש קטיף, גרייט זיך די אידישע מדינה דעם מיטוואָך צו דעם אָנהויב פון אַ נייער פראָנט. דאָס מאָל האַנדלט זיך וועגן דעם ישוב עמונה, נעבן עפרה, וועלכע זעקס טויזנט ישראל זעלנער און פּאָליציי וועלן עוואַקואירן אָנהויבנדיק דעם מיטוואָך, יאַנואַר דעם 30טן.

אין עמונה זענען דאָ בסך הכל ניין דירות, אָבער דער ישוב איז פון לאַנג געוואָרן דער סימבאָל פון דעם קאַמף פאַר גאַנץ יהודה און שומרון. די באַוועגונג פון די מתנחלים זעען אין דעם דער אָנהויב פון אַ נייער שליאַך אין דער אידישער מדינה, אין וועלכע מערערע ישובים אין יהודה און שומרון וועלן געגעבן ווערן צו די פּאַלעסטינער, פּונקט אַזוי ווי עזה.

טויזנטער מתנחלים האָבן זיך צוזאַמענגעקליבן אין עמונה כדי צו קעמפן קעגן צה”ל און די פּאָליציי. דאָס מאָל, זאָגן מומחים, וועט דער עוואַקואירונג נישט זיין אַזוי “שיין און עסטעטיש” ווי גוש קטיף. וואָרטזאָגער פון מועצת יש”ע זאָגן אַז “די מתנחלים האָבן זיך אויסגעלערנט פון גוש קטיף אַז איידלקייט און רחמנות זענען נישט דער וועג צו מנצח זיין. שטאַרקייט און שטרייטן דאָס וועט אפשר ברענגען אַ זיג”.

דעם דינסטיק איז אויך פאָרגעקומען אַן אַנטוויקלונג אין חברון. נאָך עטלעכע וואָכן פון שטאַקע שטרייטן אין חברון, האָבן די מתיישבים אין דעם אַלטן אַראַבישן שוק אין חברון, אין אַ שכונה וואָס זיי האָבן אנגערופן “שכונת שלהבת פּס”, עוואַקואירט דעם אָרט אַליין, בתנאי אַז די רעגירונג וועט ענדלעך פאַרוואַנדלען זייער וואוינען דאָרט אין אַ געזעצלעכן אַקט.

קאָמענטאַטאָרן האָבן אויסגעדריקט זאָרג אַז די עמונה עוואַקואירונג קען פאַרוואַנדלט ווערן אין אַ שווערן שטרייט. “נחישות בלי רגישות” האָט צה”ל געזאָגט וועגן דער עוואַקואירונג, דאָס הייסט, שטאַרקייט אָן סענסיטיוויקייט.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on February 2, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations