about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
קשיות, תירוצים, תיקונים
אַן איגרתל פון ווילנע...
הירשע=דוד כ”ץ
 

וועגן דעם נאָמען “שניאור זלמן”

אינעם איגרתל וועגן דעם אָפּשטאַם פון נאָמען “זלמן” איז אויך געגאַנגען אַ ביסעלע די רייד וועגן דעם באַליבטן צווייאיקן אידישן נאָמען “שניאור זלמן” (אין “זשורנאַל” פון כ”ז טבת \ דעם 27טן יאַנואַר).

דאָרטן ווערט אַראָפּגעבראַכט פון די ווערק פונעם אָנזעעוודיקן זאַמלער פון מקורות וועגן אידישע נעמען אלכסנדר ביידער, אַז מען טרעפט אינאיינעם “שניאור” און “זלמן” אין פאַרשיידענע רשימות פון אידן אין דער דייטשישער שטאָט פראַנקפורט דמיין, פון נאָך פאַר גירוש ספרד.

פון פּינקטלעכקייט וועגן: אין די פראַנקפורטער מקורות טרעפט מען ניט “שניאור זלמן” נאָר גראַדע פאַרקערט, עלטערע עקוויוואַלענטן פון: “זלמן שניאור”. צום היינטיקן איגרתל האָט ד”ר ביידער אונדז פריינטלעך מוסר מודעה געווען מער פּרטים. די רשימות נעמען שטאַמען פון די יאָרן 1330 און ביז די 1340ער. דער איד ווערט פאַרשיידן אָנגערופן רםממקד  משצךשד אָדער רקעמקד משצךשד. ד”ר ביידער שטרייכט אונטער דעם “בשם אומרו” וואָס איז דאָ דער באַקאַנטער זאַמלבוך פון מקורות וועגן פראַנקפורטער אידנטום, וואָס ס’האָט אַרויסגעגעבן אין 1914 דער היסטאָריקער פון די אידן פון פראַנקפורט דמיין, דער געלערנטער איזאַדאָר קראַקאַוער (ער האָט געלעבט פון 1852 ביז 1923).

ד”ר ביידער איז מיט אונדז מסכים, אַז דאָרטן וואו מ’טרעפט סיי רםממקד און סיי רקעמקד איז לכאורה דער אַרויסרייד געווען לויטן ערשטן נוסח, מערניט מ’האָט ווען ניט ווען אויך אויסגלייגט מיט אַ ע וואָס האָט אין יענע מקומות דאַמאָלסט אָפט מיט זיך פאָרגעשטעלט אַ “יוד” און ניט קיין “גימל” קלאַנג. און קומען קומט דאָס טאַקע פון די לאַטיין-שטאַמיקע שפּראַכן, וואו ס’איז אַ בכבודיקע באַטיטלונג פון אַ מאַנספּאַרשוין (“סעניאָר”).

טשיקאַווע, אָטאָ דער איד אין פראַנקפורט, “זלמן שניאור”, וואָס זיין נאָמען איז פאַרצייכנט געוואָרן מיט אַן ערך זעקס הונדערט און זיבעציק יאָר צוריק, האָט געטראָגן דעם זעלביקן צווייאיקן נאָמען ווי דער באַוואוסטער מאָדערנער העברעאישער און אידישער שרייבער זלמן שניאור, וועלכער איז געבאָרן אין שקלאָוו, מאָלעווער (מאָהילאָווער) גובערניע אין 1886; ער איז געשטאָרבן אין ניו יאָרק אין 1959, און זיין יאָרצייט פאַלט טאַקע אויסעט די טעג. זלמן שניאור, אַליין אַן אָפּשטאַמיקער פון רבי שניאור-זלמן ליאַדער זצ”ל, איז באַליבט סיי פאַר זיינע העברעאישע ווערק און סיי פאַר די אידישע. צווישן זיינען באַליבטסטע העברעאישע פּאָעמעס טרעפט מען “וילנה” (ווילנע) און “מנגינות ישראל” (אידישע מעלאָדיעס). צווישן זיינע באַקאַנטע ראָמאַנען אויף אידיש: “שקלאָווער אידן” און “די משומדתטע”.

 

די נייע תל-אביבער זומער-פּראָגראַם פון אידיש

אינעם איגרתל וועגן די “ירחי כלה” פון אידיש - די אינטענסיוויע זומער-פּראָגראַמען אויפן געביט פון דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור - איז געגאַנגען די רייד וועגן די פאַרשיידענע זומערדיקע קורסן וואָס זיינען פאַראַן אויף דער וועלט, אויף לערנען זיך אידיש (אין “זשורנאַל” פון ו’ טבת תשס”ו \ דעם 6טן יאַנואַר 2006). אין צוגאָב צו די קורסן אין ווילנע, פּאַריז און ניו יאָרק, איז אָקערשט אַנאָנסירט געוואָרן אַ שפּאָגל נייע און זעלטן וויכטיקע פּראָגראַם, ווילן מיר דערוועגן תיכף מוסר מודעה זיין די לייענער.

דאָס איז די זומער-פּראָגראַם אין תל אביב, טאַקע ביים תל-אביבער אוניווערסיטעט, וואָס וועט אָפּגעהאַלטן ווערן פון 27טן ביזן 30טן יולי. אַזוי ווי ביי די אַנדערע אינטענסיווע זומער-קורסן זיינען די לערער באַקאַנטע געלערנטע אויפן געביט פון אידיש. אין תל אביב וועלן די הויפּט לערער זיין פּראָפ. אברהם נאָווערשטערן, דער דירעקטאָר פון “בית שלום עליכם” אין תל אביב און לאַנגיאָריקער פּראָפעסאָר אויפן העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים; און פּראָפ. חנה ווירט-נשר, די דירעקטאָרשע פון דעם גאָלדרייך איניסטיטוט פאַר אידישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור ביים תל-אביבער אוניווערסיטעט.

און אַזוי ווי ביי די קורסן אין ווילנע, ניו יאָרק און פּאַריז, וועלן די אָנטיילנעמער קענען הנאה האָבן ניט נאָר פון די קלאַסן אויף פאַרשיידענע מדרגות (פון סאַמע אָנהייבער ביז אַוואַנסירטע), נאָר אויך פון אַ רייכער צוגאָב-פּראָגראַם פון שפּאַצירן, טורן, באַגעגענישן מיט שרייבער און קינסטלער, קלעזמער קאָנצערטן, טעאַטער פאָרשטעלונגן, לעקציעס און סעמינאַרן מיט מומחים פון איבער דער וועלט.

אָט די קולטור פּראָגראַם ווערט אָנגעפירט פון איינעם פון די טאַלאַנטירטסטע פּערזענלעכקייטן אויפן געביט פון אידיש ביי היינטיקן טאָג. דאָס איז דער אויסערגעוויינלעכער מנחם-מענדי כהנא, אַ יונגער מענטש מיט אומגעהייערער ענערגיע, גרויס געלערנטקייט און אַ קענטעניש פון אַ סך שפּראַכן. ער איז אַליין אַ געבאָרענער אין אַנטווערפּן, בעלגיע, וועלכער האָט זיך באַזעצט אין ארץ ישראל.

מיט העכער צען יאָר צוריק האָט מנחם-מענדי כהנא געגרינדעט די אָרגאַניזאַציע “יונג אידיש” אין ירושלים. אין אַן אָרעמען קעלער אין אַ זייטיקן געגנט, האָט דער יונגער דירעקטאָר אָנגעפילט די ווענט מיט אַן ערך דרייסיק טויזנט אידישע ביכער, אַ סך פון זיי געזאַמלטע פון מענטשן וואָס האָבן דיאָ ביכער ניט געדאַרפט און ניט געוואָלט. מיט אַנדערע ווערטער, ער האָט זיי ממש אָפּגעראַטעוועט. ער האָט גענומען איינאָרדענען קולטור אָוונטן וואו עס זיינען אויפגעטראָטן אידישע שרייבער, קינסטלער, טוער.

אָטאָ די אָרגאַניזאַציע איז געוואָרן אפשר ניט די איינציקע אין ישראל וואָס ציט צו, צו די אוצרות פון דער אידישער שפּראַך און ליטעראַטור, ניט נאָר “אידישיסטן פון עלטערן דור”, נאָר יונגע ישראלים פון אַלע מחנות: פרומע און פרייע, רעכטע און לינקע, און אַ חידוש, ישראלדיקע אינטעלעקטואַלן און שרייבער פון פאַרשיידענע דורות. ווער ס’איז אַביסל באַקאַנט מיט דער געשיכטע און מערכה פון אידיש אין ישראל ווייס זייער גוט וואָס פאַראַ “חידוש” דאָס איז.

דער “סוד” ליגט אין דעם מענטשן גופא. מענדי האָט געלערנט יאָרן לאַנג אין ישיבה און איז טיף באַהאַוונט אין ספרים און טראַדיציע, אין צוגאָב צו זיין העכערער בילדונג אויפן געביט פון פילאָסאָפיע. אין משך פון די יאָרן ווען ער האָט אָנגעפירט מיט דער זומער-פּראָגראַם אין ווילנע איז זיין “שבת טיש” געוואָרן אַ שם דבר, אַ טיש וואָס נאָר איין מענדי אויף דער וועלט, צווישן די לערער פון אידיש, קען פּראַווען פאַרן ציבור: פון עכט-חסידישע ניגונים און ביז די לידער פון די גרויסע אידישע פּאָעטן, איז דער סינטעז אַ העכסט אינספּירירנדיקער וואָס ברענגט עלית נשמה די אָנוועזנדיקע.

ער איז אויך אַ באַקאַנטער זינגער און אַרטיסט, וועלכער האָט געגרינדעט און פירט אָן מיטן אַנסאַמבל “אידיש עקספּרעס” וואָס איז אַ יחיד-במינודיקער וואָס שייך דער אויטענטישקייט פונעם אידיש און פונעם גייסט.

איז לאָמיר ווינטשן די נייע זומער-פּראָגראַם פון אידיש אין תל אביב אַ סך הצלחה און כוחות, און דער עיקר: זאָל דאָס ערשטע יאָר באַווייזן צו לאָזן אין וועג אַריין אַ נייע יערלעכע אינסטיטוצע אויף דער “אָרעמער און פריילעכער” וועלט פון אידיש.

די וועב-אַדרעסן פון די האַיאָריקע זומער-פּראָגראַמען זיינען כדלהלן:

ווילנע:   www.judaicvilnius.com/en/main/summer/introduction

ניו יאָרק:   www.nyu.edu/fas/summer/yivo/

פּאַריז: www.yiddishweb.com/Zumerkurs/index-provisoire.htm

תל אביב:  www.telavivuniv.org/programs/summer.htm

 

 

וועגן משיחן

אָנגעהויבן, אַזוי צו זאָגן, מיט “איין זלמן”, וועלן מיר היינט שליסן מיט אַ צווייטן זלמן. אַ וואָרט וועגן הרב זלמן אַבעלסקי שליט”א, דעם מרא דאתרא פון קעשענעוו.

אין “זשורנאַל” פון י”ג טבת (דעם 13טן יאַנואַר), פרעגט דער חשובער לייענער, דניאל שורפּין, פון ברוקלין, ניו יאָרק, בעצם אַ ריכטיקע קשיא אויף אונדזער איגרתל פון קעשענעוו (וואָס אין “זשורנאַל” פון כ”ט כסלו תשס”ו \ דעם 30טן דעצעמבער 2005). אָדאָרטן איז געגאַנגען די רייד וועגן אונדזער באַגעגעניש מיט הרב זלמן אַבעלסקי און אַביסל על רגל אחת, וועגן אונדזער שמועס מיטן רב וועגן זיין מיינונג וועגן משיחן.

איז פרעגט דער לייענער (וועמען מיר זאָגן אויך אַ יישר-כח פאַר זיינע אַלע שיינע, איידעלע ווערטער): “און הירשע-דוד פירט אויס, אַז צום סוף פון שמועס איז ער גאָר געוואָר געוואָרן אַז דער מיין פון אַ משיחיסט איז גאָר אַנדערש ווי ער האָט לכתחילה געמיינט. וויל איך פרעגן (...): מאי קאמר? וואָס האָט ער געמיינט מיט דעם?”

פאַרשטייט זיך אַז ביי אַ שרייבער איז תמיד פאַראַן “דער יצר הרע” וועגן אַלצדינג צו שרייבן, צי ער ווייס פונדערפון גענוג, צי ניט. אַזוי איז שוין מקדמונים דער “כדרך המחברים”. און אַז דער אייבערשטער וועט נאָר שענקען די טעג און די יאָרן, וועלן מיר אם ירצה השם אויך אויספירן דעם חשובן לייענערס בקשה.

איז פאַרוואָס זשע וואַרטן מיר צו פונדעסטוועגן?

ווייל מיר האָפן, אַז הרב אַבעלסקי וועט אַליין שרייבן אין “זשורנאַל”, און מיר גלייבן, אַז זיינע אַרטיקלען וועלן זיין שפּאַנענדיקע (און פאַרשטייט זיך, קאָנטראָווערסאַלע), אַזוי אַרום אַז ס’האָט אַ קנאַפּן זין אַז אַ צווייטער זאָל דעם רבס געדאַנקען פּרובירן איבערגעבן, בפרט וועגן אַזאַ ענין.

נאָר וואָס, מיר שטרייכן ווידער אונטער, אַז הרב זלמן אַבעלסקי, מיט זיינע יאָרן איבערגעגעבענע אַרבעט אין קעשענעוו, האָט אַריינגעבראַכט אַ וועלט מיט ליכטיקייט, מיט אידישקייט, מיט פרייד, ביי אָן אַ שיעור טרויעריקע, אָרעמע אידן אין אָט דער שטאָט. מיר זיינען איבערגעצייגט אין זיין טאָלעראַנץ פאַר אַנדערע מיינונגען, און מיר זיינען זיכער אַז זיין אַרבעט שטעלט מיט זיך ניט פאָר חלילה קיין שום שלעכטס ניט פאַר קיינעם, צי מ’איז מחולק צי מ’איז מסכים מיט זיינע פילאָסאָפישע שיטות. און מיר דערמאָנען ווייטער, אַז ער האָט פאַרזיכערט מיט אַ היימישן, אַלט-רבנישן שמייכל, אַז ער איז לחלוטין צופרידן, אַז אַ קעגנדיקע מיינונג זאָל געדרוקט ווערן שוין באַלד אַקעגן זיין אַרטיקל.

מיר ווינטשן אים געזונט און בשורות טובות אויף לאַנגע, שיינע יאָרן.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on February 8, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations