about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַראַבישע וועלט בושעוועט איבער
דעמאָנסטראַציעס, שריפות און שפיכות דמים. - איראַנער זאָגן צו מאָלן קאַריקאַטורן וועגן דער שואה. - דעמאָנסטראַנטן האָבן גערופן אָפּצוהאַקן די הענט פון דעם קינסטלער, וואָס האָט געמאָלן די בילדער.
יעקב בריל
 

אַ כוואַליע פון אויפברויז, דעמאָנסטראַציעס, שריפות און מהומות און אפילו שפיכות דמים האָט אַרומגעכאַפּט די מוסולמענישע וועלט צוליב צינישע קאַריקאַטורן פון זייער נביא מוכאַמאַד, וואָס זענען געדרוקט געוואָרן אין אויסגאַבעס אין אַ ריי לענדער אין אייראָפּע.

אין איין קאַריקאַטור, ווערט מוכאַמאַד געמאָלן אין אַ טורבאַן אין דעם פאָרם פון אַ באָמבע. אַן אַנדער בילד ווייזט ווי מוכאַמאַד שטייט ביי די צוימען פון הימל מיט אויפגעהויבענע הענט און זאָגט צו די מענער, וואָס זעען אויס ווי זעלבסטמערדער, “הערט אויף, הערט אויף, די בתולות האָבן זיך ביי אונז שוין אויסגעלאָזט...” אַ דריטע צייכענונג מאָלט דעם טייוול’ס הערנער, אַרויסשפּראָצנדיק פון מוכאַמאַד’ס טורבאַן. אַ פערטע: צוויי פרויען, אינגאַנצן פאַרשלייערטע, וואָס נאָר זייערע אויגן ווייזן זיך אַרויס, און דער “נביא”, שטייענדיק צווישן זיי מיט אַ שטרייף פון שוואַרצער סחורה, וואָס פאַרדעקן זיינע אויגן און האַלטן אים צוריק פון זען.

פאַרגאַנגענעם סעפּטעמבער, זענען די בילדער דעם ערשטן מאָל געדרוקט געוואָרן אין דענמאַרק. דערנאָך זענען זיי איבערגעדרוקט געוואָרן אין דייטשלאַנד, פראַנקרייך, שפּאַניע, איטאַליע, שווייץ און אונגאַרן, און אויך אין ירדן. די קאַריקאַטורן געפינען זיך אויך אויפ’ן אינטערנעט. רעדאַקטאָרן פון די נייעס-צייטונגען אין פראַנקרייך און ירדן זענען אָפּגעזאָגט געוואָרן פון זייערע שטעלעס.

אַמעריקאַנער צייטונגען און טעלעוויזיע סטאַנציעס האָבן באַשלאָסן נישט פּאָבליצירן די קאַריקאַטורן, אויסער איי-בי-סי טעלעוויזיע סטאַנציע וועלכע האָט פאַר עטלעכע סעקונדעס געוויזן איינע פון די קאַריקאַטורעס.

די גאַסן אין די שטחים און אין עגיפּטן, טערקיי, פּאַקיסטאַן, איראַק, איראַן, אַפגאַניסטאַן, אינדאָנעסיע און מאַלאַסיע, זענען פאַרלייצט געוואָרן מיט דעמאָנסטראַנטן, וואָס האָבן גערופן צו באָיקאָטירן אַרטיקלען פון אייראָפּע און פאַרברענען די פאָן פון דענמאַרק, וואו די קאַריקאַטורן זענען צום ערשט דערשינען. מוסלמענער האָבן אין אַ רייע לענדער אָנגעצונדן די דענמאַרק אַמבאַסאַדעס.

אין אַפגאַניסטאַן האָבן זעלנער געהרגעט דריי מוסלמענער ין די דעמאָנסטאַראַציעס נאָך דעם וואָס זיי זענען געקומען גאָר נאָענט צו די רעגירונגס כוחות, און אין ביירוט, לבנון איז נאָך אַ מענטש געפונען געוואָרן טויט אויף די טרעפּ פון דער דענמאַרק אַמבאַסאַדע וועלכע מוסלמענער האָבן אונטערגעצונדן.

אין עזה-פּאַס איז פאָרגעקומען אַ גרויסער פרידלעכער פּראָטעסט. פירער האָבן געוואָרנט קעגן אומרוען, אָבער די רעדעס זענען געווען היציקע און שטורעמדיקע.

“מיר וועלן נישט אַקצעפּטירן ווייניקער ווי דאָס אָפּהאַקן די קעפּ פון די פאַראַנטוואָרטלעכע”, האָט איין פּרעדיקער ביים “אַל אָמאַרי” מעטשעט אין עזה געזאָגט צום פּובליקום וואָס איז געקומען דאָרט פרייטיק.

אַנדערע דעמאָנסטראַנטן האָבן גערופן אָפּצוהאַקן די הענט פון דעם קינסטלער, וואָס האָט געמאָלן די בילדער.

ביי פיל מוסולמענער ווערט באַטראַכט דאָס דרוקן וועלכע-ס’איז בילדער פון זייער נביא, מוכאַמאַד, אַלס אַ לעסטערונג פון זייער רעליגיע. אַ פּשיטא שוין, אַז צייכענען אַ קאַריקאַטור וואָס לאַכט אָפּ פון דעם גרינדער פון איסלאַם ווערט אָנגענומען אַלס אַ שרעקלעכע באַליידיקונג פון זייער גלויבן.

דער סעט פון אַ טוץ חוזק-בילדער האָט אַרויסגערופן דעם שטורמישן כעס פון די מוסולמענער, וועלכע האַלטן אַז די קאַריקאַטורן זענען פּראָוואָקאַטיווע און אַנטי-מוסולמענישע. פיל אייראָפּעער האָבן אָבער פאַרטיידיקט די אויסגאַבעס וואָס האָבן פאַרעפנטלעכט די בילדער, טענהנדיק אַז ס’איז אויסגעהאַלטן לויט די געזעצן פון פרייען אויסדרוק.

פאָריקע וואָך האָט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, דזשאָרדזש בוש, גענומען אַ שטעלונג אויף דער זייט פון די פּראָטעסטירער און דערקלערט אַז אַמעריקע באַטראַכט די חוזק-געמעלן אַלס אָפענסיוו.

“מיר פאַרשטייען געוויס פאַרוואָס די מוסולמענער זאָלן באַטראַכטן די בילדער אַלס אָנגרייפנדיק,” האָט בוש געזאָגט.

לעצטנס באַמיט זיך אַמעריקע פאַרבעסערן איר זעלבסט-בילד אין דער אַראַבישער וועלט, נאָכדעם וואָס ס’איז שטאַרק געשעדיקט געוואָרן צוליב דער מלחמה אין איראַק און אַמעריקע’ס שטיצע צו ישראל. אין איצטיקן סקאַנדאַל, פּרובירט אַמעריקע אַרויסווייזן איר פאַרשטענדעניש צו די מוסולמענער, דורכ’ן זיך אָננעמען פאַר די דעמאָנסטראַנטן וואָס זענען באַליידיקט געוואָרן פון די בילדער וואָס לאַכן אָפּ פון מוכאַמאַד, דער פאָטער פון דער רעליגיע, אין נאָמען פון וועלכער דאָס בלוט פון טויזנטער אומשולדיקע מענטשן ווערט פאַרגאָסן אין ישראל און אַנדערע טיילן פון דער וועלט.

די איראַנישע צייטונג “האַרשאמי” האָט געמאָלדן אַז אַלס נקמה וועט זי מאָלן קאַריקאַטורן וועגן דער שואה.

קאַריקאַטורעס קעגן אידן

אַן איסלאַמישער פּאליטישער פּאַרטיי אין דענמאַרק האָט אין רעאַקציע צו די צינישע צייכענונגען וועגן מוכאַמאַד פּובליצירט אויף אַן אינטערנעץ סייט קאַריקאַטורן קעגן אידן.

די צייכענונגען זענען אויפגעשטעלט געוואָרן לעצטן שבת אויף דעם סייט פון דעם אַראַבישן אייראָפּעאישן ליגע

איינע פון די צייכענונגען האָט געוויזן אַנאָ פראַנק אין בעט מיט אַדאָלף היטלער ימ”ש.

אַן אַנדער צייכענונג שטעלט אין שאלה צי דער שואה איז טאַקע פאָרגעקומען.

אידישע פירער האָבן אויסגעדריקט פאַרוואונדערונג “מה ענין שמיטה אצל הר סיני”? צוליב דעם וואָס אין דענמאַרק האָט מען געדרוקט צייכענונגען וועגן מוכאַמאַד, דרוקט מען צייכענונגען קעגן אידן?!
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on February 8, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations