about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אויף א קלאָץ-קשיא דאַרף מען או
הרב דוד האלאנדער
 

איינער פון די גדולי הרבנים אין דער אַלטער היים האָט געהאַט אַ טאָכטער מיט אַלע מעלות, און האָט געזוכט פאַר איר אַ פּאַסיקן חתן. זיין פּלאַן איז געווען צו געבן אַ שיעור אויף איינע פון די סוגיות אין ש”ס און פאַרענדיקן מיט אַ קשיא, און אויסרופן, אַז דער ערשטער בחור וועלכער וועט דעם נעקסטן טאָג געבן אַ תירוץ אויף דער קשיא, וועט ער אים נעמען אַלס חתן פאַר זיין טאָכטער.

אינדערפרי איז דער בית המדרש געווען געפּאַקט מיט די בחורים וועלכע האָבן דורך דער נאַכט געקוקט אין די ספרים צו געפינען אַ תירוץ. דער רב האָט אויסגעהערט זייערע תירוצים, אָבער קיין תירוץ איז אים געפעלן. ער איז באַלד אָפּגעפאָרן מיטן פערד און וואָגן צו אַן אַנדערע ישיבה מיט דעם זעלבן פּלאַן.

אַזוי פאָרנדיק, האָט ער דערהערט ווי איינער לויפט אים נאָך מיט אַלע כוחות, און שרייט: רבי, רבי, דער תירוץ. דער רב האָט זיך אָפּגעשטעלט, דער בחור איז צוגעקומען צום וואָגן, און דער רב האָט אים געפרעגט: נו, איר האָט שוין דעם ריכטיקן תירוץ?

“ניין, רבי, איך האָב ניט דעם תירוץ, אָבער איך וויל וויסן, וואָס איז דער תירוץ?”.

“אויב אַזוי”, האָט דער רב אַ צופרידענער געזאָגט, “זענט איר דער פּאַסיקער חתן פאַר מיין טאָכטער. אַז דו קענסט נישט רוען ביז דו קריגסט דעם תירוץ, ביסטו אַ פּאַסיקער חתן”...

כלפּי מה הדברים אמורים?

איינער האָט געשריבן אַ בריוו אין “אַלגעמיינעם זשורנאַל” (יאַנואַר 6, 2006), אין וועלכע ער שטעלט אַ פראַגע אויף מיין אַרטיקל אַז חרדישע אידן אין אַמעריקע האָבן פאַרגעסן דעם באַדייט פון מסירות נפש. דער בריוו-שרייבער פרעגט בזה הלשון: “וואָס דריקט הרב האָלענדער צו באַשולדיקן אידן, אפילו שומרי תורה ומצוות, אין אַ מאַנגל פון מסירות נפש”?

און איך האָב אַ קשיא אויף דעם בריוו-שרייבער (עס איז שוין אָנגענומען ביי אידן אַז מען ענטפערט אַ קשיא מיט אַ צווייטער קשיא). פאַרוואָס זאָגט ער אַז עס “דריקט” מיך צו שרייבן וועגן דעם עניין? פאַרוואָס קען מען ניט האָבן אַ מיינונג אָן שום פּערזענלעכע מאָטיוון אָדער אינטערעסן? ווער זאָגט אַז מען דאַרף האָבן אַ דרוק אַרויסצוזאָגן אַ מיינונג? פאַרוואָס איז דער בריוו-שרייבער ניט מקיים די משנה “הוי דן את כל האדם לכף זכות?”

אָבער בנוגע צו דעם עצם ענין פאַרשטיי איך נישט זיין קשיא: דער פאַקט איז אַז היינט קען מען ברוך השם זיין אַ פרומער איד און ניט האָבן דערביי קיין מסירות נפש, ווייל אַלעס ווערט דערלאַנגט אויף אַ זילבערנעם טעלער, אָן יסורים, אָן דעם “לפום צערא אגרא”.

מיט יאָרן צוריק האָט מען, למשל, צוליב שמירת שבת גרינג געקענט פאַרלירן פּרנסה. דער פאַקט איז אַז היינט פאָדערט זיך נישט מסירות נפש צו היטן שבת. מ’קען זיך נישט דינגען מיט דער מציאות אַז אין אונזער עפּאָכע פאָדערט זיך נישט מקריב זיין אַ קרבן צו היטן דעם שולחן ערוך (דער איינציקער אויסנאַם איז צאָלן שכר לימוד פאַר גרויסע משפּחות אָן עין הרע, וועלכער איז היינט געוואָרן זייער שווער).

די פראַגע איז בלויז צי עס איז גוט פאַר אידישקייט, אָדער נישט. יש בזה מה שאין בזה. עס איז דאָ אַ מעלה אין יעדן אופן, אָבער עס איז זיכער דאָ אַ מעלה אויך אין מסירות נפש פאַר יהדות.

דער בריוו-שרייבער קריטיקירט מיין מחאה אויף דעם וואָס קינדער און אייניקלעך צאָלן “האָום אַטענדענטס”, פרעמדע באַצאָלטע מענטשן כדי צו אָפּגעבן זיך מיט אַלטע עלטערן און קרובים, כדי זיי זאָלן ניט זיין איינזאַם. ער פרעגט מיר וואָס “דריקט” מיך צו מאַכן די טענות?

עס דריקט מיך די פראַגע וואו זיינען פאַרשוואונדן געוואָרן זין, טעכטער, קרובים, וואָס האָבן געדאַרפט טאָן די אַלע זאַכן מיט אמת’ער טריישאַפט און איבערגעבנקייט? וואָס איז געשען צו מסירות נפש אויף כיבוד אב ואם?

דער פאַרלוסט פון מסירות נפש איז ניט נאָר פאַר די קראַנקע, די אַלטע און הונגעריקע. ניין, דער פאַרלוסט איז אויף די וועלכע האָבן געדאַרפט טאָן דאָס וואָס די באַצאָלטע קענען ניט און ווילן ניט. בלויז קינדער קענען משמש זיין אַ טאַטע און אַ מאַמע אויף דעם אופן וואָס זיי זענען ראוי.

אָבער עס איז דאָ נאָך אַ זאַך וואָס דריקט מיך, און דאָס איז דער געיעג נאָך לוקסוס. מען דאַרף נאָר בלעטערן די וואָכן-צייטונגען וואָס ווערן געלייענט פון פרומע אידן, צו זען די רעקלאַמען וועגן מעבל וואָס דאַרף דווקא זיין אימפּאָרטירט פון ווייטע לענדער. די תורה וואָרנט וועגן דעם אין די ווערטער “ובתים טובים תבנה וגו’ וכסף וזהב ירביון לך, ושכחת את ה’ אלוקיך”. איך פרעג זיך אַליין, פון וואַנעט נעמען זיך אַזעלכע גלוסטענישן?

דער חינוך אין ישיבות און בית יעקב’ס איז געוויס דאָס בעסטע, אָבער פאַרוואָס איז מען אַזוי פאַרקאָכט אין דעם לוקסוריעזן לעבן, אין שמחות וואָס קאָסטן אַ מאַיאָנטעק?

אמת, ניט יעדער איינער קען דערגרייכן די מדריגה פון זיך מוסר נפש זיין ווי דער בריסקער רב אָדער ר’ חיים שמולעוויטש זצ”ל. אָבער עס מיינט אויך ניט אַז מען איז פריי פון מסירות נפש, און מען קען ווערן מושקע אין תאוות עולם הזה. אַמאָל האָבן ערלעכע אידן געוואוסט אַז אַ איד דאַרף זיך נישט אַריינלייגן אין תאוות פון דער פיזישער וועלט; אַ איד דאַרף זיין העכער, איידעלער, גייסטיקער. אָבער היינט מוז מען זיך אָנשטאָפּן מיט כלערליי תענוגים פון עולם הזה. הלמאי?

און נאָך אַן ענין וואו עס פעלט מסירות נפש - אַז רבנים און בני תורה זאָלן האָבן די דרייסטקייט מוחה זיין קעגן פּירצות, מחלוקת’ן, שנאה, און כלערליי זאַכן היפך התורה.

דער בריסקער רב זצ”ל למשל האָט געשריבן אַ בריוו (דעם בריוו האָב איך, און איר קענט עס באַקומען ביי מיר בחנם) וואו ער וואָרנט אַז דער קאַמף קעגן די מהרסי הדת מיט דעם צודעק פון “דזשודאַאיזם” טאָר מען ניט אָפּשוואַכן. אָבער אַזאַ צוגאַנג פאָדערט מסירות נפש און ווער וויל היינט מסירות נפש? מ’וויל זיין גוט מיט אַלעמען.

ווידער אַ מעשה, איז דער ענין פון שידוכים. אין געוויסע קהילות איז געוואָרן אַ מצב אַז דער עיקר שפּילט אַ ראָלע געלט און אַ לעבן פון לוקסוס. מסירות נפש איז “מאן דכר שמיה”.

ווען אברהם האָט געשיקט אליעזר געפינען אַ כלה פאַר יצחק, האָט ער ניט גענומען פון אים קיין שבועה אויף די דימאַנטן וואָס ער האָט אים מיטגעגעבן. אָבער וועגן אויסקלייבן די ריכטיקע כלה וועלכע ראַמט אויס די עבודה זרה פון איר הויז, האָט ער געפאָדערט אַ שבועה.

דער עיקר ביי אַ שידוך איז נישט געלט, נאָר אויפשטעלן אַ הויז אָנגעפילט מיט יראת שמים און מדות טובות.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on February 8, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations