about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
איך פאָר קיין נאַוואַרעדאָק
זכרונות פון מיינע יוגנט יאָרן...
חיים זאַקס
 

 

מיין ברודער האָט מיר דערלאַנגט די האַנט, זיך צעקושט מיט מיר און געזאָגט מיט אַ וויינענדיקן קול: “פאָר געזונט, חיימקע”. איך האָב זיך שוין ניט געקענט איינהאַלטן, אין האַלדז האָט מיר געשטיקט. און ווען ער איז אַראָפּ פון באַן האָב איך זיך צעוויינט, בלייבנדיק אַליין צווישן די פּויערים אין דעם האַלב פינצטערן וואַגאָן.

 

 “איך קום איצט פון רבין, בין דאָרט געווען אויף די יום-טובים, און ס’איז גוט צו זיין מיט אנשי-שלומנו צוזאַמען מיטן רבין. מען קריגט עלית-נשמה, מען ווערט אַן אַנדער מענטש. ס’איז אַ שאָד וואָס ניט אַלע אידן זיינען חסידים. ס’איז אַ רחמנות אויף די מתנגדים, לעבן אָפּ אַן אומעטיקן לעבן און ווייסן ניט דעם טעם פון שימחה. כאַפּן זיך אָפּ דאָס האַרץ מיט אַ בלעטל גמרא און זיינען אַלע מאָל פאַרזונקען אין עצבות. דו וועסט זיך אַ מאָל אַראָפּכאַפּן מיט מיר קיין סלאָנים צום רבין, וועסטו אַליין זען”

 

 

  

א.

מיין נאָמען אין אונדזער גאַס און אין בית-מדרש איז געווען, דעם רבס מזיק, און איך האָב עס כשר פאַרדינט. צו מיינע שטיפערייען און שטוטשקעס האָט זיך קיינער פון מיינע חברים ניט געקענט פאַרגלייכן. ווען חברה אינגלעך האָבן געדאַרפט אָפּטאָן עפּעס אַ שטיקל, בין איך געווען דער אָנפירער. ער האָט ניט קיין שלעכט קעפּל, דער מזיק, אָבער אין אים שטעקט אַ שד, און מען קען פון אים ניט אויסהאַלטן, אַזוי האָבן אידן געזאָגט. אַז איך פלעג אַריינלויפן אין בית-מדרש (איך בין קיין מאָל ניט געגאַנגען, אַלע מאָל געלאָפן), איז געוואָרן אַ פּאַניק צווישן די לערנער. מיט מיין טומל פלעג איך זיי אַרויסשלאָגן פון ענין. אַז עס האָט ווער פון די אינגלעך אָפּגעטאָן אַ שמד-שטיקל אין אונדזער גאַס, האָט מען געזאָגט: מסתמא איז עס דעם רבס מזיק. ווער דען?

גנבענען ליכט פון בית-מדרש איז געווען איינע פון מיינע גרעסטע תאוות, און איך האָב געהאַט אַ פאַרבאָרגענעם אָרט אויפן פּאָליש, אין בית-מדרש צווישן די שמות, און דאָרטן, צוזאַמען מיט מיינע אַנדערע זאַכן, האָב איך אָנגעקליבן אַן אוצר מיט שטיקלעך ליכט. צוליב דעם איז צווישן מיר און דעם אונטערשמש פון בית-מדרש אָנגעגאַנגען אַ שטענדיקע מלחמה. ער איז מיר געווען אַ דם-שונא. איך גנבע זיינע ליכט, האָט ער געזאָגט, און אַז ער האָט מיך איין מאָל געכאַפּט גנבענען, האָט ער מיר געשלאָגן. איך האָב דאָס אים ניט מוחל געווען און געוואַרט אויף אַ געלעגנהייט זיך מיט אים אָפּצורעכענען.

אין בית-מדרש איז געווען אַן אַלטער גרויסער שופר, וואָס מען האָט אים נאָר גענוצט פאַר ראש-השנה מקיים צו זיין “ובשופר גדול יתקע”. דער אונטערשמש האָט אים געהאַלטן פאַרשלאָסן. איז מיר איינגעפאַלן צו גנבענען דעם שופר. ערשטנס, האָב איך זייער ליב געהאַט צו בלאָזן דעם שופר (און ביי מיר איז טאַקע געווען אַ גרויסער “מאדים”, ווי אַן אמתער בעל-תקיעה), און צווייטנס - כדי זיך אָפּצורעכענען מיטן אונטערשמש, וואָס איז געווען פאַראַנטוואָרטלעך פאַרן שופר.

ס’איז געקומען ראש-השנה צו תקיעות, דער רב מיטן בעל-תקיעה און בעלי-בתים מיט ספרי-תורות זיינען אַרויף אויף דער בימה. אין בית-מדרש איז שטיל, דער עולם וואַרט צו הערן שופר בלאָזן און דער שמש קען ניט געפינען דעם גרויסן שופר. מען האָט געמוזט בלאָזן יענעם יאָר מיט אַ קליינעם וואָכעדיקן שופר. מען האָט נאַטירלעך באַרעדט דעם אונטערשמש, דעם שלים-מזל... דער שמש האָט געוואוסט ווער עס האָט דאָס אים אָפּגעטאָן, און האָט געזאָגט: רבש”ע, עס גייט אַ נייער יאָר, איך בין אים דאָס ניט מוחל. איך אָדער דער מזיק.

אַלע האָבן מיר געמוסרט: אַ רבס אַ זון, ביסט דאָך שוין אַ בר-מיצווה בחור, שוין צייט צו ווערן אַ מענטש. ווי לאַנג איז דער שיעור?

דעם אמת זאָגנדיק האָב איך שוין טאַקע אין האַרצן געוואָלט ווערן אַ מענטש און זייער מקנא געווען די יונגע בחורימלעך, וואָס זיינען געווען ניט קיין סך עלטער פון מיר, ווען זיי זיינען געקומען צו די ימים-טובים אַהיים פון די ישיבות, אויסגעפּוצטע אין קאַפּעליושן און גאַרניטערס, ווי פאַצעטן. אַנדערע האָבן שוין אַפילו געהאַט זייגערס, זיך געפירט מיט שטאַט, ווי גרויסע, דערוואַקסענע, זיך געבחורט. און איך בין נאָך אַלץ אַרומגעגאַנגען אין אַ חסידיש היטעלע מיט אַ לאַנגע קאַפּאָטע, און זיי האָבן געקוקט אויף מיר מיט גאווה, ווי אויף אַ נידעריקן פון זיי, ווי אויף אַ אינגל אַ מזיק, כאָטש איך האָב געקענט לערנען מער פאַר זיי. מיר האָט עס זייער וויי געאָן און כ’האָב געוואַרט אויפן טאָג ווען איך וועל שוין אויך פאָרן אין דער גרויסער ישיבה און ווערן אַ בחור גלייך מיט זיי, מיט אַ קאַפּעליוש און אַ קורצן רעקל.

איך בין געוואָרן בר-מיצווה און האָב געזאָגט אַ פּשטל, וואָס האָט זייער אויסגענומען. מיינע בעקעלעך זיינען מיר געווען רויט פאַר אַ לאַנגע צייט פון די קניפּן וואָס איך האָב דערפאַר געקראָגן.

“ס’איז אַ שאָד וואָס ער איז אַזאַ מזיק, עס האָט עפּעס געקענט פון אים אַרויסוואַקסן, אַז ער וואָלט געווען אַ מענטש”, האָבן מענטשן געזאָגט.

איין טאָג איז מיין חלום מקויים געוואָרן. איך האָב געהערט ווי מיין פאָטער זאָגט צו מיין עלטערן ברודער, וואָס איז געקומען אויף יום-טוב אַהיים פון דער ישיבה:

“דו ווייסט, שמואל, עס איז שוין צייט צו טראַכטן וועגן אַ תכלית פאַר חיימען. ער איז שוין גרייט צו פאָרן אין אַ ישיבה און ווערן אַ מענטש. וואו רעכנסטו איז פאַר אים די ריכטיקע ישיבה?”

מיין ברודער האָט פאָרגעלייגט אַ מוסר-ישיבה, נאַוואַרעדאָק, וואו ער האָט אויך געלערנט אַ קורצע צייט. דאָרט, זאָגט ער, וועט מען אים איינצאַמען. און מיין פאָטער האָט מסכים געווען. מיין פאָטער האָט מיר אַליין אָנגעזאָגט די גוטע בשורה. ער האָט מיר אַריינגערופן אין בית-דין-שטוב און געזאָגט:

“חיים, גענוג אַרומלויפן. ביסט שוין ב”ה בר-מיצווה און ס’איז שוין צייט צו ווערן אַ מענטש און זאָרגן פאַר אַ תכלית. אי”ה גלייך נאָך יום-טוב וועסטו פאָרן אין אַ ישיבה, אין נאַוואַרעדאָק. דו דאַרפסט זיך אָנהייבן פירן מיט שטאַט, ווי עס פּאַסט פאַר אַ ישיבה-מאַן”.

איך בין געוואָרן מלא שימחה און צוגעזאָגט, אַז איך וועל ווערן אַ מענטש און תיכף געלאָפן אָנזאָגן מיט גאווה מיינע חבירם די נייעס און כדי זיי זאָלן מיר מקנא זיין.

איך האָב זיך דערפילט ווי איך וואָלט מיט אַ מאָל עלטער געוואָרן, אויסגעוואַקסן, און זיך צוגעזאָגט איבערצובייטן מיין פירונג און אָנהייבן פירן שטאַט, ווי עס פּאַסט פאַר אַ נאַוואַרעדקער ישיבה-מאַן.

אין די טעג ווען איך האָב זיך פאַרגעסן און אָנגעפאַנגען פּראַווען די אַלטע שטיק, האָט מען מיך גלייך דערמאָנט, אַז עס פּאַסט ניט פאַר אַ נאַוואַרעדקער ישיבה-בחור זיך אַזוי צו פירן, פלעג איך זיך דערשרעקן - טאָמער וועט מיין פאָטער חרטה האָבן און זען אַז איך בין נאָך ניט ראוי פאַר דער גרויסער ישיבה. מען איז דאָך אָבער ניט מער ווי אַ לעבעדיקער מענטש, מען ווערט אַ מאָל געשטרויכלט, איז כדי זיך אָפּצוהיטן פלעג איך זיצן ביי אונדז אין בית-דין-שטוב צוזאַמען מיט די דערוואַקסענע איבער אַ גמרא און לערנען, כאָטש עס האָט מיר געצויגן צו מיין מאַמעס קיך, וואו איך האָב ליב געהאַט צו זיין און קענען עפּעס נאַשן.

רחל די דינסט האָט זיך שוין אויך אָנגעהויבן פירן מיט מיר ווי מיט אַ נאַוואַרעדקער ישיבה-מאַן, און ווען זי האָט געבראַכט טיי אין בית-דין-שטוב פאַר די לערנער האָט זי מיר אויך געבראַכט טיי און דערביי געגעבן אַ קוק אויף מיר מיט אַ שעלמיש שמייכל, ווי צו זאָגן: איך גלייב ניט, דו נאַרסט אָפּ, מען קען דאָך דיר. רחל האָט מיט מיר אויך געפירט אַ שטענדיקע מלחמה. פלעגט מיך יאָגן פון קיך, ווייל איך פלעג זיך פּלאָנטערן צווישן די פיס און כאַפּן פון די טעפּלעך, און האָט מיר דערפאַר גערופן “געשמדטער האַלדז”.

איך האָב שוין אַפילו אויפגעהערט זיך חברן מיט מיינע אַלטע חברים. ס’האָט מיר שוין ניט געפּאַסט. כ’האָב אָנגעהויבן מאַטערן מיין מאַמען זי זאָל מיר קויפן דעם קאַפּעליוש מיטן קורצן רעקל. עס פּאַסט דאָך ניט צו פאָרן אין דער גרויסער ישיבה אין דער לאַנגער קאַפּאָטע און מיט דאָס חסידישע היטעלע. האָט מיין מאַמע מיך באַרואיקט, אַז ווען מען וועט מיך נעמען צו דער באַן אין דער גרויסער שטאָט, וועט מען מיר קויפן דעם קאַפּעליוש.

מיין גרעסטער פאַרגעניגן איז געווען זיך גרייטן צו דער רייזע, זיך פּאַקן. מיין מוטער האָט מיר געזאָגט, אַז זי וועט מיר געבן מיין ברודערס שטרויענעם קערבל, האָב איך גענומען דאָס קערבל און פלעג זיך פּאַקן. מען האָט פון מיר געלאַכט, עס איז נאָך דאָ אַ גאַנצער מאָנאַט, וואָס איילסטו זיך? איך האָב אָבער שוין געוואָלט פילן דעם טעם פון זיין אַ בעל-הבית פאַר זיך, מיט מיינע אייגענע זאַכן, ווי עס וועט זיין אין ישיבה.

ווען די טעג פון פאָרן האָבן זיך דערנענטערט האָט מיין מוטער מיר אויפגענייט דעם קורצן רעקל, און איך האָב אים גלייך אָנגעטאָן זיך צו ווייזן פאַר מיינע חברים.

 

ב.

גלייך נאָך יום-טוב, ווען דער טאָג פון פאָרן איז אָנגעקומען, האָט מיין מאַמע אַליין איינגעפּאַקט מיין קערבל.

מיין אייגנס איז באַשטאַנען פון אַ קישן, אַ קאָלדרע, אַ ליילעך, אַ פּאָר העמדער מיט לאַנגע גאַטקעס - מיין ברודערס - וואָס זיינען געווען צו לאַנג פאַר מיר, אַן ארבע-כנפות, צוויי פּאָר זאָקן און אַ ווינטערדיקע קאַפּאָטע, וואָס איז אויך געווען צו לאַנג פאַר מיר, ווייל מען האָט דאָס אויפגענייט אויף אויסצוואַקסן, מיינע תפילין, און אַ פּאָר קאַלאָשן פאַר אַן אויספּוץ. מיין מאַמע האָט מיר איינגענייט אַ גאָלדענעם פינף רובלדיקן אין ארבע-כנפות, איך זאָל האָב פאַרן ערשטן חודש, און מיר אָנגעזאָגט, אַז איך זאָל האַלטן פאַרשפּיליעט דעם רעקל, מען זאָל מיר ניט באַגנבענען. זי האָט מיר געגעבן עטלעכע זילבערנע מטבעות פאַרן וועג, מיר איינגעפּאַקט אַ פּעקעלע מיט עסן - צוויי אייער, אַ פּאָלקע הון, ווייסע בולקעס און נאָך עטלעכע זאַכן, וואָס זי האָט געוואוסט אַז איך האָב דאָס ליב. און מען האָט זיך גענומען געזעגענען מיט מיר.

מיט אַ מאָל איז מיר געוואָרן אומעטיק אויפן האַרצן צו פאַרלאָזן מיין היים און כ’האָב שוין אָנגעהויבן בענקען. מיין מאַמע האָט מיר געקושט. דאָס איז מיר געווען פרעמד, ווייל מיין מאַמע האָט אונדז, אינגלעך, קיין מאָל ניט געקושט, און טרערן זיינען איר געשטאַנען אין די אויגן. מען שיקט אַוועק אַ קינד אין דער פרעמד.

אַפילו רחל די דינסט איז מיר געוואָרן נאָענט, זי האָט מיר דערלאַנגט דריי קאָפּיקעס און געזאָגט מיט טרערן: פאָר געזונט, חיימקע, און ווער אַ מענטש, אַלע האָבן געזאָרגט פאַר מיר איך זאָל ווערן אַ מענטש, און זי האָט זיך צעוויינט.

די גרויסע גראָבע מויד איז געווען לייכט אויף טרערן. עס האָט מיך זייער גערירט און איך האָב זיך געמוזט איינהאַלטן פון וויינען. אַלע האָבן מיר אַרויסגעוויזן אַזוי פיל פריינדשאַפט און ליבשאַפט, וואָס איך בין דערצו ניט געווען געוואוינט. עס האָט זיך מיר געדאַכט, אַז איך פאַרלאָז מיין היים אויף אייביק, און אַלץ איז מיר געוואָרן ליב און נאָענט - די שטוב, די מענטשן אַרום. איך בין געוואָרן פול מיט בענקשאַפט און האָב שוין חרטה געהאַט אויפן גאַנצן ענין. צו וואָס האָב איך עס געדאַרפט? די גאַנצע שטוב איז געווען באַשעפטיקט מיט מיין פאָרן און איך בין געווען ווי צעטומלט.

די בויד איז צוגעפאָרן צו אונדזער הויז. מיין מאַמע האָט מיר אַרומגעוויקלט דעם האַלדז, איך זאָל זיך ניט פאַרקילן. מיין ברודער, וואָס האָט מיך געפירט אין דער גרויסער שטאָט אַרויפצוזעצן אויף דער באַן, האָט מיר אַפילו ניט געלאָזן טראָגן מיין פּעקל.

פון גרויס איילעניש האָבן מיר פאַרגעסן דאָס פּעקעלע עסן. מיך האָט עס ניט געאַרט. מיין מוטער איז אַרויסגעלאָפן שרייענדיק: חיימקע, וויי איז מיר, האָסט דאָך פאַרגעסן דאָס פּעקעלע עסן.

מיין פאָטער איז אַרויס אונדז באַגלייטן, זיך געזעגענען מיט מיר. ער האָט זיך אויך צעקושט מיט מיר און געזאָגט: זאָלסט לערנען מיט התמדה און דערגרייכן אַ תכלית. ער איז געווען דער איינציקער אין שטוב וואָס איז געווען רואיק. ער האָט אַפילו געשמייכלט פון נחת, וואָס ער האָט זוכה געווען צו שיקן נאָך אַ קינד אין דער ישיבה. איך האָב אַפילו ניט געהערט וואָס ער רעדט צו מיר, אַזוי צעטומלט בין איך געווען.

מיינע חברים זיינען געשטאַנען פון ווייטן און געקוקט ווי איך פאָר אַוועק, און מסתמא מיר מקנא געווען. אין בין אָבער זיי מקנא געווען וואָס זיי בלייבן אַהיים - אין דער זיסער, ליבער היים.

דער בעל-עגלה האָט אונדז אַריינגערוקט אין דעם אָנגעפילטן וואָגן צווישן די פּעקלעך און אידן. פון דעם גאַנצן טאָג טומלעניש און בענקען האָב איך אַפילו ניט געפילט די קוועטשעניש און טרייסלעניש.

מיין ברודער האָט געזען ווי פּארצרהט איך בין, האָט ער אויף מיר רחמנות געהאַט און מיר דערמאָנט, אַז איך האָב נאָך אַ גאַנצן טאָג ניט געגעסן, און אַז אין פּעקעלע זיינען דאָ גוטע זאַכן. אָבער וועמען איז געלעגן אין זינען עסן?

מיר זיינען אָנגעקומען אין דער גרויסער שטאָט, אין אַ קרעטשמע. אַלץ איז דאָ געווען אַזוי פרעמד און אַנדערש. איך האָב זיך געפילט פאַרלאָרן אין דעם טומל, עלנט און אַליין. אַפילו די בעלי-עגלות און מיינע שטעטלשע אידן, וואָס איך האָב אַזוי גוט געקענט, זיינען געווען פאַריאָגט און פאַרטאָן מיט זייערע געשעפטן און האָבן אויף מיר ניט געקוקט.

די איינציקע פאַרבינדונג מיט מיין היים איז געווען מיין ברודער און כדי מיך אויפצומונטערן זאָגט ער צו מיר: “קום, חיים, מירן גיין קויפן דעם קאַפּעליוש”.

דער קאַפּעליוש, וואָס איך האָב וועגן אים אַזוי לאַנג געחלומט, איז מיר שוין אויך ניט געלעגן אין זינען. איך וואָלט בעסער געוואָלט זיין אין דער היים אין מיין חסידיש היטעלע.

איך בין נאָכגעגאַנגען מיין ברודער אין די טומלדיקע גאַסן און עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז מען קען ניט קריגן קיין קאַפּעליוש וואָס זאָל פּאַסן פאַר מיין קליין קעפּל. האָט אָבער דער קרעמער געפונען אַן עצה - פּאַפּיר. ער האָט אַריינגעלייגט פּאַפּיר אין ראַנד פון קאַפּעליוש, מיר אָנגעטאָן און געזאָגט צופרידן: ווי אָנגעפּאַסט, ווי פאַר דיר געמאַכט. מיין ברודער איז ניט געווען צופרידן. נאָר וואָס זאָל מען טאָן? מען האָט דאָך מיר צוגעזאָגט אַ קאַפּעליוש.

פאַרנאַכט האָט מיין ברודער געדונגען אַן איזוואָשטשיק און מיר זיינען געפאָרן צו דער באַן. עס האָט אָנגעהויבן רעגענען, אַ דין-כמורנע האַרבסט-רעגנדל. די גרויסע גאַזאָווע לאָמפּן האָבן געלויכטן אויף די גאַסן פרעמד און אומעטיק, ווי יאָרצייט-ליכט, ניט ווי אונדזערע פריילעכע, ליכטיקע בליץ-לאָמפּן שבת און יום-טוב אין גרויסן בית-מדרש, וואָס פילן אָן דאָס האַרץ מיט יום-טובדיקייט און פריילעכקייט.

מיליאָנען מענטשן, אַזוי האָט זיך מיר געדאַכט, זיינען געלאָפן אין איילעניש איבער די ברייטע טראָטואַרן, ווי מען וואָלט זיי געיאָגט. אוי, ווי איך וואָלט געוואָלט זיין צוריק אין די היימישע פינצטערע געסלעך פון מיין שטעטל. ס’איז שוין אָבער געווען צו שפּעט. איך האָב אַפילו פיינט געקראָגן דעם קאַפּעליוש, וואָס איז מיר געלעגן אויפן קאָפּ ווי אַ שווערע משא. ס’איז דאָך מיין שולד, איך האָב געוואָלט אַ קאַפּעליוש.

דאָס איז געווען דאָס ערשטע מאָל וואָס איך בין געפאָרן אויף אַ באַן. און אויף קיין וואָקזאַל בין איך אויך קיין מאָל ניט געווען. ווען מיר זיינען אָנגעקומען אויפן וואָקזאַל, דריטע קלאַס, בין איך אין גאַנצן צעטומלט געוואָרן. מענטשן האָבן זיך געאיילט, געלאָפן און געשריען, ווי אויף אַ יאַריד. ס’איז געווען טונקל פון דעם אָנגעפילטן רויך, ס’האָט געשמעקט מיט ביליקע בראָנפן, רויך און חזיר. פּויערים אין פּעלצלעך, אָן היטלען, זיינען געזעסן אויף גרויסע פּעק מיט זייערע פאַמיליעס. זיי זיינען געקומען אַרויסלאָזן זייערע זין צו די סאָלדאַטן, קומען זיי אַ פּאָר טעג פריער ניט צו פאַרשפּעטיקן די באַן. דערווייל זיצן זיי און עסן רואיק, שניידנדיק דיקע פּענעצן ברויט פון אַ שוואַרצן לאַבן, און דינע פּענעצלעך שמאַלץ פון אַ חזירשע פּאָלקע, און עסן. פּויערים, אַז זיי האָבן ניט וואָס צו טאָן איז אָדער זיי עסן, אָדער זיי שיכורן. קיין תהילימלעך טראָגן זיי ניט מיט זיך, ווי אידן.

 

ג.

איך האָב זיך געפילט ווי אַ פאַרוואָגלטער אין אַ פרעמדער וועלט. די איינציקע פאַרבינדונג איז נאָך אַלץ געווען מיין ברודער און איך האָב זיך אַפילו ניט געשעמט אים צו האַלטן פאַר אַ האַנט. און ווען ער איז אַוועק קויפן דעם בילעט און מיך אַוועקגעזעצט אין אַ ווינקל אויף מיין פּעקל, אָנזאָגנדיק אַז איך זאָל זיך ניט רירן פון אָרט, האָב איך ערשט דערפילט מיין גאַנצע עלנטקייט. עס האָט זיך מיר געדוכט, אַז ער איז אַוועק פאַר שעהען, כאָטש ס’איז נאָר געווען מינוטן. איך האָב זיך דערפרייט, ווען ער איז צוריק געקומען.

עס האָט ניט גענומען לאַנג און איך האָב דערהערט אַ פייף. “קום!” זאָגט מיין ברודער צו מיר “ס’איז דיין באַן”. איך בין אים נאָכגעגאַנגען ווי ער וואָלט מיך געפירט אין אַ טורמע. מענטשן שטופּן זיך, שרייען, און מיין ברודער שטופּט מיך אויך, האַלטנדיק מיין קערבל אין האַנט. און עס האָט אונדז געטראָפן אַן אומגליק. שטופּנדיק זיך איז מיר אַראָפּגעפאַלן מיין קאַפּעליוש פון קאָפּ. מענטשן טרעטן אויף אים, מיין ברודער שטופּט זיך, זוכט דעם קאַפּעליוש און קוים מיט צרות אים אַרויסגעשלעפּט פון אונטער די פיס, אַ צעקנייטשטן און שמוציקן. אַבי מיר האָבן אים געפונען.

“טו אים אָן און האַלט אים מיט דער האַנט, ער זאָל ווידער ניט אַראָפּפאַלן”, זאָגט צו מיר מיין ברודער. “וועסט אים אָפּרייניקן אויף דער באַן”.

נאָך לאַנגע שטופּענישן (איך בין כמעט ניט געגאַנגען, מען האָט מיך געשטופּט) - מיין ברודער האָט מיר געהאַלטן פאַר דער האַנט איך זאָל ניט פאַרפאַלן ווערן - זיינען מיר צו צו דער באַן.

מיר זיינען אַריין אין אַ וואַגאָן, האָט מען זיך ווידער געדאַרפט שטופּן. אַלע ערטער זיינען שוין געווען באַזעצט, האָבן מיר געפונען אַ ליידיקן ווינקל אויפן דיל און איך האָב זיך אַוועקגעזעצט אויפן קערבל.

מיין ברודער האָט מיר דערלאַנגט די האַנט, זיך צעקושט מיט מיר און געזאָגט מיט אַ וויינענדיקן קול: “פאָר געזונט, חיימקע”. איך האָב זיך שוין ניט געקענט איינהאַלטן, אין האַלדז האָט מיר געשטיקט. און ווען ער איז אַראָפּ פון באַן האָב איך זיך צעוויינט, בלייבנדיק אַליין צווישן די פּויערים אין דעם האַלב פינצטערן וואַגאָן.

די באַן האָט געגעבן אַ פייף, וואָס האָט אָנגעוואָרפן אויף מיך אַ שרעק, ווי עפּעס אַ שלעכטע בשורה. דורך די פענצטער האָב איך געזען ווי עס לויפן לאָמפּן, יאָגן זיך איינע נאָך די אַנדערע, ווי שדים, און פּלוצלינג איז די באַן אַריין אין אַ פינצטערניש. מיר האָט זיך געדאַכט אַז מיר זיינען אַריין אין אַן אַנדער וועלט, אַ וועלט פון אַן אומענדלעכער אייביקער פינצטערניש, פול מיט סודות. פּויערים האָבן אָנגעהויבן כראָפּען, אַנדערע האָבן נאָך געגעסן. איך באַמערק ווי אַ יונגער פּויער, וואָס זיצט אויף אַ באַנק לעבן מיר מיט זיין פרוי, קוקט אויף מיר און לאַכט. ס’איז אים, ווייזט אויס, געפעלן געוואָרן מיין צעקנייטשטער קאַפּעליוש, וואָס איז מיר געקראָכן איבער די אויגן נאָך דעם ווי די פּאַפּיר איז אַרויסגעפאַלן פון ראַנד.

איך האָב געמוזט אויסזען קאָמיש. מיך האָט עס ניט געאַרט. אָבער איך זע ווי ער שטופּט מיר אין האַנט אַ שטיקל חזיר און זאָגט עפּעס, וואָס איך האָב ניט פאַרשטאַנען. האָט מיר פאַרדריקט דאָס האַרץ און כ’האָב זיך צעוויינט. זיין ווייב האָט אַ פּנים אויף מיר רחמנות געהאַט, האָט זי אים מיט כעס געשלאָגן איבער דער האַנט און אויף אים געשריען, וואָס ער מאַטערט אַן עלנט קינד. איך בין איר זייער דאַנקבאַר געווען דערפאַר. זי האָט אַפילו מיר געגעבן אַ גלעט איבערן באַק. איך האָב זיך דערשראָקן, אַ אשה, און נאָך דערצו אַ גויע, מען טאָר ניט, אָבער איך האָב מורא געהאַט צו פּראָטעסטירן.

אַן אויסגעמאַטערטער פון אַ גאַנצן טאָג בין איך, זיצנדיק אויף מיין קערבל, איינגעשלאָפן. איך האָב ניט געוואוסט ווי לאַנג איך בין געשלאָפן און געווען ווי צעטומלט ווען איך האָב זיך אויפגעכאַפּט. עס האָט מיר גענומען אַ צייט, ביז איך האָב זיך דערמאָנט וואו איך בין. מיר איז געוואָרן פריילעכער, ווען עס איז אָנגעקומען דער פרימאָרגן און ס’איז געוואָרן ליכטיק. מיר זיינען צוריק אַריין אין אַ ליכטיקע וועלט וואָס איך קען - וועלדער, פעלדער, הייזער, וואָס מיר זיינען פאַרבייגעפאָרן. איך האָב זיך דערמאָנט, אַז ס’איז שוין צייט צו דאַוונען, לייגן תפילין. אָבער איך האָב זיך געשעמט צו דאַוונען פאַר די גויים אין די אויגן. זיץ איך און וואַרט.

עס קומט אַריין דער קאָנדוקטאָר און שרייט אויס: בילעטן. עס ווערט אַ טומל צווישן די פּאַסאַזשירן. אַ סך פון זיי האָבן ניט געהאַט קיין בילעטן. ווייסן זיי אָבער וואָס צו טאָן - מען דערלאַנגט דעם קאָנדוקטאָר אין האַנט לא יחרץ געלט, און ער איז צופרידן, און די וואָס האָבן געהאַט בילעטן האָט ער געשאָלטן. ער קומט אויך צו צו מיר, און ווען איך גיב אים מיין בילעט שרייט ער אויס “דוראַק”. איך האָב צוגענומען זיין פּרנסה. געענדיקט מיט די פּאַסאַזשירן, בייגט ער זיך איין צו זוכן אונטער די בענק און שלעפּט אַרויס אַ גרויסן פאַר שלאָפענעם קאַצאַפּ, וואָס קיינער האָט אים פריער ניט געזען, און ער האָט ניט קיין בילעט. דער קאָנדוקטאָר שרייט מיט כעס אויף אים: “מאַשעניק, גנב, דו ווילסט באַגנבענען קאַזנאַ, די מלוכה”. דערשרעקט זיך דער קאַצאַפּ אויך ניט, גיט דעם קאָנדוקטאָר אין יד, און דער פאָרשטייער פון קאַזנאַ איז צופרידן.

 

ד.

די באַן שטעלט זיך אָפּ אויף אַ סטאַנציע. אַ סך פּאַסאַזשירן גייען אַרונטער, די וואַגאָנען ווערן ליידיק. מיט אַ מאָל לאָזט זיך אַריין אַ קליין דאַר אידל, מיט אַ שיטער בערדל, אין אַ צעקנייטשטער קאַפּאָטע און מיט אַ חסידיש היטל. ער קוקט זיך אַרום אויף אַלע זייטן ווי ער וואָלט עפּעס זוכן, מסתמא אידן. עס ווערט מיר ליכטיק אין די אויגן. איך האָב שוין אַזאַ לאַנגע צייט ניט געזען קיין אידן. און ער זעט אויס אַ היימישער איד, אַזאַ אויפגעמונטערטער און לעבעדיקער. איך וויל צולויפן צו אים און אים געבן שלום-עליכם. דערווייל דערזעט ער מיר, גייט ער צו, דערלאַנגט מיר שלום-עליכם און פרעגט: “וואו פאָרסטו, בחורל?”

זאָג איך אים: “אין נאַוואַרעדאָק”.

“אין ישיבה אַוודאי?”

וואונדערט מיך די פראַגע. צוליב וואָס דען פאָרט מען אין נאַוואַרעדאָק, אויב ניט אין דער ישיבה? און ווען איך זאָג אים אַז איך פאָר טאַקע אין ישיבה, זאָגט ער צו מיר: “גוט, מירן פאָרן צוזאַמען. איך פאָר אויך אין נאַוואַרעדאָק, אין בין טאַקע אַ נאַוואַרעדקער”.

קיין בעסערע בשורה האָט ער מיר ניט געקענט אָנזאָגן, פאָרן צוזאַמען מיט אַ אידן! דערווייל וועל איך וויסן וואו אַרונטערצוגיין, און דאַנק דעם רבונו של עולם פאַרן חסד וואָס ער האָט מיט מיר געטאָן און צוגעשיקט דעם אידן.

“האָסט שוין געדאַוונט?” פרעגט ער מיר.

“ניין, איך האָב זיך געשעמט צו דאַוונען פאַר די גויים אין די אויגן”.

לאַכט דער איד פון מיר: “פאַר זיי, פאַר די מוזשיקעס, שעמסטו זיך? אַן עם הדומה לחמור. קום, מיר וועלן וואַשן די הענט און דאַוונען, איך האָב נאָך אויך ניט געדאַוונט. נעם דעם קערבל, זיי זאָלן דיר ניט באַגנבענען”, ווייזט ער מיר אויף די פּויערים.

מיר גייען אַרויס. ער ווייס וואו דאָס וואַסער איז, מיר וואַשן די הענט און קומען צוריק. דער איד עפנט זיין פּעקל, נעמט אַרויס טלית און תפילין אַ סידור און אַנדערע דאַוון-מכשירים, אַ יאַרמולקע, ברילן, צעלייגט זיך מיט דעם אויף אַ באַנק וואָס איז דערווייל ליידיק געוואָרן, ווי ער וואָלט געווען ביי זיך אין חסידים-שטיבל, און הייבט זיך אָן שאָקלען, דאַוונט מיט כוונה, מיט אַ ניגון. עס גייט אים ניט אָן וואָס די פּויערים לאַכן.

איך האָב אויך אָנגעטאָן די תפילין און קוקנדיק אויף אים זיך גענומען שאָקלען מיט כוונה. מיר האָבן געענדיקט דאַוונען, לייגט דער איד צוזאַמען דעם טלית און תפילין, לאַנגזאַם, ער האָט צייט, ברומט זיך אונטער אַ ניגון און רופט זיך אָן צו מיר: “ווי רופט מען דיר?”

“חיים”, זאָג איך.

“און פון וואַנען ביסטו?”

זאָג איך אים דעם נאָמען פון מיין שטעטל.

ווייזט זיך אַרויס, אַז ער איז אַ מאָל געווען אין מיין שטעטל, ער האָט דאָרט קרובים פון זיין ווייבס צד. און ווען ער דערוויסט זיך אַז איך בין דעם רבס בחורל, צעקאָכט זיך דער איד, ער קען מיין פאָטער: “אַ פיינער איד, דיין טאַטע, כאָטש ער איז אַ מתנגד. מען זאָגט אַז ער קען אַ סך לערנען”. ווערט מיר נאָך פריילעכער וואָס נאָך אַזאַ לאַנגער צייט אַליין זיין האָב איך געפונען אַן אייגענעם מענטשן.

“חיים” , זאָגט ער מיט אַזאַ טאָן, ווי מיר וואָלטן שוין געווען קרובים, “דו קומסט דאָך פון דער היים, האָסטו אפשר וואָס צוצובייסן?” דערמאָן איך זיך אָן מיין פּעקעלע עסן וואָס איך האָב שוין כמעט פאַרגעסן אָן דעם, נעם עס אַרויס און דערלאַנג אים. שיינט אים אויף זיין פּנים ווען ער דערזעט די אייער מיט די פּאָלקע הון.

“קום”, זאָגט ער אַ פריילעכער, “מירן זיך גיין וואַשן”, און רייבט די הענט הנאהדיק. קיין גרעסערן כבוד האָט ער מיר ניט געקענט אָנטאָן. איך האָב זיך געפילט ווי אַ גאַנצער מענטש, אַ דערוואַקסענער, מיט אַן אורח.

מיר איז דאָס עסן אין האַלדז ניט געקראָכן, אַזוי אויסגעמאַטערט בין איך געווען. אָבער די הנאה וואָס איך האָב געהאַט, צו זען ווי מיין אורח עסט, איז געווען גרעסער ווי איך וואָלט אַליין געגעסן. ער האָט געגעסן מיט אַזאַ אַפּעטיט און כוונה, ווי ביים דאַוונען. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז ער וועט אויפעסן זיינע פינגער צוזאַמען מיט דער פּאָלקע הון, און דערביי האָט ער געהאַלטן אין איין קרעכצן - אַ ביס און אַ קרעכץ. געענדיקט עסן האָט ער זיך גענומען צום בענטשן מיט אַ ניגון, און אויך מיט צופרידענע קרעכצן.

“דו ווייסט, חיים”, זאָגט ער, ווען ער האָט געענדיקט בענטשן, “דו געפעלסט מיר, דו וועסט קענען שטיין סטאַנציע ביי מיר. מיינע בני-בית וועלן אַכטונג געבן אויף דיר. איך זע אַז דו ביסט ניט געוואוינט צו זיין אין דער פרעמד”.

איך האָב גלייך מסכים געווען. דער איד איז מיר אויך געפעלן געוואָרן. און איך זע אַז ג-ט האָט מיר ניט פאַרלאָזן אין מיין עלנטקייט. איך האָב צוריק געפונען אַ היים.

“חיים”, זאָגט ער, “איך זאָג דיר אַז עס איז טאַקע אַ מחיה צו זיין אַ איד. איך קום איצט פון רבין, בין דאָרט געווען אויף די יום-טובים, און ס’איז גוט צו זיין מיט אנשי-שלומנו צוזאַמען מיטן רבין. מען קריגט עלית-נשמה, מען ווערט אַן אַנדער מענטש. ס’איז אַ שאָד וואָס ניט אַלע אידן זיינען חסידים. ס’איז אַ רחמנות אויף די מתנגדים, לעבן אָפּ אַן אומעטיקן לעבן און ווייסן ניט דעם טעם פון שימחה. כאַפּן זיך אָפּ דאָס האַרץ מיט אַ בלעטל גמרא און זיינען אַלע מאָל פאַרזונקען אין עצבות. דו וועסט זיך אַ מאָל אַראָפּכאַפּן מיט מיר קיין סלאָנים צום רבין, וועסטו אַליין זען”.

דערווייל האָט ער דערזען מיין צעקנייטשטן קאַפּעליוש און ווי שמוציק ער איז, וואָס איך האָב שוין וועגן אים אין גאַנצן פאַרגעסן.

“זע ווי דיין קאַפּעליוש זעט אויס”, זאָגט ער, “דו קענסט ניט קומען אין ישיבה מיט אַזאַ קאַפּעליוש, ס’איז ניט שיין. פאַרדעק דעם קאָפּ און גיב מיר, איך וועל אים אָפּרייניקן”.

איך האָב פאַרדעקט מיין קאָפּ מיט אַ פּאָלע און אים געגעבן דעם קאַפּעליוש. ער האָט אָנגעהויבן שפּייען אויף אים און רייבן מיטן ארבל מיט אַזאַ שנעלקייט, ווי אַן אמתער מומחה, ווי אַן איינגעוואוינטע אַרבעט. איך האָב ניט געקענט פאַרשטיין וואו האָט זיך ביי אים גענומען אַזוי פיל וואַסער אין מויל - אַ פאָנטאַן. אָבער ווען ער האָט געענדיקט, האָט דער קאַפּעליוש אויסגעזען ווי ניי. ער האָט אַריינגעלייגט די פּאַפּיר פון פּעקעלע עסן אין ראַנד פון קאַפּעליוש, פּונקט ווי דער קרעמער, מיר אָנגעטאָן און געזאָגט צופרידן: “אָט, אַזוי זעסטו דאָך אויס ווי אַ מענטש”. איך בין אים זייער דאַנקבאַר געווען דערפאַר און האָב זיך שוין ניט געפילט אַזוי עלנט. איך האָב געפונען אין דעם אידן אַ פריינט און אַ באַשיצער.

דער קאָנדוקטאָר איז אַריין אין וואַגאָן און אויסגעשריען “נאַוואיעלנע” און מיין פריינט זאָגט צו מיר: “דאָ דאַרפן מיר אַראָפּגיין, מיר זיינען שוין אַהיים”. מיר זיינען אַראָפּ אויף דער סטאַנציע.

-------

*) חיים זאַקס ע”ה, האָט אָנגעשריבן די זכרונות מיט עטלעכע צענדליק יאָר צוריק. זיין פּלימעניק, דר. צבי יהודה זאַקס ז”ל פון פּיטסבורג, וועלכער איז נפטר געוואָרן היי-יאָר, האָט אונדז געגעבן די דאָזיקע זכרונות פון זיין פעטער, כדי אָפצודרוקן אין אַלגעמיינעם זשורנאַל.  - רעדאַקציע

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on February 17, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations