about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
שניאור: דער מקור און דער אידיש
אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ
 

דעם מהרש”לס זיידע האָט ניט אַנטדעקט דעם נאָמען “שניאור”, אַז דער נאָמען איז שוין דאָ אין תוספות תמורה, הונדערטער יאָרן פאַר דעם ים של שלמה.  —  ווי קען אַ ראָמאַנישער נאָמען במקורו פאַרמאָגן דעם באַדייט פון “שני אור”?  —  וועגן דעם אונטערשייד צווישן “אבות” און “תולדות” אין דער אידישער פילאָלאָגיע

אין אונדזערע איגרתלעך וועגן “זלמן” האָבן מיר געהאַט דערמאָנט ניט איינמאָל אויך “שניאור”; מה דאָך, אַז שרייבן וועגן “זלמן” און ניט דערמאָנען קיין “שניאור” איז קאַם אַן איינפאַל (זע אין “זשורנאַל” פון כ”ז טבת \ דעם 27טן יאַנואַר, און ה’ שבט \ דעם 3טן פעברואַר; ביידע אינאיינעם אויף: www.algemeiner.com/generic.asp?id=1109).

דאָרטן האָבן מיר דערמאָנט (און אויך אָנגענומען) דעם ברייטן דעת המלומדים, דהיינו אַז דער אבי אבות פון “שניאור” איז אַ מקורב פון “סעניאָר” אין די ראָמאַנישע שפּראַכן.

פאַרוואָר, “שניאור” איז אויך אַ אידישער נאָמען פאַר זיך, ניט נאָר אַ גליד פון צווייאיקן “שניאור זלמן” (צי “זלמן שניאור”), און ס’איז בפירוש כדאַי זיך אָפּשטעלן אויף שניאור כמות שהוא אויכעט.

און אין “זשורנאַל” פון י”ט שבט (דעם 17טן פעברואַר) ברענגט אַראָפּעט דער חשובער לייענער יוסף וויינשטאָק נ”י, פון באָראָ פּאַרק, ברוקלין, דעם “ים של שלמה” וועגן דעם נאָמען “שניאור” (אין דער “טריבונע פאַרן פאָלק”). איז פאַרדערפאַר — אַ יישר כח.

דער חשובער לייענער טענהט אין זיין בריוו, אַז דער “ים של שלמה” ברענגט אַן אַנדער מקור פון “שניאור”, דהיינו אַ מעשה שהיה. איז לאָמיר טאַקע אַראָפּברענגען די ווערטער פונעם “ים של שלמה”, דאָרטן אין גיטין (פּרק ד, סימן כ”ו):

“וגם אני הקטן ידעתי לזקיני הר”ר מנחם ציון היה לו בן, ושם אביו מהר”ר מאיר, ושם חמיו מהר”ר אור”י, והיו מחולקים בקריאת הבן, וקראוהו שניאור כלומר שני אור. מאיר הוא אור. ואורי אור.”

דאָס הייסט אַז דער “ים של שלמה” דערציילט וועגן אַ פאַל אין דער אייגענער משפּחה, וואָס ס’האָט געטראָפן ביי זיין זיידן ר’ מנחם ציון. מנחמס פאָטער האָט געהייסן מאיר און דער שווער האָט געהייסן אורי’. אַז ר’ מנחמען איז געבאָרן אַ זון און ס’איז געוואָרן אַ חילוקי-דעות איבער דעם, ווי אַזוי מ’זאָל דעם זון אָנרופן, האָט מען אים אָנגערופן “שניאור” וואָס מיינט “צוויי ליכט” און אַזוי אַרום איז עס כולל סיי “מאיר” און סיי “אורי’” וואָס שטאַמען ביידע פון לשון “אור” (ליכט: “מאיר” הייסט דאָך “מאַכט ליכטיק” און “אוריה” איז “ליכט פון ה’”).

צי איז די מעשה שהיה וואָס ס’ברענגט אַראָפּעט דער “ים של שלמה” אַ ריכטיקע?

אויף גאַנצענע הונדערט פּראָצענט. אָן דעם קלענסטן שמצל פון אַ ספק.

צי איז דאָס אָבער דער לכתחילהדיקער מקור פונעם נאָמען “שניאור”, צי אַפילו אַ פּרואוו מצד דעם “ים של שלמה” אויף צו שילדערן ווי אַזוי אָדער ווען ס’איז בכלל אויפגעקומען ביי אידן דער נאָמען “שניאור”?

לא מיט אַן אלף, און דעם “ים של שלמה” איז זיכער ניט איינגעפאַלן אַז דער נאָמען “שניאור”, בכלל גענומען, שטאַמט פונדערפון: ס’איז פּשוט אַ דערקלערונג וועגן דעם, ווי אַזוי מ’האָט דורכן נאָמען “שניאור” באַוויזן אַ נאָמען געבן איין אינגל נאָך צוויי נפטרים אין דער משפּחה.

*

די ערשטע קשיא וואָס שווימט אויף איז: “מאימתי?” פון ווען?

דער “ים של שלמה” איז כידוע ר’ שלמה לוריא — דער מהרש”ל — וועלכער האָט געלעבט בערך פון ר”ע (1510)  ביז של”ד (1574). ער איז אַ סברא געבאָרן געוואָרן אין פּויזן און איז געווען רב (און צייטנווייז ראש ישיבה) אין אָסטרע, בריסק, לובלין און אַנדערשוואו אויכעט.

דער נאָמען “שניאור” איז אָבער ביי אידן אָן אַ שיעור עלטער. מ’טרעפט שוין “ר’ יצחק בר שניאור” אין תוספות תמורה (י”ח ע”א). און דער רמב”ן דערמאָנט אַ געלערנטן מיט אָטאָ דעם נאָמען אין זיינער אַ דרשה. מ’טרעפט דעם נאָמען “שניאור” ביי ר’ יונה גירונדי אין “ספר היראה”, ביים ר”ן אויף נדרים (נ”ו ע”א, פ”ג ע”ב), און אין אַנדערע מקורות.

און אויף מצבות האָט מען געטראָפן “שניאור” שוין פון שנת תתנ”א (1091), אַ פינף יאָר פאַרן ערשטן קרייצפאָר (גזירות תתנ”ו — 1096) אויפן אַלטן בית עולם אין ווערמייזא (וואָרמס, אין דייטשלאַנד). און פון די רשימות קדושים פון תתנ”ו טרעפט מען זעקס אידן, קדושים אין ריין-געגנט, וועלכע האָבן געהייסן “שניאור” (אין די רשימות פּובליקירט דורך זאַלפעלדן אין 1898, און וואָס זיינען לעצטנס אַריין אין די זאַמלביכער פון אלכסנדר ביידערן).

דאָס הייסט אַז ביי אשכנזים איז דער נאָמען “שניאור” שוין געווען בנמצא מער ווי פיר הונדערט יאָר איידער ס’איז געבאָרן געוואָרן דער “ים של שלמה”.

*

פאַראַן דאָ אויך אַ צווייטער ענין. דער “ים של שלמה” ברענגט טאַקע דעם נאָמען “שניאור” מיטן טייטש “שני אור” (”צוויי ליכט”). לכאורה קען זיך דאַכטן, אַז דער “ים של שלמה” איז אָדער געווען גערעכט אָדער ניט גערעכט. אָבער אַזאַ גאַנג טראַכטן איז אפשר ביסודו אַ טעותדיקער, דאַמאָלסט אַז מ’האָט צו טאָן מיט אַזעלכע שיינע אויסטייטשונגען פון אידישע נעמען וואָס וואַקסן אויף אין משך פון דור-דורות און ווערן מגולגל אין אמתע, לעבעדיקע גלידער פון אידישקייט און פון טראַדיציאָנעלן אידישן לעבן.

ווי אַזוי קען עס אָבער פאָרט זיין סיי אַזוי און סיי אַזוי? אין דער פאָרשונג פונעם מקור פון ווערטער און נעמען, איז נייטיק מבחין צו זיין צווישן דעם “אבי אבות” און די “תולדות”. די “תולדה”, דאָס וואָס איז געוואָרן ביי אידן, דאָס וואָס האָט זיך אַנטוויקלט און איז אויפן אייגנאַרטיקן אידישן אופן איינגעפעסטיקט געוואָרן, ווערט אַבסאָלוט ניט פאַרמינערט אָדער אָפּגעשוואַכט דאַמאָלסט ווען דער “אבי אבות” איז אַריין פון אַן אַנדער פאָלק און איז אַדאַנק דער שעפערישקייט פון אידישן פאָלק ניט נאָר פאַראידישט געוואָרן, נאָר ממש באַנייט געוואָרן כחומר ביד היוצר, און ס’ווערט ווי “ניי געבאָרן” אין די מיילער און נשמות פון דור דורות אידן.

וועגן דעם, אַז דער אבי אבות שטאַמט פון די ראָמאַנישע שפּראַכן (די וואָס שטאַמען אָפּעט פון לאַטיין: פראַנצייזיש, שפּאַניש, איטאַליעניש וכו'), ווייסן מיר פּשוט פאַרדערפאַר ווייל דער נאָמען האָט זיך אויפגעהיט אין אַמאָליקן ספרד און צרפת. סיי אין ספרד און סיי אין צפון שפּאַניע טרעפט מען דעם נאָמען “שניאור” צום אָנהייב פון עלפטן יאָרהונדערט, דאָס הייסט מיט טויזנט יאָר צוריק.

נאָר אין אַמאָליקן ארץ ישראל, צי אין אַמאָליקן בבל, טרעפט מען אים ניט, ער איז ביי אידן געוואָרן אַ נאָמען ערשט אין אייראָפּע און איז אַריבער פון ספרד אָדער צרפת אין אַלטן אשכנז אַריין. אַזוי לפּחות וועט דער ענין שטיין ביזקל וואַנעט אימיצער וועט אפשר געפינען אַן עלטערן אָנשפּאַר פון אַן אַנדער מקור. די דאָזיקע “וויסנשאַפט” איז לחלוטין ניט קיין עקזאַקטע און אַוודאי ניט קיין תורה מסיני. מיר זיינען פּשוט באַגרענעצט דורך די פאַראַנענע, באַקאַנטע מקורות, און ווער ס’וויל טענהן אַנדערש איז מהיכא תיתי. נאָר וואָדען: עליו הראיה.

און מיר האָבן געהאַלטן (און האַלטן, דעם אמת געזאָגט, ווייטער), אַז די דעה פון די זאַך-מומחים איז בעצם אַ ריכטיקע: אַז דער לכתחילהדיקער לינגוויסטישער אָפּשטאַם איז אַ מקורב פון senior און אַז ס’שטאַמט אָפּעט פון די ראָמאַנישע שפּראַכן (אַזוי ווי אונדזערע טייערע אידישע נעמען “בונים”, “יענטל”, און אַנדערע).

די קענער אויפן געביט פון די ראָמאַנישע שפּראַכן באַמערקן אגב אויך אַז אין מיטלעלטער האָט אָטאָ דער נאָמען ניט געמיינט “מיסטער” (מר) אַזוי ווי אַשטייגער ביי היינטיקן טאָג אויף שפּאַניש; ס’האָט געמיינט אַן ערך “מייסטער” אָדער “פירשט” אָדער “אדון” און איז געווען אַ ספּעציעל בכבודיקע באַנאָמענונג פאַר יחידי סגולה. צווישן די אַמאָליקע שרייבונגען אינעם לאַטיינישן אַלפאַבעט טרעפט מען אין צפון פראַנקרייך און אין ענגלאַנד, אין דרייצעטן יאָרהונדערט, וואַריאַנטן ווי Senior, Segnore אָדער Sinior (לויט לעוויס אַרבעט פון 1889 און סעראָרס פון 1989, ביידע ציטירט דורך ביידערן).

*

טאָ ווען איז אויפגעקומען דער פּראַכטפולער אויסטייטש ביי אידן, אַז “שניאור” מיינט בעצם “צוויי ליכט”?

צריך עיון. נאָר מן הסתם איז דאָס אויפגעקומען זייער פרי, מחמת דעם וואָס די טראַדיציאָנעלע אידישע שרייבונג פונעם נאָמען לייענט זיך פּערפעקט ווי “שני” (צוויי) פּלוס “אור” (ליכט).

פאַראַן אַ באַוואוסטע טראַדיציע ביי חסידי חב”ד, אַז דעם אַלטן רבין, ר’ שניאור זלמן ליאַדער זצ”ל, האָט מען טאַקע גערופן “שניאור” ווייל ער איז אַזוי בקי געווען אין “שני אור”, סיי אין תורת הנגלה און סיי אין תורת הנסתר (קבלה).

און דער אַלטער רבי איז געבאָרן געוואָרן מער ווי הונדערט מיט זיבעציק יאָר נאָכדעם ווי דער “ים של שלמה” איז נפטר געוואָרן.

צי קען מען זאָגן אַז מיר גיבן אָפּעט די בכורה איינעם פון דיאָ גדולים בעתן חוקר ודורש זיין, ווען און ווי אַזוי ס’איז אויפגעקומען דער אויסטייטש “שני-אור” אויפן אַלטן אייראָפּעאישן אידישן נאָמען שניאור?

איז עס ווידעראַמאָל “לא מיט אַן אלף”. די ביידע פאַלן זיינען פּראַכטפול און קומען לערנען מיט אונדז גאָר אַ סך. און דאָס זיינען לחלוטין ניט די איינציקע צוויי פאַלן וואו מ’האָט געזען אין “שניאור” דעם געדאַנק פון צוויי ליכט אין משך פון די דורות. דער חתם סופר למשל ברענגט אַראָפּעט אַ פאַל וואו דער סיכסוך איז געווען צווישן אַ נאָמען געבן “מאיר” און אַ נאָמען געבן “יאיר” און מ’האָט געסילוקט מיט — “שניאור”.

איז וואָס איז דערפון געדרונגען?

דער מאָדערנער מענטש איז אפשר צופיל פאַרכאַפּט מיטן דערגיין דעם “אבי אבות”, דעם ערשטן, לכתחילהדיקן מקור פון אַ נאָמען אָדער אַ וואָרט, און ניט גענוג שפּירעוודיק צו דער גוואַלדיקער אידישער שעפערישקייט פון דער “תולדה”. דאָס אויסלייגן “שניאור” דווקא אַזוי און ניט אַנדערש (ניט לאָמיר אָנכאַפּן “שנייער” אָדער “שנייאר”), איז, פּונקט ווי ביי “זלמן” און “קלמן”, שוין אויך אַן ערך טויזנט יאָר אַלט, און ס’גייט אַריין אין דער פּרשה ווערטער און נעמען פון אייראָפּעאישע לשונות וואָס זיינען ביי אידן, און בפרט אויף אידיש, געוואָרן הייליק וואָס ס’קען זיין הייליק.

*

בשעת מעשה איז דאָ נאָך אַזאַ ראָמאַניש-שטאַמיקער נאָמען, אַזאַ נאָמען וואָס האָט גראַדע לכתחילה געמיינט “ליכט” און איז אויך שוין אַ בת טויזנט יאָר. דאָס איז, פאַרשטייט זיך, דער נאָמען פייבוש (פייוויש, פייוול וכו’) וואָס פּאָרט זיך אָפט מיט “אורי” אין “אורי-פייבוש” און איז אויך ניט זעלטן דער כינוי פון “שרגא”.

דאָס איז אָבער אַן ענין מירצעשעם אויף אַן אַנדער איגרתל.

 

Dovid Katz, “Origin and evolution of the name Shneur

www.dovidkatz.net

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 2, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations