about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
צענדליקער טויזנטער פּראָטעסטיר
“אילאַן געפּייניקט, פראַנקרייך פאַרוואונדעט”, האָבן דעמאָנסטראַטן געשריגען
יעקב בריל
 

אַז מ’דערלעבט - דערלעבט מען. אַ מאַסן-פּראָטעסט אין פראַנקרייך קעגן שנאת ישראל.

צענדליקער טויזנטער מענטשן, איינשליסנדיק מיניסטאָרן און פּאָליטיקער פון אַלע שאַטירונגען, האָבן לעצטן  זונטיק פאַרפלייצט די גאַסן אין פּאַריז, פּראָטעסטירנדיק קעגן ראַסיזם און אַנטיסעמיטיזם, נאָכדעם וואָס אילאַן כאַמילי, דער 23 יעריקער איד פון דער פראַנצויזישער הויפּטשטאָט, איז געהרגעט געוואָרן צוויי וואָכן צוריק מיט גרויזאַמע פּייניקונגען און אַ מיתה משונה.

די פּאָליציי האָט אָפּגעשאַצט אַז 33,000 מענטשן האָבן זיך באַטייליקט אין דעם פּראָטעסט. אַנדערע האָבן אָפּגעשאַצט די צאָל אויף העכער טאָפּלט פונעם דאָזיקן ציפער און די מסדרים האָבן איבערגעגעבן אַז 100 טויזנט מענטשן האָבן זיך באַטייליקט. קלענערע מאַרשן זענען פאָרגעקומען אויך אין אַנדערע שטעט פון פראַנקרייך, איינשלינסדיק ליאָן און באַרדעאַוקס.

די פּאָליציי האָט באַוואַכט די דעמאָנסטרירנדע מאַסן, צווישן וועלכע ס’האָבן זיך באַטייליקט אַ ריי מיניסטאָרן, איינשליסנדיק דער אינערן-מיניסטער, ניקאָלאַס סאַרקאָזי. מיטגלידער פון דער סאָציאַליסטישער פּאַרטיי פון דער אָפּאָזיציע, איינשליסנדיק דעם געוועזענעם פּרעמיער-מיניסטער, ליאָנעל דזשאָספּין, און מיטגלידער פון אַנדערע פּאַרטייען, האָבן אויך אָנטייל גענומען אינעם פּראָטעסט-מאַרש, וואָס האָט פּראָגרעסירט אין דער פרירנדער קעלט, פון “דע לאַ רעפּובליקו” ביז “דע לאַ ניישאָן”, אין מזרח-פּאַריז.

“היינט מוזן מיר מאַרשירן. מיר מוזן זיך אויפשטעלן צו זאָגן אַז אין פראַנקרייך האָט יעדער פון אונז די רעכט צו לעבן מיט כבוד, אומאָפּהענגיק פון זיין ג-ט, רעליגיע און קאָליר פון זיין הויט”, האָט דער אויסערן-מיניסטער, פיליפּ דאָוסטע-בלאַזי דערקלערט.

דער עקסטרעמיסטיש-רעכטער פּאָליטיקער פיליפּ דע וויליערס איז אַרויסגעשטויסן געוואָרן פון דעם מאַרש מיט קלעפּ און קולות. דע וויליער פירט אָן אַ באַוועגונג וואָס האַלט אַז די אימיגראַנטן פון פראַנקרייך זענען שולדיק אין די סאָציאַלע פראָבלעמען פון לאַנד, די זעלבע שיטה ווי די ראַדיקאַל-רעכטע גרופּע “נאַציאָנאַלער פראָנט”, וועלכע איז צוריקגעהאַלטן געוואָרן דורך די אָרגאַניזאַטאָרן פון זיך באַטייליקן אין דער דעמאָנסטראַציע.

ביים ענד פון דעם פּראָטעסט, האָבן הונדערטער יוגנטלעכע, אַלע פאַרשטעלטע מיט מאַסקעס אויף די פּנימער, געשריגן: “פאָפּאַנאַ צו דער תלי’!” “נקמה פאַר אילאַן!” יאָסאָף פּאָפאַנאַ איז דער הויפּט פאַרדעכטיקטער אין דער פאַרכאַפּונג און רציחה פון כאַלימי. ער איז אַ פראַנצויזישער בירגער.

אילאַן כאַלימי, דער 23 יעריקער אידישער אייגנטימער פון אַ סעלפאָן-געשעפט אין פּאַריז, איז פאַרגאַנגענעם חודש פאַרכאַפּט געוואָרן דורך אַ באַנדע רוצחים, וואָס האָבן אים געהאַלטן אין געפענגעניש און גרויזאַם געפּייניקט אין משך פון דריי וואָכן נאָכאַנאַנד, אין דער פּאַריזער פאָרשטאָט באַגנעאוקס. פאַרגאַנגענעם 13 פעברואַר, איז כאַלימי געפונען געוואָרן אַ נאַקעטער, מיט געקייטלטע הענט און בראַנד-צייכנס אויפ’ן קערפּער, נעבן דער באַן-ליניע אין דרום-פּאַריז. ער איז געשטאָרבן אויפ’ן וועג צום שפּיטאָל.

“אילאַן געפּייניקט, פּראַנקרייך פאַרוואונדעט,” האָט אויסגערופן איינע פון די פאָנען פון די דעמאָנסטראַנטן וואָס האָבן מאַרשירט אין דעם פּראָטעסט.

כאַמילי’ס פאַמיליע האָט זיך נישט באַטייליקט אינעם מאַרש.  פאַרן מאַרש איז פאָרגעקומען אַ קליינער צוזאַמענקום פון עטלעכע הונדערט מענטשן אין דער דרום פאָרשטאָט סאַינטע-ענעוויעווע-דעס-באָיס, וואו כאַלימי איז געפונען געוואָרן צוויי וואָכן צוריק. אַ בוים איז דאָרט איינגעפלאַנצט געוואָרן אין כאַלימי’ס אָנדענק.

עס זענען נאָך דאָ ספיקות צי אַנטיסעמיטיזם איז געווען דער מאָטיוו הינטער דער גרויליקער רציחה, וואָס איז מעגלעך געווען אַ טייל פון אַן הינטערשטאָטישער געלט-אויספּרעסונג אַפערע.

דער אינערן-מיניסטער פון פראַנקרייך, ניקאָלאַס סאַרקאָזי, האָט פאָריקע וואָך דינסטיק געזאָגט אַז כאַלימי’ס אַטאַקירער זענען בעיקר מאָטיווירט געוואָרן פון געלט-גייציקייט, אָבער “זיי האָבן געגלייבט, און איך ציטיר, ‘אַז אידן האָבן געלט’. דאָס רופט זיך אַנטיסעמיטיזם”, האָט סאַרקאָזי באַטאָנט.

סאַרקאָזי האָט אויך דערציילט אַז די באַנדיטן האָבן פּרובירט פאַרכאַפּן נאָך זעקס אַנדערע מענטשן אין פראַנקרייך זינט דעצעמבער - פיר פון וועלכע זענען אידן.

“צו וויסן צי זיי האָבן עס געטאָן צוליב אַנטיסעמיטיזם, אָדער בלויז טיילווייז צוליב אַנטיסעמיטיזם, איז נישט וויכטיק. ווייל אַנטיסעמיטיזם איז דאָרט געווען”, האָט סאַרקאָזי דערקלערט דעם זונטיק.

די באַנדע רוצחים, וועלכע אַפּערירט שוין וואַרשיינלעך עטלעכע יאָר, האָט פּרובירט אויספּרעסן געלט אין דער פאַרגאַנגענהייט פון טייל פּראָמינענטע פּערזענלעכקייטן, אינשליסנדיק דעם גרינדער פון “דאָקטוירים אָן גרענעצן”, ראָני בראַונמאַן.

בראַונמאַן, וועלכער שטאַמט פון אידן, האָט אין 2004 באַקומען אַ בריוו מיט אַ פאַרלאַנג צו געבן געלט, מיט אַ בייגעלייגטער פאָטאָגראַפיע פון באַוואָפנטע מענער מיט הוטן אויף די קעפּ, וואָס איז אָפּגעכאַפּט געוואָרן אין פאָרנט פון בראַונמאַנ’ס הויז.

עטלעכע חדשים שפּעטער, ווי בראַונמאַן האָט סוף פאָריקע וואָך דערציילט צו דער טעלעוויזיע, האָבן “מאָטאָלאָוו”-קאָקטיילס אויפגעריסן אין זיין הויף, און אַ קויל איז אויסגעשאָסן געוואָרן אויף דער טיר פון בראַונמאַנ’ס הויז.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 2, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations