about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
וואָס איז געבליבן פון די משכיל
ר’ נחמן קראָכמאַל אַלס קעגנער פון חסידות
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

ר’ נחמן קראָכמאַל(1785-1840) איז געווען אַ גרויסער מלומד סיי אין תורה און אויך, להבדיל, אין אַנדערע חכמות. אָבער ווי אַ סך פון די גרויסע משכילים פון דעם 19טן יאָרהונדערט איז זיין וועלט אַנשויאונג (השקפת-עולם) נישט איבערגעגאַנגען בירושה צו די קומענדיקע דורות. ווער לייענט היינט “מורה נבוכי הזמן”? ווער ווייס אַפילו אַז אַזאַ ספר עקזיסטירט? ווער שטודירט היינט נחמן קראָכמאַל’ס היסטאָרישער אינטערפּערטאַציע פון אידישקייט?  

דער גאַליציאַנער קראָכמאַל איז געווען אַ פירנדער פיגור אין די באַוועגונגען פון השכלה און “אידישע וויסנשאַפט”. כאָטש פּערזענלעך איז ער געווען אַ פולקאָמער פרומער איד, האָבן די אַנדערע גאַליציאַנער רבנים אים שטאַרק פאַרדאַמט, היות אַז ער האָט געקוקט אויף אידישקייט ווי אַ הלכהשע טראַדיציע וועלכע האָט זיך אַנטוויקלט במשך פון דער היסטאָריע און האָט נישט אָנגענומען אַז די מסורה פון הלכה איז איבערגעגעבן געוואָרן מדור דור, און אין דער אמונה אַז אויף די מצוות, תקנות און מנהגים פון חז”ל, די ראשונים און די גדולי האחרונים קען מען זאָגן, אין די ווערטער פון דער באַוואוסטער ירושלמי, “כל מה שתלמיד ותיק עתיד לחדש הכל ניתן למשה מסיני”, און פאַרמאָגן אין זיך אַ נצחיותדיקע געטלעכע קדושה. די רבנים פון יענער תקופה האָבן שטאַרק געקעמפט קעגן דער דאָזיקער השכהלדיקער מהלך, היות אַז דאָס האָט אויסגעוואָרצלט פון אַ גאַנצן דור אידן דער אוימבויגזאַמער לאָיאַליטעט צו אַ לעבנסשטייגער פון תורה, מצוות און הלכה.

כאָטש מערערע פון קראָכמאַל’ס געדאַנקען זענען אינטערעסאַנט און אויך אינספּרירנדיק (ווי דר. קלעפּפיש ברענגט אַרויס אין זיין אַרטיקל אויף קראָכמאַל’ן), דאָך, אויף אַ פּראַקטישן אופן, האָט דער ענגלישער אידישער דענקער לואיס דזשייקאָבס אַמאָל געשריבן, קען מען היינט זען די השפּעה פון נחמן קראָכמאַל אין פאַרשידענע פילאָסאָפישע יסודות פון די רעפאָרם און קאָנסערוואַטיווער באַוועגונגען, וועמענס ערשטע פירער האָבן אונטערגעשטראָכן אַז די אמונה אין דער היסטאָרישער אַנטוויקלונג פון יהדות מוז נישט באַרויבן אידשיקייט פון אירע רעליגיעזע גרונט-יסודות. (היינט איז דאָס שוין אויך נישט גילטיק, ווייל אַזויפיל מיטגלידער פון די דאָזיקע באַוועגונגען זענען ליידער עמי-הארצים).

 אין דעם אָנהויב פון זיין “מורה נבוכי הזמן”, וועלכער ער האָט געוואָלט זאָל דינען אַלס דער נייער “מורה נבוכים” פאַר די “נבוכים”, די פאַרמישטע, פון זיין תקופה, ציטירט דער מחבר אַ תלמוד ירושלמי, אַז דער איד פאַרמאָגט צוויי שליאַכן אין לעבן: דער שליאַך פון פייער און דער שליאַך פון אייז. אויב מ’גייט אין ערשטן, ווערט מען פאַרברענט; אויב מ’גייט אין צווייטן ווערט  מען פאַרפרוירן. טאָ וואָס זאָל מען טאָן, פרעגן די חז”ל? מ’זאָל גיין אינמיטן (אגב, איך וואָלט געווען דאַנקבאַר אויב איינער פון די לייענער קען אונז שרייבן וואו דער ירושלמי איז).

דאָס איז געוואָרן קראָכמאַל’ס השקפה. חסידות, צו וועלכע ער איז געווען זייער אומסימפּאַטיש, האָט ער געזען אַלס דער שליאַך פון פייער, דורכגעדרונגען מיט עקסטרעמע עקסטאַז, פייער און התלהבות, אָן ראַציאָנאַל און אינטעלעקט. אַסימילאַציע האָט ער געזען אַלס דער שליאַך פון אייז, וואו רעליגעזן פּאַטאָס איז לגמרי פאַרשוואונדן געוואָרן. דער וועג פון השכלה, דאָס איז אליבא דקראָכמאַל, דער מיטלסטער און אמתדיקער וועג, דורך וועלכע מ’ווערט נישט לגמרי פאַרברענט אין דער עקסטאַז פון אמונה און מ’ווערט נישט לגמרי אָפּגעקילט דורך די ווינטן פון סעקולעריזם. דער דאָזיקער איד ווייס ווי צו לעבן אויף אַן אופן אַז סיי שכל און סיי עמאָציעס באַווירקן זיין טאָג טעגלעכן לעבן.

אָבער ווי מאַכט מען זיכער אַז מען נויגט נישט אָפּ פון דעם מיטן און מען דערנענטערט זיך נישט צו די קאַלטע אייז? און וואָס טוט מען בשעת די גאַנצע וועלט ווערט פאַרוואַנדלט אין אַ שטיקל אייז? אויף דעם האָבן די משכילים, דוכט זיך, נישט געהאַט קיין תשובה. אָבער זייערע קינדער און אייניקלעך, דורך זייער דרך החיים און השקפת עולם, האָבן אונז באַשיימפּערלעך באַוויזן אַז השכלה האָט נישט באַוויזן צו פאַרזיכערן די נצחיות פון תורת ישראל און אפילו עם ישראל. דער “ואתם הדבקים בה’ אלקיכם (און דווקא דעמאָלט איז) חיים כולכם היום” איז גילטיק היינט פּונקט ווי עס איז געווען גילטיק מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 2, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations