about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
“איך, דער פערפלוכטעטער יודע, ה
אַן איגרתל פון ווילנע
הירשע=דוד כ”ץ
 

אַ איד פון ווילקאָמיר קערט זיך אום, אַ קוק טאָן אין זיין אַמאָליקן שטעטל

 אין דער ליטע האָט מען בעתן חורבן אומגעבראַכט דעם גרעסטן פּראָצענט אידן פון אַוועלכן ניט איז לאַנד אין אייראָפּע. פיר און ניינציק פּראָצענט אידן האָט מען אכזריותדיק אויסגעמאָרדעט. פון די זעקס פּראָצענט וואָס זיינען געבליבן לעבן, האָבן גאָר ווינציק באַוויזן אַנטלויפן פון די ערטער פון מאַסן-מאָרד און געטאָס, און גאָר ווינציק האָבן אויסבאַהאַלטן ערלעכע, באַהאַרצטע קריסטן; אין די מערסטע פאַלן זיינען דאָס די ניצול-געוואָרענע אַזעלכע וואָס זיינען אַנטלאָפן געוואָרן אין משך פון די סאַמע ערשטע טעג פון דער דייטשישער אַטאַקע אויפן דעמאָלטיקן סאָוועטנפאַרבאַנד, וואָס האָט זיך גענומען אין וועג דעם 22טן יוני פון 1941טן יאָר. זיי זיינען אַנטלאָפן קיין רוסלאַנד, וואו אַ גרויסער טייל איז אַריין אין דער סאָוועטישער אַרמיי (און בפרט אין דער זעכצעטער דיוויזיע, וואו אַ גרויסער פּראָצענט זיינען געווען אידן), וואו זיי האָבן העלדיש געקעמפט קעגן די נאַציס ימח שמם וזכרם.

די “גאַנצקייט” פון דער שחיטה אין דער ליטע, פון כמעט אַלע אידן וואָס זיינען געבליבן אין דער היים, האָט זיך גענומען ניט אין אַ קליינער מאָס פון דער ענטוזיאַסטישער “מיטאַרבעט” פון צענדליקער טויזנטער ליטווינער נאַציאָנאַליסטן, וועלכע האָבן אין די ליטווישע שטעטלעך גענומען אויסקוילען אידן נאָך איידער די דייטשן זיינען אָנגעקומען, נאָך איידער די דייטשן האָבן אויפגעשטעלט זייער ממשלת זדון איבערן לאַנד; שפּעטער-צו, ווען די דייטשן האָבן די שחיטה “אָרגאַניזירט”, האָבן די ליטווינער נאַציאָנאַליסטן גערן געטאָן די שעכט-אַרבעט. און בעת מעשה דאַרף מען אויך דערמאָנען, אַז הונדערטער ליטווינער האָבן מיט זיך און זייערע משפּחות איינגעשטעלט און האָבן אויסבאַהאַלטן אַ אידן, און דאָס אין אַ באַזונדערע פּרשה.

היינט איז אונדזער איגרתל געווידמעט אַ גאָר טייערן אידן, וועלכער וועט אי”ה ווערן אַ פינף-און-אַכציקער אין עטלעכע חדשים אַרומעט. פון זינט דער מלחמה לעבט ער דאָ אין ווילנע.

אין ראַם פון אַ נייעם פּראָיעקט פונעם ווילנער אידישן אינסטיטוט ביים ווילנער אוניווערסיטעט, פאָרן מיר מיט אַ ווילנער אידן אויף אַ טאָג אָדער צוויי טעג, צוריק אין זיין (אָדער אין איר) היים-שטעטל, און בעטן אַז ער אָדער זי זאָל אַלצדינג פון אַמאָליקן שטעטל אָנווייזן און דערציילן, פאַרשטייט זיך אַז אינגאַנצן אויף אידיש. דאָס ווערט רעקאָרדירט מיט אַ ווידעאָ, ס’זאָל בלייבן לדורות ווי אַן אָנדענק סיי פונעם פאַרמלחמהדיקן לעבן, סיי פון גרויזאַמען חורבן, און פאַרשטייט זיך, ווי אַ לעבעדיקער גרוס פון דיאָ אידן וועלכע לעבן זיך דאָ אויסעט די יאָרן, זיי צו לאַנגע, געזונטע יאָרן, און זיינען מלא גבורה אין די גבורות-יאָרן, שיער ניט ווי אַ בפירושדיקע שליחות, צו בלייבן געזונט און שטאַרק בכדי צו דערציילן, איבערצוגעבן נייע דורות, און ניט דערלאָזן אַז דאָס אידישע לעבן פון אַמאָל אינעם היים-שטעטל זאָל גיין לאיבוד.

איז היינט פאָרן מיר קיין ווילקאָמיר מיטן טייערן פריינט הירש פּעקל. הירש פּעקל איז באַקאַנט אין ווילנע ווי אַ זשורנאַליסט, אַ לערער און אַן איבערזעצער. ער קען אויסגעצייכנט אידיש, ליטוויש, רוסיש, פּויליש, ענגליש און דייטש און מער ווי אַביסל העברעאיש אויך.

שוין אונטערוועגנס אין מאַשין, נעמט ער דערציילן אַביסל וועגן זיך, בזה הלשון:

“איך בין געבאָרן געוואָרן אין ווילקאָמיר אין תרפּ”א - 1921. כאָטש איך בין נאָך ניט געווען קיין פולע צוואַנציק יאָר, אַז ס’האָט זיך אָנגעהויבן די מלחמה אין יוני 1941, האָב איך דורכגעמאַכט אַ ריי סטאַדיעס מיטן אייגענעם נאָמען אין אונדזער ווילקאָמיר. ווי אַ קליינינקער אינגעלע בין איך געווען הירשעלע. דערנאָכדעם: הירשינקע, הירשקע, הירש, הירשע און אומגעפער צו די אַכצן האָט אויכעט געטראָפן, מ’זאָל מיר נעמען רופן: ר’ הירשל.”

אַז מיר דערנענטערן זיך צו ווילקאָמיר, דערציילט הירש פּעקל אַביסל וועגן דער געשיכטע פון דער שטאָט און פון דער אידישער באַפעלקערונג:

“ווילקאָמיר מיינט אַ וואָלף מיט אַ מיידל. לויט די אוראַלטע לעגענדעס דאָ האָט מען אויסגעבויט די שטאָט אויפן אָרט וואו אַ וואָלף האָט פאַרצוקט און אויפגעגעסן אַ מיידל. דאָס איז דאָס אייגענע אויף דער ליטווישער שפּראַך וואו די שטאָט רופט זיך היינט: אוקמערגע.”

ער נעמט דערציילן ווייטער:

“די געשיכטע-ביכער דערציילן וועגן דער אידישער קהילה דאָ פון זינט דעם זיבעצעטן יאָרהונדערט. נאָר וואָס, נאָך דער מלחמה האָבן מיר געפונען איין מצבה אויפן אַלטן בית עולם וואָס איז געווען אַזש פון פערצעטן יאָרהונדערט. שפּעטער צו האָבן די סאָוועטן חרוב געמאַכט דעם בית עולם בכדי אויסנוצן די שטיינער אויף צו בויען הייזער און וועגן. איצטער האָט מען ווי אַ סימבאָל געבראַכט צו טראָגן אַן איינאיינציקע מצבה פון ערגיץ אַנדערשוואו ווי אַן אָנדענק און מ’האָט געשטעלט אַ צווייטן שטיין אויף אָפּצומערקן דעם הייליקן אָרט. פון די אַלע ווילקאָמירער מצבות פון דור דורות, האָט מען ניט געפונען קיין איינציקן צוריק אויפצושטעלן אויפן אַלטן בית עולם.”

אַז מיר פאָרן אַדורך די געסעלעך פון דער אַלטער שטאָט, נעמט זיך הירש דערמאָנען אין זיינע קינדער-יאָרן. דאָס איז אַן אייזערנער איד וועלכער האַלט צוריק די טרערן, און דערציילט אַלצדינג רואיק און מיט פּינקטלעכקייט. דער זיידע פון מאַמעס צד, ר’ משה-חנא לעווין, איז געווען אין איינעם פון די בתי מרדשים אין שטאָט (אין “בעל-עגלהשן קלויז”) דער בעל קריאה. אין הירשעס טיף-ליטווישן אידיש, הערט זיך דאָס: “באַלקרעיע”.

נעמען מיר און פרעגן טאַקע אויסעט, וויפל שוהלן עס זיינען אין ווילקאָמיר געווען ביזקל דער מלחמה. הירש פּעקל איז אַ “לעבעדיקע ענציקלאָפּעדיע” פון ווילקאָמיר און דאַרף לאַנג ניט קלערן.

“די גרעסטע שוהל איז געווען די כאָר-שוהל. דער בנין שטייט עד היום, נאָר היינט איז ער אַ ספּאָרט-זאַל, וואו מ’שפּילט אין באַסקעטבאָל און אַנדערע שפּילן. מ’האָט צוגעגנבעט דעם בלעכערנעם שילד וואו ס’איז געשטאַנען אַז דאָס איז אַמאָל געווען די כאָר-שוהל; אַלע יאָר זאָגט צו דער מער (דער ראש העיר) צו שטעלן אַ נייעם, אָבער דערוויילע... גאָרניט. דערנאָך איז געווען דער בעל-עגלהשער קלויז; דער שניידער-קלויז; דער שוסטער-קלויז; דער מולער-קלויז; דער שלאָסער-קלויז; דער שמידן-קלויז; דריי באַזונדערע הענדלערשע קלויזן. עס איז אַפילו געווען ביי אונדז אין דער מתנגדישער שטאָט אַן איינאיינציקע ‘חסידישע שטיבל,’ אַזוי פלעגט מען איר אָנרופן. איך געדענק, אַז דאָרטן איז אַלעמאָל געווען פריילעך.”

דער מאַמעס ברודער, הירשעס פעטער מנשה לעווין, איז געווען אַ רב און מגיד-שיעורים אין דער טעלזער ישיבה.

הירשעס טאַטע-מאַמע, משהל און רחל, זיינען געווען שירעם-מאַכער. אויף דערויף איז געווען אַביסל פּרנסה בלויז זומערצייט, זיי פלעגן מאַכן און פאַרריכטן שירעמס. ווינטערצייט פלעגן זיי מאַכן און פאַרריכטן שפּין-רעדער אויף צו שטריקן, פאַר די דאָרפישע פרויען. נאָר וואָס, סיי פון דער זומערדיקער שירעם-מאַכעריי, און סיי פון דער ווינטערדיקער שפּין-ראָד מאַכעריי, איז ניט געווען גענוג פּרנסה די משפּחה, הירש און זיינע דריי שוועסטער, מפרנס זיין. זיינען דער טאַטע מיטן זיידן, ר’ מרדכי פּעקל, געווען אויך קלעזמאָרים. זיי האָבן זיך אַביסל צופאַרדינט פון שפּילן אויף חתונות און אַנדערע שמחות ביי אידן, סיי אין ווילקאָמיר און סיי אין די אַרומיקע שטעטלעך.

“דער צענטער פון ווילקאָמיר איז געווען אינגאַנצן אַ אידישע שטאָט”, דערציילט הירש פּעקל. “מיר האָבן געלעבט זייער גוט מיט די קריסטן און עס איז ניט צו פאַרשטיין ווי זיי האָבן געהאַנדלט ווען ס’איז אויסגעבראָכן די מלחמה. איך האָב שפּעטער באַקומען פון די געסטאַפּאָ-דאָקומענטן אַ רשימה פון דריי הונדערט מיט זיבעצן ליטווינער וואָס האָבן געאַרבעט אין שטאָט ווי מערדער פון אידן. און דאָרטן שטייט אַז די רשימה איז ניט קיין פולשטענדיקע. טייל פון זיי געדענק איך זייער גוט פון פאַר דער מלחמה. זיי האָבן אָנגעהויבן מאָרדן נאָך איידער דער דייטש איז געקומען. די דייטשן האָבן ליב אָרדענונג און זיי האָבן ווייטערגעפירט דעם פּראָצעס מיטן פאַרשפּאַרן די אידן אין אַ געטאָ וואָס מ’האָט געמאַכט אין געוויסע גאַסן. דערנאָך האָט מען גענומען אויסשיסן אַלע זעקס טויזנט אידן פון ווילקאָמיר, אין באַזונדערע גרופּעס: אינטעליגענץ, עמך, פרויען און מיידלעך, און אַזוי ווייטער.”

צווישן די אויסגעהרגעטע איז אויך געווען די מיידל וועמען הירש האָט בדעה געהאַט מאַכן פאַר זיין כלה: רייזעלע מאַגון. מיט אַ ציטערניש ווייזט ער אָן אויף דער שטוב וואו זי האָט מיט אירע עלטערן געוואוינט.

הירש נעמט זיך צו דעם “תירוץ” וואָס די מערדער האָבן שפּעטער געגעבן, אַז “די אידן זיינען געווען קאָמוניסטן” און האָבן מיטגעאַרבעט מיט דער סאָוועטישער אָקופּאַציע פון 1940 ביז 1941. הירש רעדט צו דער זאַך:

“די פּיצינקע צאָל אידישע קאָמוניסטן זיינען אַנטלאָפן אינאיינעם מיט דער אַנטלויפנדיקער סאָוועטישער אַרמיי אין יוני פון 1941טן יאָר. פון זיי האָט מען קיין איינעם אויך ניט אויסגעהרגעט. די זעקס טויזנט אויסגעשאָכטענע ווילקאָמירער אידן, צווישן זיי זיבעצן פון מיינע נאָענטסטע קרובים, זיינען געווען ערלעכע אידן און געטרייע בירגער. און לאָמיר ניט פאַרגעסן, אַז דעם ערשטן האָט מען אויף אַ גרויזאַמען אופן דערמאָרדעט דעם באַליבטן ווילקאָמירער רב, הרב זוסמאַנאָוויטש. מען האָט אים צוגעבונדן צו אַ פערד און וואָגן און פון דער באָרד געשלעפּט איבער די גאַסן, ביז וואַנעט די נשמה איז אויסגעגאַנגען און ער איר אויסגעלייזט געוואָרן פון די יסורים.”

אויסער דער שטאָט, אין וואַלד, איז דאָ דער גרויסער ברודער-קבר. די ענגלענדער רעגירונג האָט באַצאָלט פאַר אַ דענקמאָל לעבן הויפּט-וועג וואָס ווייזט אָן אויפן אָרט. אויפן קבר גופא האָבן מיר לעבן געבליבענע אידן געשטעלט אַ מצבה אין די יאָרן נאָך דער מלחמה.  דאָ האָט מען אויסגעשאָסן צוועלף טויזנט אידן: זעקס טויזנט ווילקאָמירער און זעקס טויזנט פון די אַרומיקע שטעטלעך. דאָ ליגן באַגראָבן מיינע טאַטע-מאַמע און באָבע-זיידע, און צוויי פון מיינע דריי שוועסטער: לאהקע און ראַשקע.”

ווי אַזוי האָט זיך געראַטעוועט הירש פּעקל? ער דערציילט ווי אַזוי ס’איז געווען:

“איך בין געווען אַ סטודענט פון שפּראַכן אין קאָוונע אין יוני פון 1941טן יאָר, ווען ס’איז אויסגעבראָכן די מלחמה. שוין דעם ערשטן טאָג, דעם 22טן, האָב איך אַ דריי געטאָן די ראַדיאָ צו אַ סטאַנציע פון לאָנדאָן. און פון לאָנדאָן האָט מען איבערגעגעבן, אַז די דייטשן גייען פאָראויס אָן אַוועלכן ניט איז ווידערשטאַנד מצד דער סאָוועטישער אַרמיי. מיר האָבן שוין געהאַט געהערט פון זינט 1939 פון די פּליטים פון פּוילן וואָס די דייטשן טוען אָפּ די אידן אין די אַלע געטאָס אין פּוילן. האָב איך באַשלאָסן אַנטלויפן. אוועק אין דווינסק, לעטלאַנד און פון דאָרטן קיין רוסלאַנד.

הירש פּעקל איז אין דעצעמבער 1941 געווען צווישן די גרינדינדיקע סאָלדאַטן פון דער זעכצעטער דיוויזיע, ניט ווייט פון דער שטאָט גאָרקי אין רוסלאַנד. ער האָט העלדיש געקעמפט קעגן היטלערן אין דער סאָוועטישער אַרמיי. ער איז צוויי מאָל פאַרוואונדעט געוואָרן, איין מאָל זייער ערנסט.

צוליב זיין טאַלאַנט צו שפּראַכן, האָט ער געדינט אַלס איבערזעצער. מער פון אַלצדינג פאַרגעדענקט ער זיך דעם טאָג פון דער דייטשישער אונטערגעבונג, דעם ניינטן מאַי 1945. ניט ווייט פון דער שטאָט ראָסטאָק, האָט ער איבערגעזעצט אויף דייטש די קאָמאַנדעס וואָס מען האָט געגעבן די שוין הכנעהדיקע נאַצישע רוצחים. “דאָס האָט מיר דער גורל געשאָנקען איך זאָל דערלעבן, נאָכדעם ווי זיי האָבן אויסגעמאָרדעט מיינע טאַטע-מאַמע, באָבע-זיידע, מיינע שוועסטערלעך, שיער ניט אַלע מיינע פריינט און קרובים. איך האָב זיי, די דייטשן, געגעבן אַזאַ הקדמה: ‘איך, דער פערפלוכטעטער יודע הירש פּעקל פון ווילקאָמיר, זעץ איבער פון מיין קאָמענדאַנט דעם באַפעל גלייך אָפּגעבן אַלע געווער’...”

נאָך דער מלחמה האָט הירש פּעקל געאַרבעט אַלס לערער און זשורנאַליסט. ביי היינטיקן טאָג איז ער געוואָרן “דער אינטערנאַציאָנאַלער אַדרעס” פאַר די אַלע וואָס אינטערעסירן זיך מיטן אידישן ווילקאָמיר פון אַמאָל.

מיט עטלעכע יאָר צוריק איז געקומען אַן אַלטער דייטש, וועמען עס האָט די אַלע יאָרן געפרעסן דער געוויסן אַלמאַי ער האָט קיין זאַך ניט געטאָן, ווען ער האָט דערזען ווי לאָקאַלע “נאַציאָנאַליסטן” שעכטן באַרבאַריש אומשולדיקע ציווילע מענטשן אין וואַלד. הירש פּעקל האָט אים געפירט אויפן אָרט וואו דאָס איז געווען.

און אידן פון איבער דער וועלט וואָס שטאַמען אָפּ פון ווילקאָמיר קומען צו אים ער זאָל זיי ווייזן די היינטיקע שטאָט און דערציילן פון אַמאָליקן אידישן לעבן.

דאָ ניט לאַנג איז אין ווילנע געקומען צו פאָרן דער וועלט-באוואוסטער מומחה איבער דער ענגלישער שפּראַך, פּראָפ דייוויד קריסטאַל, מחבר פון דער “ענציקלאָפּעדיע פון דער ענגלישער שפּראַך”. פּראָפ. קריסטאַל, וועלכער איז אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אַלס אַ קאַטאָליקער פון זיין מוטער, האָט שוין דערוואַקסענערהייט געהאַט אויסגעזוכט דעם טאַטן וועמען ער האָט קיינמאָל ניט געקענט: אַ איד וועלכער האָט געשטאַמט פון אַ שטאָט ערגיץ אין ליטע וואָס רופט זיך “ווילקאָמיר”.

אַז פּראָפעסאָר קריסטאַל איז געקומען אין ווילנע האַלטן לעקציעס אויפן אוניווערסיטעט, האָט ער בשעת מעשה אויסגעזוכט דעם “ווילקאָמירער שורש”. ער האָט זיך דערפרייט מיט הירש פּעקל וואָס האָט אים יעדן ווינקל פון דער שטאָט באַוויזן.

און ווי לעבט זיך הירש פּעקלען ביי היינטיקן טאָג? “עקאָנאָמיש איז שווער. די וואָס זיינען געווען אין געטאָ אָדער לאַגער באַקומען קאָמפּענסאַציע פון די דייטשן. מיר אַלע וואָס זיינען אַוועק אין רוסלאַנד, און מען האָט אויסגעקוילעט אונדזערע משפּחות, מיר דאַרפן לעבן פון דער היגער פּענסיע.”

הירש פּעקל באַקומט דעם לאָקאַלן עקוויוואַלענט פון $192 דאָלער אַ חודש פּענסיע. מ’קען קאַם לעבן פונדערפון.

מער פון אַלצדינג טוט אים וויי, וואָס ער קען זיך ניט פאַרגינען אַבאָנירן אַ אידישע צייטונג פון אויסלאַנד. “אָן אַ אידישן בלאַט איז זייער עלנט אויפן האַרצן” זאָגט ער.

איז אפשר קען איינער פון די חשובע לייענער פאַרדינען אַ שיינע מצווה, און מוסר מודעה זיין אין דער רעדאַקציע, אַז מען איז גרייט אָרגאַניזירן פאַרן אידישן מלחמה-וועטעראַן ר’ הירש פּעקל, אַז די צייטונג זאָל צו אים אָנקומען. אָדאָס איז זיין בקשה.

אויב איר זענט פאַראינטערעסירט אויפלעבן דעם גייסט פון הירש פּעקל און אים שיקן דעם “אַלגעמיינעם זשורנאַל”, ביטע רופט אין רעדאַקציע:

 0400-771-718

אָדער שיקט אונז אַ צעטל אויפן אינטערנעץ:

www.algemeiner.com\contact
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 8, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations