about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
יצחק באַשעוויס זינגער’ס ווערק:
יהושע דובראַווסקי ז"ל
 

ער איז געבוירן געוואָרן אין אַ קליין שטעטל נעבן וואַרשע, אין יולי 1904, געקומען אין אַמעריקע אין 1935, געוואונען דעם נאָבעל פּרייז פאַר ליטעראַטור אין 1978. מיט 15 יאָר צוריק, אין יולי 1991, אין עלטער פון 87 יאָר, האָט ער פאַרלאָזט די וועלט. יצחק באַשעוויס ווערט פאַררעכנט אַלס איינער פון די גרעסטע אידישע שרייבער פון דעם לעצטן דור, דער איינציקער צו געווינען אַ נאָבעל פּרייז פאַר אידישע ליטעראַטור. וואָס איז אָבער דער לעגאַט וואָס זינגער האָט איבערגעלאָזט דעם נעקסטן דור?

 

ס’איז באַוואוסט, אַז דער גאַנצער ענין פון קאָנטעסטן, פאַרמעסטן, פּרייזן, צוטיילונגען, אפילו אויפן גייסטיקן געביט, זיינען ניט אין גייסט פון אידישקייט. די לערע פון מוסר בכלל און חסידות בפרט, גיבן גוט צו פאַרשטיין די נעגאַטיווע זייטן אַפילו פון נוצלעכע און קאָנסטרוקטיווע פאַרמעסטן פון מענטשלעכע דערגרייכונגען, חושים און כשרונות. עילויים און גאונישע מוחות אין ישיבות האָבן ניט באַקומען קיינע פּרייזן. דאָס געטליכע געשאַנק פון אַזעלכע חושים און טאַלאַנטן איז דאָך שוין דער בעסטער פּרייז!

ערשטנס, וויבאַלד דאָס איז נישט דער פאַרדינסט פונעם מענטשן וואָס באַזיצט די מעלה, נאָר ס’איז אַ זאַך וואָס דער אויבערשטער האָט אים געגעבן, דאַרף עס ניט דערוועקן אין אים אַ גרויסקייט-געפיל; אדרבה, דאָס פאָדערט מער אחריות, מער עניוות און אַ חשבון, אַז ווען אַ צווייטער וואָלט פאַרמאָגט זיינע כחות, וואָלט ער אפשר נאָכמער געשטיגן.

צווייטנס, לערנען אונז די חכמי המוסר והחסידות, אַז די טייערקייט פון מענטשלעכן גייסט-וועזן איז פון אַזאַ גרויסן און פאַרשידנאַרטיקן פאַרנעם, דערצו אַזוי קאָמפּליצירט און טיף-איינגעוועבט אין אַ נעץ פון נשמה’דיקע אייגנשאַפטן און מידות, אַז עס איז באמת ניט שייך צו מעסטן ווער ס’איז, למשל, העכער: דער עילוי’שער קאָפּ אָדער דער פּשוטער איד מיט שטילע גאָלדענע מידות; דער שטורעמדיקער טאַלאַנט אָדער דאָס איידעלע באַשיידנקייט. און די “אָדערס” זיינען ניט אַזעלכע וואָס לאָזן זיך מעסטן דורך פאַרמעסטן און קאָנטעסטן. דאָ האַנדלט זיך וועגן טיפע נשמה-חשבונות,  געטלעכע סודות, און מיסטעריעזע איבערלעבענישן וואָס לאו כל מוחא סביל דא.

איז דאָס אַלץ זאַכן וואָס זיינען מערווייניק באַקאַנט.

פאַראַן נאָך אַ מאָמענט, וואָס מוסר און חסידות באַוואָרענען. יעדער עפנטליכער קאָנטעסט, יעדע פּרייז-צוטיילונג צו אַ בעסטען, שטאַרקסטן, איז פאַרבונדען מיט געווינער און פאַרלירער; און דערביי איז כדאי צו איבערגעבן אַ וואָרט וואָס מ’זאָגט אין נאָמען פון אַ גדול בישראל.

צווישן די צאָלרייכע כלי-זמר, וואָס מ’האָט אויף זיי געשפּילט אין בית המקדש, איז געווען אַזאַ מין פידל מיט’ן נאָמען “נבל” - “הללוהו בנבל וכנור”. “נבל” איז אין לשון-קודש אַ באַגריף וואָס באַדייט: שענדליכקייט (ווי דער לשון: ער האָט געטאָן אַ “נבלה”). פרעגן די חז”ל, פאַרוואָס ווערט אָט-דער פידל אָנגערופען מיט’ן נאָמען “נבל”, “למה נקרא שמו נבל?” און זיי ענטפערן: “שהוא מנבל כל מיני זמר”. דער דאָזיקער כלי-זמר האָט געשפּילט אַזוי פּרעכטיק-שיין, אַז עס האָט פאַר’מיאוס’ט, פאַרשעמט די אַנדערע סאָרטן מוזיקאַלישע אינסטרומענטן.

האָט דער גדול בישראל דערביי אָנגעוויזען אויף אַ מערקווירדיקער זאַך: בסך הכל הייסט עס, אַז דער דאָזיקער כלי-זמר האָט געשפּילט שענער און בעסער פון אַלע אַנדערע, אַזוי אַז אין פאַרגלייך מיט אים “פילן זיי זיך” פאַרשעמטע, פאַר’מיאוס’טע. אָבער קום און זע: וועמען באַצייכנט די תורה מיט אָט דעם נאָמען “נבל”? ניט זיי, די וועלכע פילן זיך פאַרשעמט און מינדערווערדיק, נאָר דווקא אים, דעם פיינסטן “ערשטן” פידל!

ס’הייסט, ס’איז טאַקע אַלץ ריכטיק: צו זיין שיין-שפּילעריי איז ניטאָ קיין גלייכן; וויבאַלד אָבער אַז דערמיט גופא שטעלט ער אויס אַנדערע צו פאַראָרעמטקייט, צו אַראָפּגעפאַלנקייט - איז ער דערפאַר גופא “ווערט” צו טראָגן דעם נאָמען “נבל”. דערמיט וואָס ער ווייזט עפנטליך און דעמאָנסטראַטיוו זיין פאָרצוג לגבי אַנדערע, “פאַרדינט” ער גלייכצייטיק, אַז דער שאָטן פון זייער פאַרשעמונג זאָל פאַלן אויף זיין נאָמען. היות אַז ער איז דער גורם אַז אַ צווייטער זאָל זיך פילם פאַרשעמט, ממילא איז ער גאָר דער “נבל”.

ס’איז ניט תמיד קלוג צו פאַרנעמען זיך מיט אַ שפּיל אין ווערטער. אָבער דאָך “בעט זיך” צו ציען אַ וואָרט-פּאַראַלעל, הגם מיטן גרעסטן “להבדיל”: דער “נאָבל” פּרייז וואָס ווערט געגעבן פאַרן בעסטן און טאַלאַנטירטסטן, צום “דערפאָלגרייכסטן” אויף דעם אָדער יענעם געביט, מיטן גאַנצען “נאָבעלן” אינהאַלט און צוועק פון אָט-דעם פּרייז. איז דאָס וואָרט “נאָבל” (כאָטש אַז במקורו איז עס נאָך אַלפערד נאָבל, דער אַנטוויקלער פון דינאַמיט וואָס האָט געגרינדעט די נאָבל פּרייזן), אידענטיש מיטן אויבנדערמאָנטען וואָרט “נבל” און מיט זיין מאָראַלישן אָנדייט. דהיינו, אַ שיינקייט און אויסדערוויילטקייט וואָס שאָטנט אָן פאַרשעמונג כלפּי אַנדערע. און דאָ רעדט זיך וועגן ביליקן און פּראָסט-פּשוט’ן קנאה-געפיל מצד געוויסע פּרעטענדירער באַרעכטיקטע אָדער ניט-באַרעכטיקטע.

אָבער אין מיין היינטיקן אַרטיקל בין איך אויסן בעיקר עפּעס אַנדערש.

אין עטלעכע מאָנאַטן וועלן חובבי אידיש בכל אתר ואתר אָפּצייכענען דעם 15טן יאָרצייט פון יצחק באַשעוויס זינגער אַוועק אויפן עולם האמת - זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן עדן. איך וויל בשום אופן נישט ריידן וועגן אַ טייערן אידן וועלכער איז שוין ליידער נישטאָ מיט אונז. אָבער פאַר דער נייעם דור אידן וואָס פאַראינטערעסירן זיך אין דער אידישער ליטעראַטור, דאַרף געזאָגט ווערן דעם פולן אמת וועגן זיינע ליטעראַרישע ווערק: זינגער איז געווען אַזאַ מין “נאָבל” פּרייז געווינער, וואָס דאַרף ניט אָנקומען צום אויבגעזאָגטן “דערהער” וועגן נאָבל-נבל. פּשוט: דער עלעמענט פון “נבל”, פון “נבלה” און פאַרשעמונג איז דווקא ניט אַזוי צוליב זיין “קינסטלערישער” העכערקייט, ווי צוליב דער מיאוס’קייט און שאַנדע וואָס שטעקט אין זיין עצם שפּילן: אין דעם וואָס זיין “קונסט” און פעאיקייט איז מסוגל אַרויסצוברענגען דעם סאַמע היפּוך פון איידלקייט און שיינקייט.

ס’איז מיר אויסגעקומען צו באַקענען זיך מיט אייניקע ווערק פון דעם אידישן נאָבל-פּרייז געווינער פאַר ליטעראַטור. ס’איז ניט מיין זאַך צו ריידן וועגן דער ריין-קינסטלערשער זייט (וואָס באמת ניט אַמאָל און אוודאי ניט אינם מטושטש’ן היינט זיינען פאַראַן די גענוי-אָנגעצייכנטע מאָסן פון ריינער קונסט, וואָס ווערט וואָס אַמאָל מער “אומריין” און אומזיניק-פאַרפּלאָנטערט). אָבער איינס איז קלאָר: זיינע ווערק זיינען דורכגעדרונגען מיט די טיפסטע “נבל” און “נבלה”-שענדליכקייטן, וואָס פאַר’מיאוס’ן דעם אינטימן וועזן פון מענטש און איד. ס’איז ניט בלויז סתם גראָד-דערלאָזענע הפקר-בילדער און שילדערונגען; ס’איז אַ “מייסטערהאַפטער” אופן פון דערגראָבן זיך צו אַזאַ פאַנטאַסטיש און קוים-געאַנטער אומווירדיקייט, און דאָס גופא פּרעזענטירט מיט אַזאַ כלומר’שטער רויער עכטקייט און אַנטבלויזטקייט, וואָס מוז פאַרטעמפּען און פאַר’סמ’ען דעם עלעמענטאַרן געפיל פון בושה, וואָס דער אויבערשטער האָט איינגעפלאַנצט אינעם מין מענטשן! ס’איז אַ קונסט-מרידה קעגען דעם לבוש-פאַרהויל, מיט וועלכען דער אויבערשטער האָט פאַרדעקט די ערשטע מענטשן אויף דער וועלט.

מיט זיינע “נבל”-שאַפונגען זוכט ער אַוועקצונעמען ביים מענטשן אַפילו יענע אימפּולסיווע איבערראַשונג און דערשטוינונג, וואָס איז נאַטירליך ביים פּלוצימ’דיקן אָנשטויסן זיך אויף אַ מאוימ’דיקער גראָבקייט, און אַזוי אַרום אָפּווישן יעדע הבדלה צווישן טוב און רע; אַז מענטשן זאָלן גאָר אויפהערן פילן די אינסטינקטיווע נויטיקייט צו פאַרהוילן זייערע אָפּשטויסענדיקסטע אויסברוכן פון לוסטן און זיטן.

דער אומגליק איז, וואָס דער “נבל-מייסטער” ווייסט שוין גאָר גוט וועגן אָט די פון הימל איינגעפלאַנצטע און דערצו אָנגעבאָטענע פאַרזאָגן צו פאַרדעקן, צוימען און ניט פאַרשוועכן יענע דעצידירנדיק אינטימע “פּונקטן” פון אַ מענטשן, וואָס קענען און דאַרפן זיין איידל און שיין, און קענען אָבער ווערן פאַרביליקט און צערייצט ביז צו אומווירדיקסטער זינדיקייט.

און דאָך: מיט אַ מין “קונסט”-פאַרשיכור’טען צו-להכעיס וויל ער דווקא דערגרייכן דערצו, אַז דער אַזוי שאַרפער געטליכער געבאָט פון “לא תנאף” זאָל אויסזען ווי אַן אוממעגלעכקייט צו מקיים זיין! ער וויל דווקא איבערצייגן, אַז דער מענטש, און בפרט דער איד, איז אַזוי שוואַך (אָדער אַזוי לאַפּיטוטיש “שטאַרק”), אַז ניט דער געטלעכער פונק אין אים און ניט די גייסטיקע קראַפט פון תורה און מצוות קענען אים אָפּהאַלטען פון זינקען אין אָפּגרונט.

און דער זעלבער “נבל-קונסט” שטריך קריכט אַרויס אין זיינע כפירה-געדאַנקען. ס’איז ניט סתם-פּשוט’ע פאַרלייקענונג און אפּיקורסות; פאַרקערט, פון זיינע “קלוגיטשקע צווייפלען” באַקומט זיך דער איינדרוק, אַז ער קען זיך בשום אופן ניט באַפרייען פון די שפּירונגען, אַז ס’איז דאָ אין דער וועלט אַ העכערע קראַפט. און דאָס מאַכט נאָך ערגער. וואָרום אָפענע כפירה-געדאַנקען קענען ניט האָבן אַזאַ איינפלוס ווי זיינע זעלבסט-זיכערע פּרואוון צו מאַכן “לעכערלעך” דעם סאַמע יסוד פון אמונה. ער אַטאַקירט ניט דעם ענין פון אמונה; ער מאַכט עס כלומר’שט ראַפינירט און אָריגינעל: ער פאַרוואַנדעלט אָט דעם טיפסטן און הייליקסטן אמת-יסוד אין אַ ביליקן האַנדל-שטאָף, וואָס ער, ווי דער גרויסער מייסטער וויסער, שניידט עס און ברעקלט, וואַרפט עס אַהין-אַהער און נעמט עס אַרויס צום שפּילן זיך דערמיט ווען ס’ווילט זיך אים.

קאָן מען זיך פאָרשטעלן, וואָס פאַר אַ השפּעה זיינע ווערק קענען האָבן אויף געוויסע אידישע לייענער?! און אָך און וויי צו דער גאַנצער היינטיקער וועלט, אַז אַזאַ “נבל”-שאַפונג האָט בשעתו באַקומען די העכסטע וועלט-אַנערקענוג! דאָס וואָלט באמת געקענט באַטראַכט ווערן ווי אַ צרה און אַ חורבן אין יהדות, אויב דער נבל-פּרייז זאָל טאַקע גורם זיין אַז מיר אידן זאָלן פאַרכאַפּט ווערן ביי זיינע ווערק.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on March 24, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations