about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
פון וואַנעט שטאַמט דער “פרומער
אַן איגרתל פון ווילנע...
הירשע=דוד כ”ץ
 

ווער זשע האָט דאַמאָלסט געקענט נביאות זאָגן, אַז ס’וועט קומען דער טאָג, און ס’עט קלאָר ווערן אַז די פרומע אידן וואָס שטאַמען אָפּעט פון אונגאַרן, וועלן מיט קאַרגע הונדערט יאָר שפּעטער, פאָרשטעלן מיט זיך דעם יסודותדיקסטן פאַקטאָר אינעם המשך פון דער לעבעדיקער אידישער שפּראַך?

 לאָמיר געבן אַ האַרציקן יישר כחך אונגאַרישע איןד

 

 

 וועגן דער געשיכטע פונעם “וועלטלעכן אידישיזם” איז ניט ווייניק אָנגעשריבן געוואָרן. טיילמאָל קאָנצענטרירט מען זיך אויף דער געשיכטע פון דער עצם באַוועגונג פאַר דער אידישער שפּראַך, אין שפּעטן ניינצעטן און אין צוואַנציקסטן יאָרהונדערט. צומאָל שטעלט מען דעם טראָפּ אויף די גרויסע, אייביקע ליטעראַרישע שאַפונגען פון די אידישע שרייבער, וואָס זייער אינספּיראַציע, וואָס דער עולם זייערער, וואָס דער גאַנצער מהות זייערער האָט זיך אויסקריסטאַליזירט אין גייסט פון אָטאָ דער באַוועגונג (און ניט זעלטן, אַדאַנק די פּראַקטישע מעגלעכקייטן וואָס אָטאָ די באַוועגונג האָט בשעתה געשאַפן, בתוכם: פאַרלאַגן, שולן, און פאַרשיידענערליי אָרגאַניזאַציעס).

מ’ווייס אויך, אַז ניט זעלטן זיינען די צווייגן און אונטער-צווייגלעך פון אָטאָ דער באַוועגונג געווען ענג געקניפּט מיט אידייען פון דער צייט און פונעם אַרום, פאַרשיידענע “איזמען”, בתוכם: ליבעראַליזם, סאָציאַליזם, סעקולאַריזם, וואָס האָבן מיט זיך בדרך כלל פאָרגעשטעלט אַ דערווייטערונג פונעם טראַדיציאָנעל-פרומען אידישן לעבן אינאיינעם מיט דער איבערצייגונג, אַז דערמיט שאַפט מען פאַר דער גאַנצער מענטשהייט אַ בעסערע, שענערע וועלט. (די אַנטוישונג אין אָטאָ די באַוועגונגען איז היסטאָריש גערעדט נאָענט געקניפּט מיט דער ירידה פון יענעם אידישיזם אין אַ סך לענדער, נאָר דאָס איז אַן אַנדער איגרתל).

*

בשעת מעשה, און דאָ זעט זיך ממש אַ מין “היפּוכו של דבר”, וואָס איז אפשר אין דער טיף גאָרנישט אַזוי “היפּוכדיק” ווי ס’קען זיך אויפן ערשטן בליק דאַכטן, שווימען אויף דריי גרינטלעכע שייכותן וואָס זיינען נוגע דעם אַמאָליקן וועלטלעכן (און אָפטמאָל סעקולאַריסטישן) אידישיזם פון איין זייט, און דעם טראַדיציאָנעל-פרומען אידישן לעבן פון דער אַנדערער זייט.

אַלעמערשטנס: זיינען שיער ניט הונדערט פּראָצענט פון די אמת גרויסע שרייבער פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור אויסגעהאָדעוועט געוואָרן אין די סאַמע טראַדיציאָנעלע, פרומע סביבות פון דער אידישער מזרח אייראָפּע. על כל פּנים זיינען דאָס אַזעכלע סביבות וואָס מ’וואָלט אָן אַ ספק היינט אָנגערופן, ניט טראַכטנדיק אַפילו, מיטן וואָרט “חרדיש”. איז איינמאָל אַוועק.

והשנית: די טראַדיציאָנעל-פרומע גירסא דינקותא זעט זיך דורכאויס אינעם ווייט גרעסטן חלק פון זייערע עיקרדיקע ליטעראַרישע ווערק, סיי אינעם לשון און סיי אינעם געשילדערטן לעבן און וועזן. פאַראַן היינט אַפילו “גריבלער אין אידיש” (צומאָל בתוכם אַזעלכע וואָס האַלטן זיך פאַר מומחים), וואָס האַלטן אַז “מען דאַרף דאָס ניט”, זאָלן זיי געזונט זיין. זיי קענען אפשר אויסזינגען לידלעך און שיטן מיט שרייבעכצער אויף אַ פאַרוואַסערטן “ווערטערבוך אידיש”, נאָר לייענען אַ ווערק פון מענדעלע, צי פון חיים גראַדע, צי פון איינעם פון הונדערטער גאונים פון דער אידישער ליטעראַטור איז “אויסערן תחום” פון אַזעלכע חכמים פון דער מה נשתנה (אַזוי ווי ס’קומט אונדז אויס זיך אָפּגעבן מיטן ענין פאַר פּסח...).

און דריטנס: און דאָס איז זייער אָנגעווייטיקט, אַז ס’זיינען אַוועק אין דער איבייקייט (אין די לעצטע יאָרן, פאַר אונדזערע אויגן), שיער ניט אַלע גרויסע אידישע שרייבער, דערצויגענע אין דער עכט אידישער סביבה פון דער פאַר-מלחמהדיקער מזרח אייראָפּע, איז די ערנסטע אידישיסטישע באַוועגונג גלייכצייטיק צעפאַלן געוואָרן, הגם עס טוען אויף גאָר וויכטיקע אַרבעט קלענערע קרייזן פאָרשער, קענער און טוער, אָפטמאָל אין דער סביבה פון די אוניווערסיטעטן.

בעת מעשה, ווייסן מיר, אַז די אידישע שפּראַך איז געבליבן לעבן, און וועט בלייבן לעבן, ווי אַ נאַטירלעכע, אמתע שפּראַך פון אַן אמתן ציבור משפּחות, גאַסן, געגנטן, נאָר און בלויז אין דער חרדישער סביבה און בפרט ביי חסידים. און לאָמיר טאַקע האַלטן פאַרן אויג, אַז די סאַמע יודעי דבר ביי די אומות העולם, אין הלכות “שפּראַך-אויפהיטונג”, זאָגן בפה אחד, אַז איין טאַטע און איין מאַמע וואָס ריידן אידיש אין דער היים טוען אָן אַ שיעור מער לטובת דעם אידיש פון מאָרגן איידער די פאַרשיידענע קרייזן פון ליבהאָבער פון אידיש, וואָס זייער אַרבעט קען אויך זיין חשיבותדיק און בכבודיק --- סיי ביי פאָרשער וואָס פאָרשן, און סיי ביי גרופּעס וואָס לערנען זיך און טוען אויף וואָס ס’לאָזט זיך.

*

מען איז נוטה צו דערקלערן די אויפהיטונג פון אידיש ביי חרדים, און בפרט חסידים, מיטן עצם טראַדיציאָנאַליזם וואָס באַווייזט אויף אַזאַ מערקווערדיקן אופן אויפצוהאַלטן ניט נאָר “די אידישע רעליגיע” אָפּגעזונדערטערהייט (ווי עס טוען טייל מאָדערנע אָרטאָדאָקסישע אידן, אַשטייגער) נאָר בפירוש אידישקייט ווי אַ פולשטענדיקן שטייגער לעבן וואָס איז כולל טאָגטעגלעכע הנהגה, הלבשה, מנהגים, און דעריין פאַרשטייט זיך, אויך די שפּראַך.

אַזאַ מין דערקלערונג גיט צו וויסן אַ סך; ס’איז אָבער לחלוטין ניט “די גאַנצע מעשה”. אין אַ געוויסער מאָס האָט מען צו טאָן אויך מיט אַ בפירושדיקער “חרדות” וואָס שטעלט מיט זיך גראַדע פאָר אַ “באַוועגונג” טאַקע אינעם מאָדערנעם זין פון וואָרט. יאָ, די השגות און כלים פון אַ מאָדערנער “באַוועגונג” קענען דינען, און האָבן שוין לאַנג נישקשה געדינט אויך עכט טראַדיציאָנעלע סביבות און גרופּעס. אין כלל פון אָטאָ די “כלים” גייען אַריין פּובליקאַציעס, קאָנפערענצן, אָרגאַניזאַציעס, אינסטיטוציעס פון חינוך אויף אַלע מדרגות (און די נייטיקייט אין שאַפן די אונטערשטיצונג וואָס מאַכט דאָס אַלץ מעגלעך), און אַלעמערשטנס אַ געפיל ביי אַ גאַנצן ציבור אַז מען האָט אַ ציל, אַז מען דאַרף זיין אויף דער וואַך אַקעגן פאַרשיידענע סתירותדיקע שיטות וואָס שטעלן מיט זיך פאָר אַ סכנה.

איז פרעגט זיך אַ פראַגע: ווען און וואו איז אויפגעקומען אָטאָ די באַוועגונג וואָס האָט מצליח געווען אויפצוהאַלטן די אידישע שפּראַך אויך ביי דורות אידן וואָס זיינען ניט געבאָרן אין מזרח אייראָפּע? ביי אידן,וועלכע זיינען שוין די אייניקלע, אוראייניקלעך און אוראוראייניקלעך (כן ירבו) פון אידן געבאָרענע אין דער פאַר-מלחמהדיקער מזרח אייראָפּע, וואו אידיש איז געווען אַזוי אַ טייל פון דער מענטשלעכער לאַנדשאַפט ווי פּוליש, רוסיש, ווייסרוסיש, אוקראַיניש, און די אַנדערע אַרומיקע שפּראַכן.

*

נאָר פריער אַ טשיקאַווע זאַך. אויך די גדולים פון מאָדערניסטישע באַוועגונגען זיינען להוט אויסזוכן אַן עלטערע טראַדיציע, אַזעלכע אָנשפּאַרן פון דור-דורות, וואָס קענען (אַזוי האָפט מען, לכל הפּחות), אויפווייזן אַ המשכדיקייט פונעם ווייטערן עבר וואָס פירט אַריינעט אין דער מאָדערנער צייט און במילא שוין אין דער צוקונפט אַריין אויכעט.

האָט די מאָדערנע אידישע קולטור-באַוועגונג זיך טאַקע אויסגעזוכט שרשים אין עלטערן, טראַדיציאָנעלן אשכנז. אַזעלכע שרשים זיינען בפירוש געווען. דאָס האָט אַמבאַוואוסטן אויפגעוויזן ישראל צינבערג, דער מחבר פון דער אַכט-בענדיקער “געשיכטע פון דער ליטעראַטור ביי אידן”. (ער איז געבאָרן געוואָרן אין 1873 אין אַ דאָרף אין קרעמעניצער קעגנט, אין וואָלין, אין דער אוקראַינע; געשטאָרבן איז ער אין 1939, נאָכדעם ווי ער איז דעפּאָרטירט געוואָרן דורך סטאַלינס ממשלת זדון קיין וולאַדיוואָסטאָק).

אין זיינער אַ קלאַסישער (און ביזן היינטיקן טאָג קאָנטראָווערסאַלער) אַרבעט, “דער קאַמף פאַר אידיש אין דער אַלט-אידישער ליטעראַטור” (דערשינען אין אַ זאַמלבוך וואָס דער ווילנער ייוואָ האָט דאָ אַרויסגעגעבן אין 9192 ), האָט צינבערג געבראַכט מראה-מקומות פון דור-דורות אויף צו דערווייזן אַז אין סאַמע טראַדיציאָנעלן אשכנז איז הונדערטער יאָרן געווען אַ נטיה צו הייבן די חשיבות און מערכה פון אידיש אין אידישן לעבן, דעריין: ניט ווייניק פּרואוון אויף אונטערשפּאַרן דאָס דאַוונען אויף אידיש, דאָס דרוקן הייליקע ספרים (און אַפילו קבלה) אויף אידיש, אַכלל, די שיטה איבערזעצן אויף אידיש וואָס מער ספרים וואָס זיינען פריער געווען צוגענגלעך נאָר דעם וואָס איז אַ “יודע ספר” און קען זיך באַגיין מיט ספרים אויף לשון קודש און אַראַמיש. פאַרשיידענע מאָדערניסטן קוקן אויף דעם אַפילו ווי אַ פּרואוו אויף צו הייבן די רעכט פונעם המון און פון פרויען בפרט. נאָר דאָס איז אויכעט אַן אַנדער איגרתל.

צי מען איז מסכים מיט צינבערגן, אַז דאָס איז אויך אַ מין “קאַמף פאַר אידיש” געווען, צי מ’האַלט אַז אידיש איז דאָ געווען ניט מער ווי אַ כלי צו אַ ציל, קען מען פאָרט היינט זאָגן מיט אַ פולן מויל, אַז דאָ האָט זיך ניט גערעדט וועגן אַ “באַוועגונג פאַר אידיש”. אין די לענדער פון טראַדיציאָנעלן אשכנז וואו מ’האָט אַלע גערעדט במילא אויף אידיש, איז דאָס אַ פראַגע געווען מכח דעם מעמד פונעם גערעדטן לשון, ניט וועגן “אידיש גופא” ווי עפּעס אַן עיקר פאַר-זיך.

)

דער ריכטיקער “פרומער אידישיזם” האָט זיינע ממשותדיקע וואָרצלען אין אַ צייט בערך מיט צוויי הונדערט יאָר צוריק, און אין אַן אָרט, אונגאַרן, וואו עס איז געווען אַ באַוועגונג פאַרדערפאַר אַז אידן זאָלן נעמען “ריידן ווי גוים”, און דער גאַנצער ענין ריידן אידיש, דרשענען אין שוהל אויף אידיש און לערנען אויף אידיש איז געוואָרן צום ערשטן מאָל אַ פראַגע פון פּרינציפּ.

און דאָ זעט זיך באַלד אויף אַן אָרט אַ טשיקאַווע אונטערשיידונג אין דער עצם געאָגראַפיע. ווער ס’קען די געשיכטע פון דער מאָדערנער אידישער ליטעראַטור (און אויפן יסוד פון אָטאָ דער ליטעראַטור האָט זיך אין אַ גרויסער מאָס געבויט די סעקולערע אידישע שפּראַך באַוועגונג), ווייס אַז מענדעלע מוכר ספרים (שלום-יעקב אַבראַמאָוויטש) איז געווען אַ ליטוואַק וואָס האָט זיך באַזעצט אין דער אוקראַינע; אַז שלוםעליכם (שלום ראַבינאָוויטש) איז געווען אַן אוקראַינישער איד, אַז י. ל. פּרץ איז געווען אַ פּוילישער איד. פון זיי האָט פּרץ דער ערשטער, אָנהייבנדיק אַרום 1890, גענומען בויען דירעקט דעם אידישיזם ווי אַ בפירושדיקע באַוועגונג.

אין תרע”ד ( 1 )149, איז אין וואַרשע דערשינען די ערשטע (איינבאַנדיקע) אויפלאַגע פון זלמן רייזענס “לעקסיקאָן פון דער אידישער ליטעראַטור און פּרעסע”, אַן ענציקלאָפּעדיע פון די ביז-דעמאָלטיקע אידישע שרייבער און זייערע ווערק. די אידישע וועלט האָט געשטוינט, אַז אַזאַ ליטעראַטור איז אויסגעוואַקסן אין אַ גרויסער מאָס פאַר אַזאַ קורצער צייט. זלמן רייזען אַליין, אגב דער ברודער פונעם באַליבטן אידישן פּאָעט אברהם רייזען, האָט דערלעבט אַרויסגעבן זיין פאַרגרעסערטע ענציקלאָפּעדיע, אין גאַנצע פיר בענד, דאָ אין ווילנע אין די שפּעטע צוואַנציקער יאָרן. ער איז אומגעקומען ביי די סאָוועטן, בערך אין 1940.

שוין אין אַ רעצענזיע אויף דער ערשטער איינבאַנדיקער אויפלאַגע פון “רייזענס לעקסיקאָן” פון 1914, האָט דער גרויסער אידישער פילאָלאָג (אגב אויך דער מיסד פונעם פּועלי-ציוניזם) בער באָראָכאָוו, אַנאַליזירט די געבראַכטע אידישע שרייבער לויטן לאַנד פון געבורט און אַרבעט. אויפן סמך פון רייזענס ווערק, האָט באָראָכאָוו אָנגעוויזן אויף די לענדער פון די דעמאָלטיקע אידישע שרייבער: רוסלאַנד (ד.ה. די דעמאָלטיקע רוסישע אימפּעריע און דעריין אוקראַינע, ליטע, פּוילן), גאַליציע, רומעניע, אַמעריקע וכו’.

און דאָרטן גופא האָט בער באָראָכאָוו באַמערקט:

“זייער טרויעריק איז, וואָס פונעם מיליאָן אונגאַרישע אידן, וואָס רעדן אידיש, איז ניט אויפגעשטאַנען קיין איין איינציקער מאָדערנער אידישער ליטעראַט [...]“.

נאָר וואָס אַן אמת, ווער זשע האָט דאַמאָלסט געקענט זיין אַזאַ רואה את הנולד און נביאות זאָגן, אַז ס’וועט קומען דער טאָג, און ס’עט קלאָר ווערן אַז די פרומע אידן וואָס שטאַמען אָפּעט פון אונגאַרן, און אַנדערע וואָס זיינען מושפּע פונעם טראַדיציאָנעלן אידישן נוסח אונגאַרן, וועלן אין פאַרשיידענע מקומות, העט ווייט פון אונגאַרן, מיט קאַרגע הונדערט יאָר שפּעטער, פאָרשטעלן מיט זיך דעם יסודותדיקסטן פאַקטאָר אינעם המשך פון דער לעבעדיקער אידישער שפּראַך? אַז חרדות אין אונגאַרן, וואָס איז טאַקע לחלוטין ניט געווען פאַראינטערעסירט אין “אַ מאָדערנער ליטעראַטור אויף אידיש”, וועט אַרויף אויף דער היסטאָרישער בינע פון דער אידישער שפּראַך אויף אַזאַ דראַמאַטישן אופן?

פאַרשטייט זיך, אַז מ’האָט ניט פאָראויסגעזען חורבן אייראָפּע, און מ’האָט ניט פאָראויסגעזען אַפילו נאָך דער מלחמה, אַז בעת די וועלטלעכע אידישיסטן וועלן האָבן ווייניק ריכטיקע יורשים, וועלן די עכט פרומע אידן, אין אַ גרויסער מאָס פון די אונגאַרישע לענדער, זיך צעוואַקסן אין אַ מעכטיקן אידיש ריידנדיקן שבט.

מ’דאַרף זיך פאַרגעדענקען, אַז מיטן וואָרט “אונגאַרן” (אָדער: די אונגאַרישע לענדער), מיינט מען ניט די היינטיקע גרענעצן פון מדינת אונגאַרן; מען איז אויסן דעם היסטאָרישן שטח פון אונגאַרן בכלל, און בפרט דאָס וואָס ס’הייסט ביי אידן “אונגאַרן” (אינעם עכט-אונגאַרישן אידיש הייסט דאָס אגב: “אינגערן”). דאָס איז כולל אַזעלעכע ערטער ווי מונקאַטש (היינט מוקאַטשעוואָ אין אוקראַינע), און פאַרשטייט זיך סאַטמאַר (וואָס איז היינט סאַטו-מאַרע אין רומעניע).

*

“דעם ענין אידיש” קען מען אַפילו נאָכקוקן שוין ביים מיסד פון חסידות אין אונגאַרן, ר’ יצחק-אייזיק טויב פון קאַלאָוו (אָדער: קאַליוו; היינט: נאַגיקאַלאָ, אין אונגאַרן). דער קאַלאָווער איז געבאָרן געוואָרן אין תקי”א ( 5 )117 און איז נפטר געוואָרן אין תקפ”א ( 2 )118. לויט דער מסורה פלעגט ער אינאיינעם מיט זיין רבין, ר’ לייב שרה’ס (דעם מעזריטשער מגידס אַ תלמיד), זיך אַדרוכגיין אַדורך די פעלדער, זיך צוהערן צו די לידער וואָס עס זינגען די גויאישקע פּאַסטעכער, און דיאָ לידער און ניגונים אויפסניי באַאַרבעטן אין נייע שאַפונגען אויף אידיש, צי אויף אונגאַריש, לידער צום בורא עולם און צום פאָלק ישראל. לויט איין באַקאַנטן נוסח פון אַזאַ ליד אויף אידיש (וואָס עס האָט אויפגעצייכנט דער געלערנטער פון אידישער מוזיק, אברהם צבי אידעלסאָן אין פריאיקן צוואַנציקסטן יאָרהונדערט):

שכינה, שכינה, ווי ווייט ביסטו!

גלות, גלות, ווי לאַנג ביסטו,

וואָלט די שכינה נישט אַזוי ווייט געווען,

וואָלט דער גלות נישט אַזוי לאַנג געווען.

די באַשאַפונג פון לידער אויף אידיש ביי צדיקים און אדמו”רים האָט זיך אָבער ניט באַגרענעצט אויף חסידות אין אונגאַרן. אין דער חסידישער טראַדיציע פון נגינה, איז אידיש גלייך ראוי געווען צו אַ געוויסער מדרגה קדושה, עלעהיי ביי ר’ לוי יצחק באַרדיטשעווער אין “אַ דודעלע”, וואו “דודלען” איז מרמז סיי אויפן שפּילן אויף אַ פּשוטן כלי-זמר וואָס איז געווען באַליבט ביי פּאַסטעכער; סיי אויפן וואָרט “דו”, ריידנדיק מיטן אייבערשטן; און בעת מעשה אויף אויף דער ענדונג “עלע” וואָס ברענגט בלשון אידיש נאָענטשאַפט, צאַרטקייט, ליבשאַפט.

דערצו טרעפט מען אַרויסזאָגונגען וועגן דער ראָלע פון אידיש אין ענינים פון קדושה ביי ר’ נחמן ברעסלעווער (בראַצלאַווער) אין זיינע כתבים, און ביי אַנדערע צדיקים-מיסדים פון חסידישע הויפן. וועגן דעם וועט גיין די רייד אין אַ צוקונפטיקן “איגרתל”.

אָט די חסידישע נאָענטשאַפט צו אידיש, די אויטענטישקייט פון חסידות וואָס איז אויף אידיש, דאָס אַלץ איז לייכט און אויף אַ נאַטירלעכן אופן “אַריינגעפלאָסן” אין דער פרומער באַוועגונג פאַר אידיש.

די באַוועגונג גופא איז אָבער אויפגעקומען אין אונגאַרן, לכתחילה גראַדע ניט ביי חסידים, הגם איר תקומה לדורות איז אַ פּועל יוצא פון דער אַרייננעמונג פון השגות פון יענער באַוועגונג אין אַ גרויסן טייל פון חסידות פון אונגאַרן, פּוילן און די שכנותדיקע לענדער.

און די פרומע באַוועגונג פאַר אידיש שפּאַרט זיך אָנעט אָן דער לעבנס-אַרבעט פון אַ גרויסן גאון, אַ רב וואָס איז גאָר אַליין געבאָרן געוואָרן אין דייטשלאַנד און האָט זיך באַזעצט אין אונגאַרן, אַ רב וועמענס תלמידים און תלמידי תלמידים זיינען געטריי געבליבן דעם פּרינציפּ, אַז אידיש איז אַ יסודותדיקער טייל פון אַן עכטן אידישן לעבן.

וועגן אָט דעם רבנישן גאון און זיינע יורשים, וועגן דעם ווי אַזוי דאָס אידישע אונגאַרן (וואָס באָראָכאָוו האָט זיך געהאַט באַקלאָגט, אַלמאַי ס’איז פון דאָרטן דאַמאָלסט ניט אַרויס קיין איין וויכטיקער אידישער שרייבער) איז געוואָרן אַ יסודותדיקער פאַקטאָר אין דער צוקונפט פון דער אידישער שפּראַך, אם ירצה השם --- איבעראַכטאָג.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 6, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations