about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אין וועמען ביסטו געראָטן?
גרוניא סלוצקי-קאַהן
 

געפרעגט האָט מיך דער שאָטן:

אין וועמען ביסטו געראָטן?

שרייבסט אידישע לידער, ווער דאַרף זיי?

ביסט אויף גרויסע צרות,

מיט אידיש שלאָגט מען היינט כפּרות,

“קיינער קען מיר ניט פאַרבאָטן”,

ענטפער איך דעם שאָטן.

 

איך בין ניט געראָטן אין מיין טאַטן,

“דעם טאַטנס פּנים”, פלעגט מען זאָגן.

איך בין ניט געראָטן אין מיין מאַמען,

כ’האָב ליב צו זינגען, ווי מיין מאַמע,

זאָלן אידישע לידער קלינגען,

דער מאַמעס שטימע האָב איך ניט.

 

די מאַמע האָט געהאַט “גאָלדענע” הענט,

אַלץ האָט זי געקענט,

אירע קניידלעך אויף פּסח פלעגן צעגיין אין מויל.

קיין גאָלדענע “הענט” האָב איך ניט,

קניידלעך מאַך איך, ווי מיין מאַמע,

מען זאָגט: “זיי האָבן טויזנט טעמים”.

 

איך בין איך, געראָטן אין זיך,

אַן ערלעכע אידישע טאָכטער,

מיט מיינע מעלות און מיינע חסרונות.

ס’איז מיר ליב און טייער דער אידישער ניגון,

די מאַמע פלעגט אין וויגל מיך פאַרוויגן,

מיט אַ האַרציק אידיש ניגון

דאָס האָב איך געירשנט פון מיין מאַמען.

 

כ’האָב אויך ליב חזנות, אַלס קינד פלעגט

דער זיידע מיך מיטנעמען, הערן אַ גוטן חזן.

ער איז געווען אַ חזנ’ס אַ זון.

 

פון די אייניקלעך אין גראָדנע בין איך געווען די עלטסטע

קיינער האָט אַזוי שיין ניט געזונגען פּסח ביים

סדר, ווי מיר, אפשר.

דער זיידע פלעגט “דיריגירן” מיטן גאַנצן כאָר,

מיר, אייניקלעך, פלעגן ניט אַראָפּלאָזן די אויגן פון זיידן.

אין הויז האָט געהערשט אַזאַ יום-טובדיקע שטימונג, אַזאַ האַרמאָניע,

דער זיידע פלעגט אויפלעבן ביים סדר.

 

אַ שטאָלצער איד איז ער געווען, און ווי ער האָט געזונגען,

ביז צו די הימלען האָט זיין שטימע געקלונגען:

“באַפרייט האָט אונדז ג-ט פון מצרים, פון קנעכטשאַפט,

מיר זענען מער שוין ניט קיין קנעכט”.

 

די באָבע, אַ רב’ס אַ טאָכטער, איז יונג געשטאָרבן,

דער זיידע איז פאַרבליבן אַן אלמן מיט פיר קינדער,

געלעבט מיט אונדז ביז צום טויט.

“די באָבע האָט דאָס ניט דערלעבט צו זען אירע אייניקלעך.

דו טראָגסט איר הייליקן נאָמען, זאָלסט אים ניט פאַרשעמען,

פאַרגעס ניט”. כ’האָב ניט פאַרגעסן.

 

דעם זיידנ’ס “חד גדיא”, דער אַמאָליקער ניגון פּסח ביים סדר, פאַרבליבן איז אין מיין זכרון,

איך טראָג אין מיין האַרצן דעם ניגון כסדר:

חד גדיא, חד גדיא...

 

ווייט, ווייט אַוועק יענע יאָרן,

כ’בין אַליין שוין אַ באָבע געוואָרן,

מיר זענען דאָ! מיר זענען דאָ!

אויף צעפּוקעניש די שונאים,

און זינגען, ווי אַמאָל ביים סדר:

חד גדיא, חד גדיא...

זיי געגריסט, מיין פאָלק! אַ פריילעכן יום-טוב פּסח אייך אַלעמען
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 11, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations