אין צוזאַמענהאַנג מיטן 13טן יאָרצייט פון הגאון רבי יוסף דוב הלוי סאָלאָווייטשיק זצ”ל, דעם חול המועד פּסח (תשנ”ג-תשס”ו), דרוקן מיט אַ בריוו וואָס דער רב האָט געשיקט צו “דער טאָג”, ח’ אדר, תשכ”א ( 6 )119
* פון הרב יוסף דוב סאָלאָווייטשיק
איך בין ניט קיין אידישיסט, וועלכער גלויבט, אַז דאָס לשון אַליין שטעלט מיט זיך פאָר אַן אַבסאָלוטן ווערט. אָבער אַ גמרא-איד בין איך יאָ, און איך ווייס, אַז הייליקייט און אַבסאָלוטקייט זיינען ניט אַלעמאָל אידענטיש. די הלכה האָט פאָרמולירט צוויי אידייען פון קדושה: 1) גופי קדושה. 2) תשמישי קדושה. זי האָט אָפּגעפּסקנט, אַז מען ד9ארף ראַטעווען פון אַ שריפה שבת, ניט נאָר די ספר תורה נאָר אויך דאָס מענטעלע, אין וועלכן זי איז איינגעוויקלט;
ניט בלויז די תפילין, נאָר אויך דעם זעקל אין וועלכן זיי ליגן.
ממילא, אידיש ווי אַ שפּראַך, ניט קוקנדיק וואָס זי איז ניט פאַררעכנט צווישן גופי קדושה, געהערט זיכער צום קלאַס פון תשמישי קדושה, וועלכע זיינען אויך הייליק און וועלכע מען מוז באַשיצן מיט אַלע כוחות. איז דען דאָ אַ שענערער “תיק” אין וועלכן די הייליקסטע ספרי-תורה זיינען געווען און זיינען נאָך אַלץ איינגעוויקלט, ווי אידיש? אויף דער שפּראַך האָט דער רמ”א, דער מהרש”ל, דער ווילנער גאון, ר’ חיים וואָלאָזשינער און אַנדערע גדולי ישראל מיט זייערע תלמידים תורה געלערנט. אויף אידיש האָט דער בעל שם-טוב, דער מעזריטשער מגיד און דער אַלטער רבי - סודות פון מעשה בראשית דערקלערט. אויף פּשוטן מאַמע-לשון האָבן די אידישע מאַסן זייער אמונה, פּשוטע ליבע און טריישאַפט אויסגעדרוקט. עד-היום זאָגן ראשי ישיבות זייערע שיעורים אויף אידיש.
אַזאַ “תיק” איז זיכער הייליג, כאָטש זיין קדושה איז נישט קיין אַבסאָלוטע, נאָר אַן אָפּגעלייטעטע, אין דעם גדר פון תשמישי קדושה. אויפהאַלטן דעם “תיק” איז אַ גרויסער זכות! יוסף דוב הלוי סולובייציק |