about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אין אַ בריוו לכבוד פּסח מיט 49
תורה געדאַנקען פון ליובאַוויטשער רבי’ן
 

ליידער אָבער איז פאַראַן ובפרט אין אונזער צייט נאָך אַן אַרט בנים: דער קינד וואָס איז גאָר ניטאָ צום סדר. ער פרעגט קיין קשיות ניט, ווייל ער האָט גאָר ניט צו טאָן מיט תורה ומצות, מיט אמת-אידישע דינים און מנהגים. ער ווייס ניט אַז ס’איז דאָ אַן “עבודה הזאת” - אַ סדר של פּסח, אַ יציאת מצרים און קבלת התורה

 דער היסטאָרישער פעלער פון אידישע עלטערן און גרופּעס וואָס האָבן געמיינט אַז אַסימילאַציע וועט פאַרזיכערן דעם עקזיסטענץ פון אידן אין אַמעריקע

 

ב”ה, י”א ניסן, ה’תשי”ז

ברוקלין, נ.י.

 

צו אחינו בני ישראל, און עסקני החינוך בפרט,

בכל אתר ואתר

ה’ עליהם יחיו

 

שלום וברכה!

 

פּסח הויבט זיך אָן מיט כי ישאלך בנך - אַז דיין זון וועט דיר פרעגען, והגדת לבנך - זאָלסט דו זאָגען דיין זון. און עס זיינען דאָ פאַרשידענע אופנים אין דעם פרעגען און דעם ענטפערען - לויט די פיר ערליי “בנים” - חכם, רשע, תם און שאינו יודע לשאול.

צוזאַמען מיט דער פערשידענהייט פון די פיר בנים, זייער היפך’דיקייט איינער פון דעם צווייטן - האָבען זיי אָבער אַלע אַ צד השווה, געמעיינזאַמעס: אַפילו דער רשע איז אויך דאָ באַ דער עבודה-סדר, ער טרעפט זיך, לעבט צוזאַמען און אינטערעסירט זיך מיט די עובדי העבודה, מיט תורה ומצוות לעבען.

וואָס דאָס גיט אַ האָפנונג און גאָר אַ שטאַרקע האָפנונג, אַז ניט נאָר דער תם און דער שאינו יודע לשאול, נאָר אויך דער רשע, וועלען ווערען חכמים, פולע באַוואוסטזיניקע אידען שומרי תורה ומצוה.

ליידער אָבער איז פאַראַן ובפרט אין אונזער צייט פון חשך כפול ומכופּל, נאָך אַן אַרט בנים: דער קינד וואָס איז גאָר ניטאָ צום סדר. ער פרעגט קיין קשיות ניט, ווייל ער האָט גאָר ניט צו טאָן מיט תורה ומצות, מיט אמת-אידישע דינים און מנהגים. ער ווייס ניט אַז ס’איז דאָ אַן “עבודה הזאת” - אַ סדר של פּסח, אַ יציאת מצרים און קבלת התורה.

מיט די קינדער מוז מען זיך אָפּגעבען לאַנג לאַנג נאָך פאַר פּסח און פאַר דער סדר נאַכט, און אויך אויף זיי דאַרף מען זיך אָפּגעבען מיט מסירת נפש און אהבת ישראל.

וואָרעם אויף קיין איינציג אידיש קינד טאָר מען ניט פאַרגעסען, און אַלע כחות מוז מען אָנווענדען אים אַרויסצושלעפּען אים פון זיין מצב און צוריק-ברענגען עם צום אידישען סדר-טיש.

* * *

ווי אין אַלע טוט-ווייע ערשיינונגען, וואָס כדי צו פאַרריכטען דעם מצב דאַרף מען פריער וויסען וואָס זיינען די סיבות וועלכע האָבען געבראַכט דערצו, אַזוי אויך אין דעם פאַל.

צום באַדויערען מוז מען אַנערקענען, אַז כמעט אַלעמאָל זיינען שולדיק אין דעם מצב פון דעם אַרט קינדער, הויפּטזעכלעך די עלטערען. קומענדיק אין אַ ניי לאַנד און געפינענדיק זיך אין אַ סביבה וואו מען איז אַ קליינע מינדערהייט און אָנשטויסענדיק זיך אויף שוועריקייטען, וועלכע זיינען בכלל אומפאַרמיידלעך באַ יעדער איבערזידלונג פון אָרט צו אָרט, האָבען זיך אַ טייל עלטערען איינגערעדט, אַז דער איינציקער וועג אויסצומיידען די שוועריקייטען איז - וואָס גיכער אויסצוגלייכען זיך אין אַלעם מיט דער אַרומיקער סביבה, דורך דעם אַראָפּוואַרפען פון זיך דעם עול תורה און שמירת המצוות. אויב אַפילו באַ זיך אַליין האָט מען דאָס ניט לייכט און ניט אין דער פולער מאָס געקענט פּועל’ן, האָט מען אָבער באַשלאָסען, אַז די קינדער זאָלען דעם געראַנגעל ניט דאַרפען דורכמאַכען.

מען האָט זיך אַליין איינגערעדט און אויך בעאיינפלוסט די קינדער - אַז אידישקייט, תורה ומצות, זיינען ניט צוגעפּאַסט פאַר איצטיגען לעבען ובפרט אין אַ נייעם אָרט. אין אמת אידישען אַרט לעבען האָט מען געזוכט און במילא, סוף סוף, אויך “געזען” בלויז חסרונות, און אין דער סביבה אַרום - בלויז מעלות.

דורך דעם דאָזיקען צוגאַנג האָבען די אויבענדערמאָנטע עלטערען געזוכט צו פאַרזיכערען די עקזיסטענץ פון די קינדער אין דער נייער סביבה. זיי האָבען אָבער דערביי פאַרגעסען אַז אַ מענטש קאָן ניט עקזיסטירען - ווי אַ מענטש דאַרף עקזיסטירען - אויב ער גיט אויף זיין נשמה לעבען, זיין גאַנצע רוחניות - צוליב גוף און גשמיות.

מען האָט אויך ניט גענומען אין באַטראַכט אַז יעדער סתם-נאָכמאַכען איז פאַלש און רופט אַרויס פאַראַכטונג אַפילו באַ די וועמען מען וויל נאָכלויפען און חנפענען,

און אַז אויב די סביבה און די מערהייט איז ניט איינגעשטעלט אויף צדק און יושר, וועלען זיי סיי ווי סיי וועלען דערדריקען די שוואַכערע און די מינדערהייט.

* * *

דער זעלבער פאַלשער צוגאַנג, צו לייזען די לאַגע פון אַ מינדערהייט אין אַ ניט פריינטליכע סביבה דורך אויפלייזען זיך, ד.ה. אין תוך גענומען, דורך זעלבסטמאָרד, אָדער ווייניגסטענס דורך זעלבסטפאַרקריפּלונג, איז געמאַכט געוואָרען ניט נאָר דורך יחידים, נאָר ליידער, אויך דורך בעשטימטע גרופּען אידען פאַראייניגטע צווישען זיך דורך געמיינזאַמע אומשטענדען, און דערפון זיינען אויסגעוואַקסען די פאַרשידענע באַוועגונגען וואָס, אָפען אָדער פאַרשטעלט, האָבען זיי מלחמה קעגען דער תורה ציווה לנו משה וואָס ער האָט איר מקבל געווען פון ה’ אחד פאַר אידען וואָס זיינען אחד בארץ, באַוועגונגען וואָס ניט קוקענדיג אויף זייערע מלחמות צווישען זיך, זיינען זיי אַלע געבויט אויפן זעלבען געדאַנק: נהי’ כגוים כמשפּחות הארצות לשרת עץ ואבן (לאָמיר זיין ווי די פעלקער, ווי די משפּחות פון די לענדער, דינען צו האָלץ און שטיין. יחזקאל כ, לב).

* * *

די רעזולטאַטען פון דעם דאָזיקען דורך-און-דורך פאַלשען צוגאַנג זיינען געווען, אַז טויזענטער און טויזענטער נפשות זיינען אָפּגעריסען געוואָרען פון זייער אמת’ן לעבענס-קוואַל פון אידישקייט און פון אידען, זיינען גייסטיג דערמאָרדעט געוואָרען. עס זיינען אויסגעוואַקסען קינדער, וועלכע זיינען שוין איצטער טאַטעס און זיידעס, וואָס ניט נאָר זיי זיינען ניט אין דעם סוג פון חכם, תם אָדער שאינו יודע לשאול, נאָר אַפילו קיין רשע אויך ניט.

זיי האָבען פאַרלאָרען זיך, און גייען פאַרלאָרען, ח”ו, פאַר אידען און אמת’ע אידישקייט וואָס חד הוא (זיינען איינס).

* * *

קומט יציאת מצרים און יום-טוב פּסח און לערנען אונז, צווישען די פיל אַנדערע אָנווייזונגען אויך פאַרן טאָג-טעגלעכען לעבען, אַז ניט אין דעם פאַרזוך נאָכצומאַכען די סביבה ליגט די האָפנונג אויף גאולה און פרייהייט, נאָר פּונקט פאַרקערט.

די אידען אין מצרים זיינען געווען אַ קליינע מינדערהייט און האָבען געלעבט אין די ערגסטע באַדינגונגען. אָבער ווי חכמינו ז”ל דערציילען, האָבען זיי זיך אָפּגעטיילט פון דער סביבה און האָבען מיט שטאָלץ אָפּגעהיט זייער אַרט לעבען, טראַדיציעס, און אייגנאַרטיקייט (שהיו ישראל מצויינים שם בלבושם ומאכלם ולשונם), און דורך דעם דוקא האָבען זיי פאַרזיכערט זייער עקזיסטענץ, און אויך צוגעקומען צו דער אמת’ער גאולה, קערפּערלעך און גייסטיג.

* * *

עס איז איינע פון די לעבענס-נויטווענדיקע אויפגאַבען פון אונזער צייט אָנצוווענדען די גרעסטע כוחות אויף אַריינגעבען אין דעם יונגען דור, און אַפילו אין די וועלכע זיינען אַלט אין יאָרען, אָבער יונג און קליין אין ידיעות - די ריכטיקע אָפּשאַצונג פון אמת’ע אידישקייט, תורה-טרייע אידישקייט, ניט געפעלשטע אָדער פאַרוואַסערטע אידישקייט, און די דערקענונג אַז פון איר היינגט אָפּ דער עצם קיום פון אַ אידען, פון יעדער אידען, דער קיום אויך אין עולם הזה אין יעדער אָרט און צו יעדער צייט.

ביז אַז זיי זאָלען זיך אומקערען צו מסורת אבותינו אברהם יצחק ויעקב, און מיט שטאָלץ איינשטעלען און אָפּהיטען דעם אידישען שטייגער לעבען, לעבען לויט די אָנווייזונגען פון תורתנו תורת חיים.

אַ איד טאָר זיך קיינמאָל ניט מייאש זיין; אַ אידען טאָר מען קיינמאָל ניט אויפגעבען. און מיט דעם ריכטיגען צוגאַנג פון אהבת-ישראל, וועט מען אויך דעם דערמאָנטען סוג קינדער אַרייננעמען אין די “ארבעה בנים”, און מיט דער צייט אויך אַריינברענגען זיי אין דעם סוג - בן חכם.

* * *

דער אויבערשטער זאָל העלפען, אַז אַלע בנים ובנות זאָלען צוזאַמנגעקליבען ווערען באַ איין טיש פון העבודה הזאת און פּראַווען סדר פּסח כהלכתו, דורכצופירען העדות והחוקים והמשפּטים אשר צוה ה’ אלקינו.

און דער אָנהויב פון קיבוץ גליות, צוזאַמענקלייבען באַ אַ תורה סדר אויך די פאַרוואָגעלטע קינדער, זאָל פאַרשנעלערען במהרה בימינו די אתחלתא דגאולה און בריינגען די גאולה האמתית והשלימה על ידי משיח צדקנו.

בברכת חג הפּסח כשר ושמח.

 

מנחם שניאורסאָהן

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 11, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations