about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
“רוצחים אין ווייסע כאַלאַטן”
צום 53טן יובילעאום פון די באַפרייאונג פון די אידישע דאָקטוירים אין סאָוויעטן פאַרבאַנד, זכרונות פון אַ דאָקטאָר
דר. כאַריטאָן בערמאַן\קיעוו
 

 הונדערטער אידישע דאָקטוירים זענען אַרעסטירט געוואָרן אויפן פאַרדאַכט אַז זיי האָבן געפּרואווט פאַרסמען און דערמאָרדן די פירער פון רוסלאַנד. אידן זענען געשלאָגן און געהרגעט געוואָרן, געשיקט געוואָרן צום גולאַג, פאַרלוירן זייערע אַמטן און דורכאויס רוסלאַנד פאַרוואַנדלט געוואָרן אין “מוקצה מחמת מיאוס”. בלויז נאָך סטאַלינ’ס טויט אין מערץ 1953 זענען די דאָקטוירים באַפרייט געוואָרן. אַ אידישער דאָקטאָר פון קיעוו דערמאָנט זיך וועגן יענע שווערע טעג

אין יאָר 1949 נאָכן פאַרענדיקן דעם קיעווער מעדיצינישן אינסטיטוט האָט דאָס געזונטהייטס מיניסטעריום פון אוקראַינע מיך באַשטימט אַלס פאַרוואַלטער פונעם אָפּטייל פאַר געזונט-פאַרהיטונג פון אנופריעווקער ראַיאָן, ביראָוואָגראַדער געגנט. צוויי יונגע דאָקטוירים, איך און מיין ווייב סאָניע, האָבן מיט מסירות-נפש געאַרבעט אין שפּיטאָל, אויסגעפירט אונדזער הומאַנישע טעטיקייט צו ברענגען הילף די קראַנקע און געהאַט גרויס אויטאָריטעט ביי דער היגער באַפעלקערונג.

ווי אַ דונער פון אַ קלאָרן הימל האָט אָפּגעקלונגען די אינפאָרמאַציע פון דער סאָוועטישער טעלעגראַפן-אַגענטור (טאַסס) פון דעם 13טן יאַנואר 1953, וועלכע האָט געמאָלדן וועגן דעם אַרעסט פון אַ גרופּע דאָקטוירים. מען האָט איבערגעגעבן, אַז די “טעראָריסטישע גרופּע מעדיקער” האָט זיך געשטעלט פאַר אַ ציל צו באַנוצן שעדלעכע הייל-מיטלען, כדי צו טויטן אַ ריי אָנגעזעענע מלוכהשע און פּאַרטיי-פירער פון סאָוויעטן-פאַרבאַנד.

דעם זעלבן טאָג איז דערשינען אַן אַרטיקל אין פּראַוודאַ וועגן דעם פּלאַן צו אויסהרגענען די פירער פון סאָוויעטן פאַרבאַנד.

צווישן די כלומערשטע קרבנות פון דער באַנדע אידישע דאָקטוירים - האָט טאַסס און פּראַוודאַ געמאָלדן - זענען געווען אַזעלכע הויכע רוסישע באַאַמטע ווי אַנדרעי זשדאַנאָוו און אַלעקסאַנדער שטשערבאַקאָוו, ווי אויך נאָך רוסישע פּערזענלעכקייטן, וועלכע זענען געשטאָרבן מיט עטלעכע יאָר פריער, כביכול אַלס רעזולטאַט פון די אידישע דאָקטוירים.

ווייטער האָט טאַסס געמאָלדן “עס איז פעסטגעשטעלט געוואָרן, אַז אַלע אָנטיילנעמער פון דער טעראָריסטישער דאָקטוירים גרופּע האָבן געדינט די אויסלענדישע אויסשפּיר-אַמטן, געדינט מיט לייב און לעבן, געווען זייערע געצאָלטע אַגענטן. די טעראָריסטישע גרופּע איז געווען אויפגעמאַכט פון די גרעסטע דאָקטוירים אין לאַנד: מיראַן וואָווסי, סטאַלינס פּערזענלעכער דאָקטאָר; באָריס שימעליאָוויטש, דירעקטאָר פון באָטקין שפּיטאָל און העכסטער דאָקטער אין דער רויטער אַרמיי;יעקב עטינגער, אַ וועלט באַרימטער האַרץ-דאָקטאָר; באָריס קאַגאַן, אַ באַרימטער ספּעציאַליסט אויף אינערלעכע קראַנקהייטן; א. פעלדמאַן, אַן אויער-נאָז און האַלדז דאָקטאָר; א. גרינשטיין, אַ ניוראָלאָג, און אַנדערע גאָר פּראָמאָנינטע דאָקטוירים. לויט דעם בלבול זענען די חברה אונטערגעקויפט געוואָרן דורך די אַמעריקאַנער אויסשפּיר-אָרגאַנען דורך דער פאַרמיטלונג פון זייער אָפּטיילונג - די אינטערנאַציאָנאַלע אידישע בורזשואַזע נאַציאָנאַליסטישע אָרגאַניזאַציע ‘דזשאָינט’. אַנדערע אָנטיילנעמער פון דער טעראָריסטישער גרופּע - ווינאָגראַדאָוו, מ. קאַגאַן, יעגאָראוו - זענען אַלטע אַגענטן פון די ענגלישע אויסשפּיר-אָרגאַנען”. אַלע פון זיי, אויסער צווןי, זענען געווען אידן.

לכתחילה זענען אַרעסטירט געוואָרן 37 אידישע דאָקטוירים, אָבער באַלד האָבן די אַרעסטן געשטיגן אין די הונדערטער. אַ שרעקלעכע אַטמאַספערע קעגן אידן האָט זיך פאַרשפּרייט אין גאַנץ רוסלאַנד.

אין ערשטן אויגנבליק האָבן מענטשן נישט געוואָלט גלויבן די מעשה, ווייל ווי קען עס זיין, אַז די פּערזענלעכקייטן וואָס גיבן זיך אָפּ מיט מעדיצינישער פּראַקטיק, אַקאַדעמיקער און פּראָפעסאָרן, זענען שפּיאָנען און מערדער? אָבער צום באַדויערן זענען געווען אַ סך וואָס האָבן געגלויבט אין דעם און אַלס רעזולטאַט האָט מען נישט געוואָלט גיין אין די פאליקליניקעס און אין די שפּיטאָלן. קראַנקע האָבן מורא געהאַט נעמען רפואות.

פון וואָס עס האָט זיך דאָס אַלץ אָנגעהויבן?

וועגן דעם דערציילט דער אַקאַדעמיקער יעפים סמירנאָוו, וועלכער איז אין די מלחמה יאָרן געווען דער גענעראַל פאלקאווניק שעף פון דער סאַניטאַר פאַרוואַלטונג פון דער רויטער אַרמיי, און אויך געדינט אַלס געזונטהייטס-מיניסטער פון סאָוויעטן-פאַרבאַנד אין די ערשטע  יאָרן נאָך דער מלחמה.

אין אַן אינטערוויו האָט ער דערציילט, אַז קורץ פאַר דעם 13 יאַנואר 1953 איז ער געווען צו גאַסט ביי סטאַלינען אויף דאַטשע, נישט ווייט פון סאטשי. זיי האָבן שפּאַצירט און געשמועסט. אין לויף פון דעם געשפּרעך, האָט סטאַלין געפרעגט ביי סמירנאָוון, צי ווייסט ער ווער עס האָט געהיילט דימיטראוון און זשידאנאוון (צוויי פון די פּראָמינענסטע פּערזענלעכקייטן אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי)? סמירנאָוו האָט געענטפערט סטאַלינען, אַז ער ווייסט, און האָט אָנגערופן דעם נאָמען.

- “וואונדערלעך”! האָט סטאַלין געזאָגט. “דער זעלבער דאָקטאָר האָט געהיילט ביידע, און ביידע זענען געשטאָרבן”.

סמירנאָוו האָט געזאָגט סטאַלינען, אַז דער דאָקטאָר איז נישט שולדיק אין זייער טויט. ער קען פאַרזיכערן, אַז דאָ האָט מען נישט געקענט העלפן. דער דאָזיקער דאָקטאָר איז אַ געבילדעטער, טאַקטפולער מענטש און אַ הויכקוואַליפיצירטער מעדיקער.

סטאַלין האָט געשוויגן און יעפים סמירנאָוו האָט דערפילט, אַז ער האָט סטאַלינען נישט איבערגעצייגט. (ביים סוף פון זיין לעבן איז סטאַלין בכלל געווען פול מיט חשד קעגן יעדן איינעם. די דאָזיקע אייגנשאַפט, האָט אָנגענומען פּאַטאָלאָגישע פאָרמען).

ווער איז געווען דער דאָזיקער דאָקטאָר? פּראָפעסאַר באָריס קאַגאַן. דער דאָזיקער פּראָפעסאָר איז געווען איינער פון די פירנדע ספּעציאַליסטן אויפן געביט פון אינערן קראַנקהייטן. ער איז געווען פאַראַנטוואָרטלעך פאַרן געזונט פון די פירער פון קאָמינטערן, צווישן אַנדערע האָט ער אויך געהיילט דימיטראוון. זיי זענען געווען גוטע פריינט. קענט איר זיך פאָרשטעלן, ווי ווילד האָט פאַר אים געמוזט קלינגען אויפן ערשטן פאַרהער די באַשולדיקונג, אַז ער איז אַן אַגענט פון אַן אויסלענדישע מדינה און געוואָלט טויטן זיין פריינד דימיטראוון?

פונעם פּראָפעסאַר מיראַן וואָווסי, סטאַלינ’ס פּערזענלעכער דאָקטאָר און איינער פון די הויפּט דאָקטוירים פון דער רויטער אַרמיי (ער איז געווען אַ ברודער פון שלמה מיכאלס וועלכער איז דערמאָרדעט געוואָרן אין 9184 ), האָט מען געפאָדערט, אַז ער זאָל זיך מודה זיין אין זיין פאַרבינדונג מיט די אויסשפּירער-אָרגאַנען פון היטלערישן דייטשלאַנד. וואָווסי האָט געזאָגט דעם פאַרהערער: “איר האָט מיך שוין געמאַכט פאַר אַן אַגענט פון צוויי אויסשפּיר-אָרגאַנען. שרייבט מיר כאָטש נישט צו די דייטשע, מיין טאַטן און די משפּחה פון מיין ברודער האָבן די פאַשיסטן פאַרפּיינקט אין דווינסק”. אויף דעם האָט אים דער אויספאָרשער געענטפערט: “ספּעקולירט נישט מיט בלוט פון אייערע נאָענטע”.

דער פּראָפעסאָר יעקב ראַפּאָפּאָרט, וועלכער איז געווען אַרעסטירט אין צוזאַמענהאַנג מיט “דעם אינטריגע פון די דאָקטוירים” שרייבט אין אַ מאָסקווער זשורנאַל “דרוזשבא נאראדאוו” (פעלקער-פריינדשאַפט) וועגן זיינע דערינערונגען פון דער תקופה. דערמאָנט ער דאָרט דאָס וואָס עס האָט אין זיינער צייט דערציילט דער פּראָפעסאַר וולאַדימיר ווינאָגראַדאָוו:

בעת זיין לעצטן באַזוך ביי סטאַלינען האָט ווינאָגראַדאָוו פעסטגעשטעלט אַ באַדיינטדיקע פאַרערגערונג פונעם געזונט-צושטאַנד פון זיין פּאַציענט און האָט אין דער קראַנקהייט-געשיכטע פאַרשריבן די נויטווענדיקייט פון אַן אויסעראָדנטלעכן רעזשים און אָפּהאַלטן פון יעטוועדער טעטיקייט. דאָ איז כדאי צו באַמערקן, אַז נאָך סטאַלינס טויט איז ווינאָגראַדאָווס דיאַגנאָז פון שטענדיק באַשטעטיקט געוואָרן. אָבער דער “פאָטער פון אַלע פעלקער” האָט אויסגעטייטשט ווינאָגראַדאָווס פאַראָרדענונגען אַלס אַ פּרואוו צו באַזייטיקן סטאַלינען פון אַקטיווער טעטיקייט. ווינאָגראַדאָוו האָט פאַר דעם באַצאָלט מיט זיין אַרעסט און ס’האָט אים געקאָנט אויך קאָסטן דאָס לעבן.

ווען לאַוורענטי בעריא, הויפּט פון דער נ.ק.וו.ד און אינערסן מיניסטער וועלכער האָט געהאַט דעם אויפזיכט איבער דער טעטיקייט פון די דאָקטוירים וואָס האָבן געהיילט סטאַלינען, האָט אים איבערגעגעבן ווינאָגראַדאָווס אויספירן, האָט סטאַלין מיט גרויס צאָרן געשריגען: “נעם אים אין קייטן, אין קייטן”! סטאַלין האָט ווייזט אויס, זיך דערמאָנט זיין אייגענע ראָל בעת לענינס קראַנקהייט, ווען ער האָט, כלומרשט זאָרגנדיק פאַר זיין געזונט, אים איזאָלירט פון דער פּאַרטיי און אירע ענינים און איצט ווייזט זיך אַרויס, אַז ער אַליין איז אַריינגעפאַלן אין אַזאַ צושטאַנד.

אַזוי אַרום האָט מען טאַקע אינגיכן דעם פּראָפעסאַר וולאַדימיר ווינאָגראַדאָוון אַרעסטירט.

די אַרעסטן פון דער ערשטער אָנגעזעענער גרופּע דאָקטוירים האָט מען דורכגעפירט אין נאָוועמבער 1952. אינמיטן יאַנואר 1953 האָט מען אַרעסטירט די פרויען פון די “שונאים פון פאָלק” און זייערע קינדער האָט מען מיט פאַרשידענע מיטלען פארפאָלגט און באַזייטיקט פון דער אַרבעט.

די ווילדע באַשולדיקונגען קעגן אַזעלכע חשובע לייט האָבן אַרויסגערופן אַ שאָק ביי אַ סך מענטשן. נאָר גאָר אינגיכן ווערט באַקאַנט דער נאָמען פון אַ פּשוטן דאָקטאָר לידיע טימאשוק, פון קרעמל-שפּיטאָל, וועלכע דערמאָנט די טרויעריק באוואוסטע ווערע טשעבעריאק פון בייליס-פּראָצעס. עס ווייזט זיך אַרויס, אַז דאָס האָט זי, די מרשעת, געשפּילט די הויפּט-ראָל אין דעמאַסקירן און אַנטפּלעקן “די באַנדע פאַרברעכער אין ווייסע כאַלאַטן”. לויטן באַפעל פון דעם העכסטן סאָוויעט פון ראַטנפאַרבאַנד איז זי באַלוינט געוואָרן מיט אַ לענין-ארדן.

אין יענע טעג האָבן די צייטונגען געשריבן: “נאָך ביז דאָ נישט לאַנג האָבן מיר גאָרנישט געוואוסט וועגן דער פרוי, אָבער היינט איז דער נאָמען פונעם דאָקטאָר לידיע טימאשוק געוואָרן אַ סימבאָל פון סאָוויעטישן פּאַטריאָטיזם און דרייסטן קאַמף מיט די שונאים פון אונדזער פאָטערלאַנד, זי האָט געהאָלפן דעמאַסקירן די געדונגענע אַמעריקאַנער אַגענטן-אויסוואָרפן, וועלכע האָבן אויסגענוצט דעם ווייסן כאַלאַט (דאָקטאָר כאַלאַט) אומצוברענגען סאָוויעטישע מענטשן”.

קיין איינער פון די, וועלכע האָבן פיגורירט אין דער הויפּט-רשימה פון די אָנטיילנעמער אין דער “טעראָריסטישער גרופּע”, לעבן שוין היינט נישט. די געליטענע זענען בכלל געווען קאַרג אין דערציילן וואָס זיי האָבן איבערגעלעבט אין תפיסה.

די פאַרהערן האָבן זיך געצויגן פיל נעכט. אַמשווערסטן איז געווען דאָס צווינגען נישט שלאָפן אַ ריי נעכט. אין דער צייט פון די פאַרהערן האָט מען געלויכטן מיט שטאַרקע לעמפּ אין פּנים. די געליטענע האָבן אָבער נישט ליב געהאַט וועגן דעם דערציילן, דער גרויסער ווייטיק איז געבליבן אין זייערע הערצער און זכרון פון זייערע נאָענטע.

פאַר דער “אינטריגע ענין פון די דאָקטוירים” איז געווען פּערזענלעך פאַראַנטוואָרטלעך דער שעף פון אויספאָרשונגס-אָפּטייל פאַר באַזונדערע וויכטיקע ענינים אין מלוכהשן זיכערהייט-מיניסטעריום, מ. ריומין, אַן אוממאָראַלישער פּאַרשוין פאַר וועלכן דאָס וויכטיקסטע איז געווען זיין שטרעבונג צו דער מאַכט און קאַריערע.

ריומין האָט געפעלשט די אויספאָרשונגס-מאַטעריאַל. די דאָזיקע “אַרבעט” האָט ער געפירט שוין פון לאַנג, פאַרן אַריינוואַרפן די דאָקטוירים אין תפיסה. נאָך פריער זענען געפאַלן אַלס זיינע קרבנות דער דאָקטאָר סאָפיע קאפאי און דער פּראָפעסאָר יעקב עטינגער. מען האָט זיי באַשולדיקט אין פאַלשער אויסטייטשונג פון אַנדריי זשדאנאווס עלעקטראָקאַרדיאָגראַמע. פּראָפעסאָר עטינגער האָט נישט איבערגעטראָגן דעם תפיסה-רעזשים און איז דאָרטן אויסגעגאַנגען.

די אַרעסטן האָבן זיך געמערט. ריומינען האָט זיך שוין געחלומט אַ גרויסער פּראָצעס, און אַלס רעזולטאַט אַ סך אָרדנס און אַפילו אַ קאַבינעט פון אַ מיניסטער. נאָר אַ דאַנק ג-ט סטאַלין פּגרט אַוועק. די אַרעסטירטע האָט מען וועגן דעם נישט דערציילט. די פאַרהערן זענען געגאַנגען ווייטער, כאָטש מיט אַ פאַרלאַנגזאַמטן אימפּעט.

און אָט איז געקומען די נאַכט פון 31טן מערץ אויפן ערשטן אַפּריל 1953: אַלע אַרעסטירטע דאָקטוירים האָט מען פּלוצים אַרויסגעפירט פון תפיסה, אַריינגעזעצט אין אויטאָבוסן און אָפּגעפירט יעדן צו זיין היים.

ערשט דאַן, זייענדיק שוין פריי, האָבן די דאָקטוירים זיך דערוואוסט, אַז מען האָט וועגן זיי געשריבן אין די צייטונגען, אַז זיי זענען “פאַרברעכער אין ווייסע כאַלאַטן”, און וועגן סטאַלינס טויט.

די צייטונגען און די ראַדיאָ האָבן פאַרעפנטלעכט אַ מעלדונג, אין וועלכן עס איז צווישן אַנדערן געווען געזאָגט אַז “די אויספאָרשונג האָט באַוויזן, אַז די באַשולדיקונגען זענען פאַלשע און די דאָקומענטאַרע מאַטעריאַלן אויף וועלכע די אויספאָרשער האָבן זיך געשטיצט, זענען גרונטלאָז. עס איז פעסטגעשטעלט געוואָרן, אַז דאָס, וואָס די אַרעסטירטע האָבן כלומרשט געזאָלט באַשטעטיקן אין זייערע באַווייזן וועגן די באַשולדיקונגען, האָבן די אויספאָרשער באַקומען באַנוצנדיק אומדערלאָזבאַרע און שטרענג-פאַרבאָטענס דורך די געזעץ מעטאָדן פון דער אויספאָרשונג”.

אין די צייטונגען איז געווען אַ מעלדונג וועגן אַנולירן דעם באַפעל לויט וועלכן לידיע טימאשוק האָט באַקומען דעם לענין-ארדן. זי אַליין האָט נאָך אַ לענגערע צייט געאַרבעט אין שפּיטאָל און נאָך דעם אַוועק אויף פּענסיע.

וועגן דעם דאַרף מען דערמאָנען אויך דערפאַר ווייל נאָך ביז היינט גלויבן נאָך אייניקע די קלאַנגען וועלכע מ’האָט דעמאָלט פאַרשפּרייט, אַז טימאשוק איז אומגעקומען אין אַן אויטאָ-קאַטאָסטראָפע, געפאַלן אַלס קרבן פון געוויסע שונאים. ניין! די דאָזיקע פּאַרשוינטע מרשעת, האָט אָן שטערונגען דערלעבט ביזן עלטער, ביז דער פּענסיע.

מיט גרויס פרייד האָבן מיר אויפגענומען די ידיעה, אַז די דאָקטוירים וואָווסי, קאַגאַן, פעלדמאַן, גרינשטיין, ווינאָגראַדאָוו, שערעשעווסקי, וואַסילענקא, זעלענין, און אַנדערע זענען אויף דער פריי.

נאָך זייער רעהאַביליטירונג האָבן זיי ווייטער פרוכטבאַר געאַרבעט אין די שפּיטאָלן און קליניקעס. ריומין, ווי מען האָט אָנגעגעבן אין דער אָפיציעלער מעלדונג, “נעמענדיק אין אַכט זיין באַזונדערע געפערלעכע טעטיקייט און שווערע פאָלגן פון זיינע פאַרברעכנס, איז דורך דער מיליטערישער קאָלעגע פון העכסטן געריכט פון סאָוויעטן-פאַרבאַנד פאַרמשפּט געוואָרן צו דער העכסטער שטראָף - דערשיסונג”. שטרענגע שטראָפן האָבן אויך באַקומען אַנדערע טוער פון דעם געוועזענעם זיכערהייט-מיניסטעריום.

איך געדענק גוט, ווי אַזוי אין יענע צייטן האָט אָפּגעקלונגען דער טרויעריק באַרימטער פאַבריצירטער “אינטריגע פון די דאָקטוירים”, וועלכער האָט געטראָגן אַן אָפענעם אַנטיסעמיטישן כאַראַקטער, אין גאַנץ רוסלאַנד.

אין לאַנד האָט זיך אַריבערגעטראָגן אַ כוואַליע פון מיטינגען מיט פאָדערונגען שטרענג צו באַשטראָפן די “פאַרברעכער אין ווייסע כאַלאַטן”. די שרעקלעך שווערע אַטמאָספער, וואָס איז געשאַפן געוואָרן אַרום די דאָקטוירים האָט פאַרשטאַרקט דעם אַנטיסעמיטיזם, וועלכער האָט געבושעוועט אין לאַנד.

אין דער צייט ווען אַרום די דאָקטוירים און בפרט די אידישע, האָט זיך געשאַפן אַן אַטמאָספער פון אומצוטרוי, ווען די אַרעסטן צווישן די דאָקטוירים זענען געווען אין מערסטנטייל צווישן די אידישע, וועלכע האָבן פאַרנומען פאַראַנטוואָרטלעכע שטעלעס (ווי איך, צום ביישפּיל, אַלס שעף פון דעם אָפּטייל פאַר געזונט הייטסוועזן פונעם ראַיאָן), איז געווען שווער צו אַרבעטן און אויף יעדן טראָט האָט געוואַרט אַ סכנה און שווערע איבערלעבונגען.

דאָ וויל איך דערמאָנען דעם גרויסן פּעדאַגאָג און געזעלשאַפטלעכן טוער וואַסילי אַלעקסאַנדראָוויטש סוכאָמלינסקי, מיטגליד-קאָרעספּאָנדענט פון דער אַקאַדעמיע פון פּעדאַגאָגישע וויסנשאַפטן, דער גרויסער אידן-פריינד, וועלכער איז געווען דירעקטאָר פון דער פּאָוולישער מיטלשול, אין דעם אנופריעווקער ראַיאָן קיראוואגראדער געגנט.

עס האָט זיך באַקומען אַזוי, אַז דאָס לעבן האָט מיך צונויפגעפירט מיט וואַסילי אַלעקסאַנדראָוויטש סוכאמלינסקי און מיר זענען געוואָרן נאָענטע פריינט. ער פלעגט מיט גרויס אינטערעס דערציילן וועגן זיינע אַנשויאונגען אין שול-דערציאונג פון קינדער, וועלכע זענען אַצינד באַקאַנט אין דער גאַנצער וועלט. ער האָט שטאָלצירט, וואָס אין זיין ביבליאָטעק האָבן באַנאַנד מיט די אוקראַינישע און רוסישע קלאַסיקער, זיך אויך געפונען די ווערק פון אונדזערע אידישע קלאַסיקער: מענדעלע, י.ל. פּרץ, שלום עליכם און מיט גרויס אָפּשיי האָט ער מיר געוויזן ווערק פון חיים נחמן ביאַליק און שאול טשערניכאָווסקי אין דער רוסישער איבערזעצונג פון זאב זשאַבאָטינסקי, וועלכע ער האָט געקויפט ביי אַן אַלטן בוך-פאַרקויפער אין אָדעס. מיר האָבן אינאיינעם איבערגעלעבט די שווערע צייט פון דעם “ענין פון די דאָקטוירים”.

איך האָב שוין געשריבן, אַז אין לאַנד האָט זיך דורכגעטראָגן אַ כוואַליע פון מיטינגען, אויף וועלכע ס’זענען געווען נישט ווייניק אַנטיסעמיטישע לאָזונגען.

אַזאַ מיטינג איז פאָרגעקומען אין אנופריערווקער ראַיאָן, נאָר ווען מען האָט פאָרגעלייגט סוכאמלינסקין אַרויסטרעטן אויף דעם מיטינג, האָט ער זיך קאַטעגאָריש אָפּגעזאָגט. אין יענער צייט פאַר אַזאַ געוואַגטער טאַט האָט מען געדאַרפט בפירוש אַרויסווייזן גרויס דרייסטקייט און בירגעלעכן מוט. ער האָט געהאַלטן פאַר אוממעגלעך אַרויסטרעטן מיט עפנטלעכער פאַראורטיילונג פון די דאָקטוירים, ווייל ער איז געווען אינערלעך איבערצייגט, אַז דאָס איז אַ פּראָוואָקאַציע מיט ווייטגייענדיקע פאָלגן.

ער פלעגט קומען צו פאָרן צו מיר טאָג-טעגלעך און אויסגעדריקט זיין גרימצאָרן צוליב דער נישט געזונטער אַטמאָספער. אים איז תמיד געווען פרעמד פעלקערלעכע שנאה און אַנטיסעמיטיזם. וואַסילי סוכאמלינסקי איז געווען איבערצייגט, אַז די גערעכטיקייט וועט זיגן און טאַקע, ווען עס איז געשען, און די ראַדיאָ און צייטונגען האָבן פאַרעפנטלעכט אַ מיטיילונג, אַז די באַשולדיקונגען קעגן די דאָקטוירים זענען פאַלשע, איז ער גלייך געקומען צו מיר צו פאָרן און די ערשטע זיינע ווערטער זענען געווען “איר זעט, איך בין געווען גערעכט, אַז דאָס איז אַ פּראָוואָקאַציע”.

דער דאָזיקער גלענצנדיקער אוקראַינישער פּעדאַגאָג און גרויסער הומאַניסט איז געווען זייער צופרידן, וואָס זיינען איבערצייגונגען וועגן דער אומשולדיקייט פון די דאָקטוירים זענען געווען ריכטיקע.

אָפט דערציילן מיר אונדזערע קינדער, וועלכע זענען אויך דאָקטוירים, און אייניקלעך וועגן דער שווערער צייט, וואָס מיר דעמאָלט יונגע מענטשן און דאָקטוירים, האָבן     איבערגעלעבט.

מען קען עס נישט פאַרגעסן... “די אינטריגע פון די דאָקטוירים” איז טיף אַריין אין אונדזער זכרון.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 18, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations