אַ פּאָליטישער אַקטיוויסט אין ישראל איז געשטאָרבן פאַרגאַנגענעם שבת, ווען ער האָט פּרובירט אויפהענגען אַ וואַל-קאַמפּיין פּלאַקאַט אויף אַן עלעטקרישער סלופּע.
דער 26 יעריקער שטיצער פון דער “עבודה”-פּאַרטיי, אַ דעקאָרירטער רעזערוו-זעלנער, איז עלעקטריזירט געוואָרן, נאָכדעם וואָס ער האָט זיך אַרויפגעדראַפּעט אויף אַ טייל פון דער עלעקטרישער נעץ, וואָס קוקט אַראָפּ אויף דער תל-אביב-ירושלים שאָסיי. די עלעקטעריע פירמע האָט אַרויסגעשיקט וואָרענונגען קעגן אַזעלכע מסוכנדיקע קונצן צו אַלע פּאָליטישע פּאַרטייען וואָס נעמען אָנטייל אין די דינסטיק-וואַלן. דער פאָרזיצער פון דער עבודה-פּאַרטיי, עמיר פּערעץ, האָט באַזוכט אין דער היים פון דעם געשטאָרבענעם יוגנטלעכן און מנחם אבל געווען זיינע קרובים. |