about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אולמערט: נאָכגיביגקייט און פּש
יעקב בריל
 

די לעקציע פון דער צווייטער וועלט-מלחמה איז “אַז דאָס זיין נאָכגיביק, אַרויסווייזן שוואַכקייט און מאַכן פּשרות זענען די אינגרעדיענטן וואָס דערפירן צו אַ שואה,” האָט דער נייער פּרעמיער מיניסטער פון ישראל, אהוד אולמערט, דערקלערט ביי דער גרויסער צערעמאָניע לכבוד יום השואה, דער יערלעכער אָנדענק-טאָג פון דער שואה, אין וועלכע די דייטשן ימ”ש האָבן דערמאָרדעט 6 מיליאָן אידן.

“אַנטיסעמיטיזם, טיראַניע, לוסט צו רציחה און טעראָר זענען נישט פאַרשוואונדן אויף אייביק,” האָט אולמערט געזאָגט. אַפילו היינט צו טאָג, הענגען זיי איבער די קעפּ פון דער פרייער וועלט.

“בלויז אַן אַנטשלאָסענע און פעסטע מאָראַלישע שטעלונג, בלויז וויליקייט צו באַשיצן די פרייהייט און קעמפן פאַר איר וועט גאַראַנטירן די צוקונפט פון דער מענטשהייט.”

אין אַ דירעקטער באַציאונג צו די לעצטע רופן פון איראַן צו ליקווידירן ישראל, האָט דער פּרעזידענט פון ישראל, משה קצב, געזאָגט אַז די וועלט טאָר נישט איגנאָרירן די איצטיקע רופן חרוב צו מאַכן די אידישע מדינה.

אַ געשאַצטע צאָל פון 000,250 איבערלעבער פון דער שואה לעבן היינט אין ישראל. לויט לעצטע “וועלפעיר” באַריכטן, לעבן בערך אַ דריטל פון אָט די געראַטעוועטע אידן אין אָרעמקייט.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 26, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations