about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אני מאמין p
פון די דערציילונגען פון יאָסעלע אָסטראָווצער, אַ פּליט פון געטאָ וואַרשע
פישל שניאורסאן
 

 צייטנווייז האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז די שרעק-געשרייען פון די קינדער אין די טויט-וואַגאָנעס וועלן חלילה פאַרלעשן דעם לעצטן פונק אמונה אין האַרצן פון אַ אידן. איז געקומען דער גרויסער וואונדער, ממש פון הימל האָט זיך אַריינגעגאָסן אמונה אין האַרצן פון יעדן געטאָ-אידן. די שכינה אַליין האָט זיך צערטלעך געטוליעט צו דער נשמה פון יעדען אידן, מיט דערהויבענער התעוררות, גאָר ניט מעלמא הדין.

 שרעקט זיך ניט, רבותי, איך קום פאַר אייך ניט קלאָגן אויף די גרויליקייטן וואס איך און אַלע אידן האָבן איבערגעלעבט אין וואַרשעווער געטאָ. איך וויל אייך נאָר דערציילן די סודות און וואונדער, וואָס מיינע אויגן האָבן געזען פאַרן אָנקומען פון די גרוילן און נאָכדעם ווי איך בין דורך אַ נס ניצול געוואָרן פון די טויט-וואָגנס. סודות אויף סודות, וואָס זיינען העכער פון מיין השגה און אין וועלכע עס איז דאָ אַ מין טראָפּן נחמה און אפשר נאָך מער.

באמת האָב איך בסוד אַ קבלה פון אָסטראָווצער רבי, זכרונו לברכה, וואָס פון מיינע יונגע יאָרן האָב איך געהאַט די זכיה צו זיין פון זיינע טרייעסטע חסידים און פאָרן אַלע וויילע צו אים אין אָסטראָווצע, חסידים פלעגן מיר רופן יאָסעלע אָסטראָווצער, מחמת דעם, וואָס איך פלעג זיין מער ביים רבין אין אָסטראָווצע ווי ביי זיך אין דער היים. און אפשר אויך דערפאַר, וואָס איך האָב, בעזרת השם, מצליח געווען צו פארגעדענקען אַלע שמועסן פון רבין, און זיינע הייליקע רייד האָבן זיך ממש איינגעקריצט אין מיין זכרון.

כידוע, האָט דער אָסטראָווצער רבי, אַ גאון און מקובל, וואָס ניטאָ זיין גלייכן אין אונדזערע צייטן, געפאַסט זיינע אַלע יאָרן און יעדער טאָג איז ביי אים געווען אַ תענית, טאַקע פון שבת-צו-נאַכטס ביז פרייטאָג-צו-נאַכטס, אַ גאַנצע וואָך געפאַסט אָן אַ הפסק.

עס איז ניט צו גלויבן, אַז כמעט יעדע נאַכט פלעגט ער זען שווערע חלומות און אויף מאָרגן פאַסטן אַ תענית-חלום. מענטשן פלעגן זיך וואונדערן: פון וואַנעט נעמען זיך אַזוינע חלומות ביי אַזאַ הייליקן גאון, וועמענס מויל עס האָט ניט אויפגעהערט פון לערנען און וועמענס מחשבות זיינען קלאָר און לויטער.

און איך - אויף די ליפּן ניט אַרויפצוברענגען - ממש ליבא לפּומא לא גליא, בין שטענדיק געהאַלטן אין איין ציטערן. טיף אין האַרצן האָב איך געשפּירט, אַז דער רבי מיט זיין גרויסע נשמה זעט אין חלום דאָס שלעכטס, וואָס דערוואַרט, חלילה, דאָס פאָלק ישראל. און, אַז פון הימל איז מען אים מגלה די שוואַרצע צייט, וואָס וועט קומען. האָבן דאָך אַפילו סתם אידן געשפּירט, אַז דער מצב פון אונדזער פאָלק אין פּוילן און אין די אַרומיקע לענדער ווערט ערגער פון טאָג צו טאָג, ממש די ערד האָט געברענט אונטער יעדנס פיס, און די אויגן פון כל ישראל זיינען געווען געווענדט צום אויבערשטענס חסדים. און וואָס פאַר אַלע מענטשן איז געווען בלויז אַ השערה אדער אַ מורא, וואָס איז אויפגעקומען פון דער ביטערער ווירקלעכקייט, איז אַנטפּלעקט געוואָרן באַשיימפּערלעך דעם צדיק אין נאַכט-זעאונגען - בחזיונות לילה.

פלעגט זיך דער רבי פּייניקן צוליב אידישע צרות, פלעגט זיין גאַנצן לעבן טאָג-איין טאג-אויס פאַסטן און מקריב זיין זיין בלוט און פלייש אין תעניתים  און האַרציקע תפילות, כדי צו צערייסן דעם גזר-דין אויף די אידן. אַזוי טאַקע דערציילן אונדזערע חכמים, ז”ל, וועגן רבי צדוק, וואָס איז אַ לאַנגע צייט פאַרן חורבן בית המקדש געזעסן פערציק יאָר אין תענית, געפאַסט אָן אַן אויפהער יאָרן-לאַנג - דלא ליחרב ירושלים, כדי ירושלים זאָל ניט חרוב ווערן.

הערט רבותי, איך בין ניט קיין רב און ניט קיין רבי - איך בין אַ פּשוטער חסיד ווי אַלע חסידים, און דאָך בין איך מעיז צו זאָגן, אַז דער אָסטראָווצער רבי איז געווען דער רבי צדוק פון פאַרן חורבן פוילן. ער איז אויך געזעסן צענדליקער יאָרן אין תעניתים - דלא ליחרב פּוילן - ס’זאָל ניט חרוב ווערן דאָס אידישע פּוילן מיט אירע מאַסן אידן און קדושים, וועמענס צאָל עס איז ניט געווען אויסצוציילן. און אַזוי ווי רבי צדוק, פלעגט אויך דער רבי עסן ביינאַכט נאָכן תענית זייער ווייניק. טאַקע אַ “גרוגרת דרבי צדוק”.

דער רבי האָט צוליב זיינע תעניתים אַפילו אויף אַ מינוט ניט מפסיק געווען פון זיין לערנען. ער איז געווען דער גאון הדור אין נגלה און אין נסתר און האָט אויך געמאַכט אַ נייעם דרך אין קבלה, וואָס איז געווען פול מיט טיפקייט, חריפות און גרויסער התגלות. זיין געזונט אָבער איז געוואָרן אַלץ שוואַכער און זיין איינגעדאַרטער גוף איז געוואָרן מאָגערער פון טאָג צו טאָג.

איך האָב עס געפילט בחוש, אָבער ניט געוואַגט צו געבן אַפילו אַ פּיפּס, וואָרום, אויב דער רבי שווייגט און איז ניט מגלה פאַר קיינעם דעם ענין פון די חלומות און תעניתים, טאָ ווי זאָל איך, אַ פּשוטער חסידישער איד, וועגן דעם ריידן? אָפט פלעג איך זיך אינמיטן נאַכט אַ כאַפּ טאָן פון שלאָף, ווי איך וואָלט פילן די שרעקלעכע חלומות, וואָס פּייניקן דעם הייליקן רבין אין די געציילטע שעהן פון זיין נאַכט-רו. מיין האַרץ פלעגט פאַרגיין פון שרעק און גרויס רחמנות, און באַגינען פלעג איך זיך אַ הויב טאָן און פאָרן צום רבין. נאָר, אַז איך פלעג דערזען זיין הייליקן פּנים, פלעג איך פול ווערן  מיט אמונה און האָפענונגען, אולי, אפשר וועט מען זיך מן השמים מרחם זיין און מקרב זיין די גאולה. . .

און אָט איז פאָרגעקומען עטוואָס, וואָס איך האָב נאָך ביז איצט פאַר קיינעם ניט דערציילט. אַ געוויסע צייט פאַר זיין פּטירה, ווען ער איז שוין צו דער עלטער געווען קראַנק און שוואַך פון דעם  שטענדיקן פאַסטן און פיל לערנען, פלעגט ער דעם גאַנצן טאָג ליגן אויפן קראַנקן-בעט און אַפילו דאַווענען ליגנדיק.

די דאָקטוירים, וואָס מ’האָט גערופן זיינען געווען זייער פאַרזאָרגט וועגן זיין שוואַכן געזונט. אויפן ווילן פון רבין האָבן חסידים געדאַוונט בציבור ביי אים אין גרויסן צימער אַנטקעגן זיין בעט, וואָס איז געשטאַנען אין אַ ווינקל. דער רבי איז געלעגן שטיל מיט אַ טיפער אינערלעכער לויכטנדיקער רואיקייט, אָנגעטאָן אין טלית און באַדעקט מיט קאָלדרעס. פון גרויס שוואַכקייט האָט ער געשפּירט אַ קעלט אין זיין גאַנצן קערפּער, כאָטש די וואַרעמע זון פון ענדע זומער האָט בשפע אַריינגעשיינט דורך צוויי גרויסע אָפענע פענצטער. ער איז געווען צוגעדעקט מיט דעקעס, און זיינע קליינע דאַרע הענט זיינען געווען אָנגעטאָן אין פּעלצענע הענטשיקעס. זיינע אויגן זיינען געווען האַלב געשלאָסן, אָבער פול מיט טיף רואיקער פאַרטראַכטקייט און שטילן ברען.

אויף זיינע בלאַסע ליפּן האָט זיך באַוויזן אַ רמז פון אַ לייטזעליקן שמייכל און - דער עיקר - זיין אויסגעדאַרט פּנים האָט געשטראַלט מיט אַ גאָר שטילן פאַרבאָרגענעם שיין, בבחינת “ומשה לא ידע כי קרן עור פּניו”. די חסידים האָבן געדאַוונט מיט אַן איינגעהאַלטענעם ציטער און מיט גרויס התעוררות, מ’האָט געלייענט די תורה אויפן טיש, וואָס מ’האָט צוגערוקט נאָענט צום רבינס בעט.

עס איז כדאַי צו דערמאָנען אַ קליינעם פּרט. דער בעל קורא איז געווען אַ יונגער רב, וואָס איז געקומען צום רבין אויף שבת. אַ יונגערמאַן מיט אַ שוואַרצער באָרד און מיט שוואַרצע אויגן, וואָס האָבן געברענט ווי פייערדיקע קוילן. אַ ברייט-פּלייציקער, אַ גבר פול מיט קראַפט און ברען. אָבער ביי זיין לייענען די תורה האָט זיך זיין גרויסער געשטאַלט, ווי פון זיך איינגעבויגן פון נאַטירלעכער התבטלות, און זיין פלאַמיקער קול איז געוואָרן איינגעהאַלטן און ציטערדיק, ווי אַ פלאַם געצוימט פון אַ מעכטיקן באַהאַלטענעם שטורעם.

דער רבי האָט “עולה” לתורה געווען ליגנדיק. ער האָט אויפגעהויבן מיט גרויסע אָנשטרענגונגען זיין קאָפּ און האַלבן גוף פון קישן און געמאַכט מיט שטילער התלהבות די ברכה. און ווי וואונדערלעך ס’איז געווען: מיר אַלע האָבן געשפּירט דעם גרויסן וואונדער וואָס איז געווען פאַר אונדז נאַטירלעך, אַז מיר, די געזונטע און שטאַרקע, שעפּן אונדזער גאַנצן חיות פונם ליכטיקן, אויסגעדאַרטן געזיכט פון דעם קראַנקן, אויסגעמאַטערטן צדיק. זיין שטילע שטימע, וואָס מ’האָט קוים געהערט, איז אַריינגעדרונגען אין די הערצער און אויפגעטרייסלט די נשמה פיל מער פאַר שטאַרקע דונערן.

נאָך דעם שבתדיקן עסן, אומגעפער אַ שעה נאָך האַלבן טאָג, בין איך געזעסן אין גרויסן זאַל ניט ווייט פון רבינס חדר. יענעם שבת האָב איך אַפילו אויף אַ מינוט ניט געקענט אָפּטרעטן פון זיין מחיצה. פּלוצים האָט מען מיך גערופן צום רבין. איך בין שטילערהייט אַריין אין זיין צימער, דערנענטערט זיך צו אים אויף די שפּיץ פינגער, זיך געשטעלט אים צוקאָפּנס, אָנגעבויגן דעם קאָפּ און געוואַרט אין גרויס ציטערניש. זיינע אויגן זיינען געווען האַלב פאַרמאַכט, אָבער ווי שטענדיק פול מיט טיפער רואיקער פאַרטראַכטקייט, וואָס ברענט ערגעץ אין דער טיף. פּלוצים האָט ער אויפגעהויבן זיין קליינע האַנט אין דער הענטשקע, און מיט אַ שיינענדיקן פּנים שטיל, שעפּטשענדיק געזאָגט:

זאָלסט וויסן, יאָסעלע, און געדענקען וואָס מ’הייסט אונדז אין דער  הגדה: “מצווה עלינו לספר ביציאת מצרים” ד.ה. ס’איז א מצווה צו דערציילן בלויז די וואונדער פון דער גאולה, אָבער ניט די יסורים און די קנעכטשאַפט פון פאַר דער גאולה. און פון דור צו דור זאָגן מיר פסח גאַנץ הלל, וואָס אונדזערע אָבות האָבן געזאָגט אין די טעג פון שמחה און אויסלייזונג, אָבער מיר דערמאָנען ניט די געשרייען און געוויינען פון אונדזערע עלטערן אין די טעג פאַר דער אויסלייזונג.

ס’וועט קומען, יאָסעלע, די גרויסע ישועה, זאָל זיך אַ איד קלאַמערן בלויז אין דער ישועה, ווי שפּעט זי זאָל ניט קומען, און זאָל זיך אומקערן מיטן רוקן צו אַלע פאַרגאַנגענע יסורים, ווי גרויס זיי זאָלן ניט זיין. . .

צעטומלט און צערודערט בין איך פון זיין חדר אַרויס, באַהאַלטן זיך ערגעץ אין אַ ווינקל און ניט ווילנדיק אויסגעבראָכן אין אַ געוויין. מיין האַרץ האָט מיר געזאָגט ניט גוטס און דעם רבינס רייד זיינען פאַר מיר געווען אַ צוואה פון צדיק הדור.

נאָכדעם ווי איך בין דורך אַ נס אַנטרונען פון וואַרשעווער געטאָ בין איך מיט מסירת נפש מקיים די גרויסע צוואה; און אין ים פון טרערן, וואָס האָט פאַרפלייצט די הייליקע קהילות אין פּוילן, זוך איך טראָפּנס פון טרייסט און גאולה און בין זיי מצרף איינס צו איינס.

נאָך מער, דאָ און דאָרטן האָבן זיך פאַר מיר אַנטפּלעקט וואונדערבאַרע זאכן צום דערקוויקן צעבראָכענע נשמות, און ס’איז טאַקע אַ מצווה וועגן זיי צו דערציילן. . .

איך וועל ניט לייקענען, אַז פון פיל יסורים און גרויס אימה בין איך שטאַרק אָפּגעשוואַכט געוואָרן און פון צייט צו צייט פלעגן ביי מיר די טרערן אַ שפּאַר טאָן, און די רייד פלעגן מיר בלייבן שטיין אינמיטן האַלדז. די ערשטע טעג נאָכן אַנטלויפן פון געטאָ פלעג איך אָפט חלשן אינמיטן דאַווענען, באַזונדערס ווען איך פלעג ביי שמונה עשרה קומען צו “ראה ה’ בענינו”. מענטשן פלעגן אויף מיר רחמנות האָבן, מיר באַשפּריצן מיט קאַלטן וואַסער און קוים, קוים אָפּמינטערן.

פון טאָג צו טאָג אָבער בין איך אַלץ מער געקומען צו זיך. און האָב זיך בעזרת השם אַלץ מער מתגבר געווען. בפרט נאָך, אַז איך האָב אַן אויסגעפּרואווטע און זיכערע סגולה קעגן וויינען און חלשן, און דאָס איז דער געטאָ-ניגון, וואָס איז פול מיט סודות און וואונדער איבער וואונדער. און, וועלכער האָט ביי מיר געבראַכט אַ וואונדערבאַרע מעשה פון התגלות, וואָס איך וויל איצט צום ערשטן מאָל דערציילן.

דער ניגון איז געבוירן געוואָרן אין געטאָ, וואו און ווען דער ניגון איז געבוירן געוואָרן ווייסט קיינער ניט גענוי. דער גרעסטער וואונדער איז, וואָס דער ניגון, וואָס איז דוכט זיך, אַזוי איינפאַך, האָט אין זיך אַ כוח צו דערקוויקן די נשמה אין שווערסטע מינוטן פון געטאָ-לעבן. ווייל וויסן זאָלט איר, רבותי, אַז אויב גרויס ווי דער ים איז געווען דער בראָך פון אונדזער פאָלק אין געטאָ, זיינען פיל גרעסער געווען די ווייטיקן פון אמונה ביים אידישן מענטש אין געטאָ.

אַך, ווי שווער עס איז געווען צו זאָגן “צדוק הדין” אויף די קברים פון טויזנטער און צענדליקער טויזנטער קדושים... אָדער צו באַטראַכטן די שחיטות פון מיליאָנען ווי חבלי משיח. אברהם אבינו איז געפּרואווט געוואָרן מיט צען נסיונות, אָבער די אידן אין פּוילן זיינען געפּרואווט געוואָרן מיט טויזנטער נסיונות. ביטערע ווי דער טויט. אויב איוב איז ניט בייגעשטאַנען זיינע יסורים וואָס ביי זייער גאַנצער שרעקלעכקייט, זיינען זיי געווען נאָר יסורים פון אַ יחיד, און זיינען געקומען מן השמים, ווי קען ביישטיין אַ פאָלק קעגן דער שחיטה פון הייליקע קהילות, וואָס איז דורכגעפירט געוואָרן פון אַזוינע שמוציקע, טמאדיקע הענט פון מענטשן, שחיטות באַגלייט מיט איבערמענטשלעכן גרויל און מיט שרעקלעכע עינויים?

צייטנווייז האָט זיך אויסגעדאַכט, אַז די שרעק-געשרייען פון די קינדער אין די טויט-וואַגאָנעס וועלן חלילה פאַרלעשן דעם לעצטן פונק אמונה אין האַרצן פון אַ אידן. איז געקומען דער גרויסער וואונדער, ממש פון הימל האָט זיך אַריינגעגאָסן אמונה אין האַרצן פון יעדן געטאָ-אידן. די שכינה אַליין האָט זיך צערטלעך געטוליעט צו דער נשמה פון יעדען אידן, מיט דערהויבענער התעוררות, גאָר ניט מעלמא הדין.

משל למה הדבר דומה? צו מענטשן, וועמען עס זיינען באַפאַלן געפערלעכע קראַנקייטן און שרעקלעכע אומדערטרעגלעכע ווייטאָגן, און די דאָקטוירים באַמיען זיך שטאַרקן דער עיקר דאָס האַרץ מיט כלערליי רפואות, עס זאָל זיך חלילה ניט אָפּשטעלן פון די שטאַרקע ווייטאָגן. פּונקט אַזוי האָט הקדוש ברוך הוא מיט איבערנאַטירלעכע כוחות געשטאַרקט און געהיילט די אמונה פון די געטאָ-אידן, ווייל די אמונה איז דאָס האַרץ, דער דופק פון דער נשמה און אָן אמונה קען מען אַפילו ניט שטאַרבן מיט אַן ערלעכן טויט.

איינער פון אָט די פיל געהיימע צינורות פון דער דאָזיקער הויכער אמונה איז געווען דער געטאָ-ניגון, וואָס איז דאַכט זיך אַזוי פּשוט און דאָך איז ער אַ סוד עצום. דער אָסטראָווצער רבי פלעגט זאָגן, אַז דער דרך פון פּשט, וואָס איז כלומרשט אין סתירה צום דרך פון “רמז” און “סוד”, איז אַליין דער גרעסטער סוד, ווייל נאָר דער פּשט קען מיט פאַרבאָרגענע כוחות זיך אויסטאָן פון אַלע סודות, וואָס מאַכן פול די וועלט. און אַזוי קען מען זאָגן, אַז דער ניגון פון געטאָ און זיינע ווערטער זיינען פול מיט סודותפולער פּשטות. קענט איר די ווערטער פון ניגון? אָן קיין שום פּירושים און הקדמות, אָן קיין “פאַרוואָס” און “ווי”, הויבט דער ניגון אָן מיט אַ ברענענדיקער פּשטות - וויינט און פרייט זיך גלייכצייטיק:

אַני מאמין, אני מאמין. . .

באמונה שלימה.

בביאת המשיח אני מאמין;

ואף על פי שיתמהמה

עם כל זה אני מאמין. . .

דערהויפּט אָבער זיינען וויכטיק די ווייטערדיקע פּרטים.

האָט איר נאָך אַ גרעסערן סוד פאַר דעם? אין געטאָ, אין טויט-לאַגערן זינגט דער דערנידעריקטער, פאַרהונגערטער און מיט בלוט-אָפּגייענדיקער איד “אַני מאמין”, און לאָזט ניט קיין אָרט ניט פאַר פראַגעס און ניט פאַר פירושים. “אַני מאמין” - און גאָר! ווער איז דאָס דער “אני”? דאָס איז דער העכערער איך, דער “אני העליון” פון אָט דעם געטאָ-איד, וועמען מען שלעפּט פאַר די האָר אין די טויט-לאַגערן אַריין. דאָס איז די מדריגה פון דעם “אני”, וואָס ווערט אין קבלה אָנגערופן “אנכי מי שאנכי,” בחינת “כתר עליון”. איך זאָג אייך, רבותי, אַז אמת, עס זיינען טאַקע אומגעקומען די אידישע מאַסן אין די געטאָס, אָבער זייער “העכערער איך” שוועבט אין דעם חלל פון די וועלט און טרייסלט אויף שטיל-פאַרבאָרגן, אָבער טיף און אויף אייביק, יעדן מענטשן אויף דער וועלט. וויי צו מיר אויב איך וועל עס זאָגן און ווינד צו מיר אויב איך וועל ניט זאָגן, אַז אין די איינפאַכע ווערטער פון ניגון, ליגט אַ שרעקלעכער רמז, אַ מין טענה און מאָנונג, אַ געשריי און קלאָגן קעגן דעם הימל - כלפּי שמיא.

מיט געוויין און פרייד גיט דער ניגון אַזאַ מין אָנצוהערעניש:

איך גלויב אין דעם אָנקומען פון משיח, וואָס וועט אויסלייזן מיט גערעכטיקייט און גנאד די וועלט, און דו, רבונו של עולם, האָסט איצט געגעבן די ממשלה אין די שוואַרצע הענט פון קינדער-מערדער?

משל למה הדבר דומה? - צו אַ גאַסט וואָס איז איינגעלאַדן געוואָרן פון אַ גרויסן גנעדיקן האַר, אָבער דער האַר פאַרמאַכט ניט די טיר פאַר פאַרברעכער, וואָס קומען און פּייניקן דעם גאַסט און ווילן אים פאַרניכטן. און דאַן ווענדט זיך דער גאַסט צום האַר מיט אַ פאַרשטיקטן געוויין און זאָגט אים:

- איך גלויב אין דיין גנאד פון הכנסת אורחים, וואָס ברענגט נאָר גוטס די אורחים. . . 

און אַזוי זינגט דער געטאָ-איד ווען די נאַציס רייסן שטיקער פון אים: רבונו של עולם, איך גלויב בביאת המשיח. . .

אָבער אָן אַן ערך וויכטיקער איז דער עצם ניגון, וואָס באַגלייט די ווערטער.

ווי איר ווייסט, רבותי, האָט אַ ניגון אַ סך געשטאַלטן, - אַלץ לויט די געפילן, וואָס קומען אויף ביים זינגען. דער חופּה ניגון, למשל, רופט זיך שטאַרקער אָפּ ביי חתן כלה, ווי ביי זייערע עלטערן, און ביי די עלטערן מער ווי ביי סתם מחותנים, און ביי סתם מחותנים, מער ווי ביי די געלאַדענע געסט. און ווען די כלה וויינט אין ציטערניש אונטער דער חופּה, בעת זי הערט דעם ניגון, זעט מען באַשיימפּערלעך, אַז דער ניגון רירט ביי איר אָן די טיפסטע טיפענישן פון איר נשמה. ובכן, ווער עס האָט ניט געהערט דעם געטאָ-ניגון אין געטאָ גופא, דער האָט אין זיין לעבן ניט געהערט קיין אינערלעכע, טיפע נגינה.

פרייד און געוויין פאַראייניקן זיך אין אָט דעם ניגון אין איין טיפן ברען, וואָס יעדע מינוט גייט ער אויס און ווערט ווידער געבוירן, אָט קלאָגט זיך דער ניגון פאַרן באַשעפער מיט אַן אומענדלעכן גלויבן און הכנעה און גייט שטילערהייט אויס ביז מען הערט אויף צו פילן די ווייטאָגן, אַקוראַט ווי זיי וואָלטן געווען צו שטאַרק, מען זאָל זיי קענען פאַרטראָגן, און די ווייטאָגן ווערן פאַרברענט אינעם פלאַם פון דער איינפאַכער אמונה פון דעם לעצטן נשמה-ציטער. און אין דער זעלביקער מינוט הויבט זיך דער ניגון אויף מיט אַן איינגעהאַלטענעם געצוימטן שטורם און ווערט פאַרוואַנדלט אין דעם פלאַמיקן שעפּטשען, וואָס ליגט באַהאַלטן אין די טיפענישן פון שטורעם און דרינגט דורך אַלע הימלען. . .

אָבער ניט דער ניגון און ניט די ווערטער דערמאָנען איבערהויפט ניט די שרעקלעכע יסורים אין געטאָ, וואָס האָבן ניט זייער גלייכן אַפילו אין שאול תחתית פון גיהנום, כאָטש די פלאַם פון יסורים וואַרעמט און צינדט פון אינעווייניק די נשמה פון ניגון אַליין. איך זאָג אייך, רבותי, אַז פּונקט אַזוי ווי מען טאָר ניט אָנרופן דעם שם המפורש, אַזוי טאָר מען ניט מפורש אָנרופן די גיהנום-יסורים אין געטאָ, וואָס קענען גאָרניט אויפגענומען ווערן דורכן מענטשלעכן מוח, און יעדע דערציילונג און יעדע שילדערונג פאַרקלענערן זיי נאָר און פאַרטונקלען זיי. בקיצור, דער גיהנום איז גאָר אחד מששים, טאַקע גאָר אַ זעכציקסטל, פון די יסורים פון אונדזער פאָלק אין געטאָ, און דער געטאָ-ניגון, דער דאָזיקער ניגון פון “אַני מאמין” איז אַ טראָפּן פון גרויס ליכט פון דער גאולה, וואָס וועט קומען במהרה בימינו.

עס איז איצט געקומען די צייט, איך זאָל צום ערשטן מאָל דערציילן די וואונדער, וואָס זיינען ביי מיר פאָרגעקומען מיט דעם געטאָ-ניגון. מען וועט ניט גלויבן, אַז נאָכדעם, ווי איך בין אַנטרונען געוואָרן פון געטאָ, האָב איך אינגאַנצן פאַרגעסן דעם ניגון, טאַקע גאָר פאַרגעסן, ווי איך וואָלט אים קיינמאָל ניט געהערט. איך בין זיך מודה ומתוודה פאַר אייך רבותי, אַז נאָכדעם ווי איך בין אַנטלאָפן פון געטאָ בין איך זייער צערודערט און אָפּגעשוואַכט געוואָרן.

דער ענין איז, וואָס איך האָב נאָך מער ווי פריער געשפּירט די יסורים פון אונדזערע ברידער וואו זיי זיינען געבליבן אויף צרות אין געטאָ. און איך בין, רחמנא ליצלן, אָפּגעשוואכט געוואָרן, אַז ניט נאָר דער ניגון, נאָר יעדע זאַך אין דער וועלט איז מיר נמאס געוואָרן ווי ס’שטייט געשריבן “כל אכל תתעב נפשם ויגיעו עד שערי מוות” - יעדער מאכל איז דערווידער צו זייער נשמה און זיי האָבן דערגרייכט ביז צו די טויערן פון טויט. אמת, איך פלעג מקיים זיין דעם רבינס צוואה אין פּוילן בנוגע צו רייד, אָבער ניט במחשבה, ד.ה., איך האָב  מיט קיינעם ניט גערעדט וועגן די גרוילן אין פּוילן, אָבער במחשבה האָב איך געהאַלטן שטענדיק אין איין מתפלל זיין און בעטן זיך ביים רבונו של עולם, אַז איך זאָל זיין די כפּרה פאַר די אידישע קינדערלעך אין די טויט-וואַגאָנס, אין וועלכע עס איז אַוועקגעשלעפּט געוואָרן אויך מיין טייערסטע הויז-געזינד און צווישן זיי מיין בן זקונימל יהושועלע, וועלכער איז מיר אַזוי איינגעבאַקן אין מיין האַרץ.

ער איז געווען אַ פשוטער אַרבעטער, אָבער אַ טייערע כלי, פול מיט תמימות און ליבשאַפט, ממש דער שוואַרצאַפּל פון מיין אויג. עס זיינען אויף מיר מקוים געוואָרן דעם רבינס רייד, אַז דאָס האַרץ גייט נאָך דער מחשבה און בלייבט שטעקן דאָרט וואו די מחשבה שטעקט. אָבער וואָס זאָל איך טאָן, אַז ווי איבערגעוואַלד בלייבט מיין מחשבה שטעקן אין די טויט-וואַגאָנען?... און איך, אַ מענטש אַ פּשוטער, אַלט און שוואַך, פלעג זיך ניט קענען מתגבר זיין אויפן געוויין, וואָס פלעגט ביי מיר אויסברעכן ווי פון זיך, און איך פלעג האַלטן אין איין חלשן. מענטשן פלעגן זיך אין שרעק צונויפלויפן. איינמאָל, אַז איך האָב געחלשט און מען האָט מיר גאָר ניט געקענט אָפּמינטערן, האָט מען גערופן דאָקטוירים, וועלכע האָבן מיר געגעבן פאַרשיידענע רפואות. אָבער די רפואות האָבן מיר ווייניק געהאָלפן, ווייל ניט נאָר מיין גוף איז געווען צעבראָכן, נאָר די נשמה אַליין פלעגט חלשן. און דער זוהר הקדוש זאָגט: מאן דנפיל מדרגא אקרי מית, ווער ס’פאַלט אַראָפּ פון זיין מדריגה איז געגליכן צו אַ טויטן...

נאָר אָט איז אויפגעקומען אַ האָפענונג עולה צו זיין אין אונדזער הייליק לאַנד און די האָפענונג האָט דערהויבן מיין נשמה און געשטאַרקט מיין גייסט.

און אין אַ געוויסער צייט אַרום איז טאַקע מיט דעם אייבערשטענס הילף דערפילט געוואָרן מיין האָפענונג און איך בין אָנגעקומען אין אונדזער הייליק לאַנד דאָנערשטיק נאָכמיטאָג.

באַגעגנט האָט מיר מיין עלטערער זון צוזאַמען מיט זיין פאַמיליע, וואָס האָט עולה געווען אין ארץ-ישראל נאָך פאַר דער מלחמה. מיין זון איז אַ מיושבדיקער מענטש, און ער האָט קענטיק מורא געהאַט מיר צו פרעגן וועגן דער מוטער, ברודער, שוועסטער און קרובים, וואָס זיינען געבליבן אין פּוילן. אַז מיר זיינען געקומען צו אים אין הויז אַריין און זיך געזעצט ביים טיש, האָב איך גענומען מיט ליבשאַפט אויספרעגן, ווי דער שטייגער איז, וועגן זיין געזונט און זיין ווייב און קינדערלעך, וועגן פאַרשיידענע פּרטים פון זיין מצב אין גשמיות און אין רחניות.

דערנאָך האָב איך אים דערציילט וועגן דער “צוואה” פון אָסטראווצער רבי, צוגעבנדיק דערביי אייניקע פּערל פון דעם רבינס הייליקע רייד. אַז עס איז אַוועק אַ געוויסע צייט און איך האָב מיט קיין וואָרט ניט דערמאָנט אונדזער גאַנצע משפּחה אין פּוילן, איז מיין זון געוואָרן אַלץ בלאַסער, און פּלוצים איז ער מיר אַרויפגעפאלן אויפן האַלדז און זיך ביטער פונאַנדערגעוויינט. ווי אַ קליין קינד. ער, אַ גרויסער באָרדיקער, האָט זיך צו מיר געטוליעט אין גרויס געוויין. תיכף זיינען מיינע מחשבות צעמישט געוואָרן און ווידער איז מיר באַפאַלן אַ שוואַכקייט. ס’האָט מיך ממש געשטיקט אין האַלדז, און דאָס האַרץ איז מיר שיער ניט שטיין געבליבן. האָב איך מיט גרויס אומגעדולד געוואַרט אויפן שבת קודש, ווייל איך האָב געוואוסט, אַז דער הייליקער שבת אין דעם הייליקן לאַנד וועט ברענגען אַ טרייסט און אַ רפואה פאַר מיין  נשמה.

מיין זון האָט פאַר מיר באַקומען אַ זיידענע קאַפּאָטע אויף מיין מאָס (מיין אייגענע קאַפּאָטע איז ווי אַלע אַנדערע זאַכן און מעבל אין מיין וואַרשעווער הויז צעשטערט געוואָרן נאָך אין די ערשטע טעג פון דער געטאָ).

נאָכדעם ווי איך האָב זיך ערב שבת טובל געווען אין מקוה, האָב איך מיר אָנגעטאָן די נייע זיידענע קאַפּאָטע און אַז איך האָב אָנגעהויבן זאָגן הודו פאַר מנחה און אָפּגעזאָגט דעם פּסוק “הודו לה’ כי טוב, כי לעולם חסדו” האָט זיך אַ העכערע פרייד פונאַנדערגעגאָסן אין אַלע מיינע גלידער. האָט דאָך במשך פון די שרעקלעכע יאָרן אין דעם בלוטיקן לאַנד אויך דער שבת אַליין, כביכול, זיך איינגעשרומפּן, און ניט איינמאָל האָבן דעם שיין פון שבת פאַרפינצטערט שרעקלעכע מעשים פון רדיפות און אָנפאַלן. און איצט זעען מיינע אויגן אַ שבת, וואָס גייט אַריין מיט מלכותדיקע טריט אין אידישע הייזער און אַלע זיינען אים מקבל מיט פריילעכע פּנימער, מיט שבתדיקע בגדים און מיט שבתדיקע ליכט.

פאַר מיר איז עס געווען ווי איך וואָלט ווידער געפונען אין אונדזער לאַנד דעם שבת, אונדזער טייערע צירונג, וואָס האָט פאַר מיר אויפגעשיינט מיט דער גאַנצער פּראַכט און אַריינגעגאָסן אַ העכערע פרייד אין מיין האַרץ. מיט אַ פריידיקן ברען האָב איך געזאָגט נאָכאַמאָל און נאָכאַמאָל דעם פּסוק: “הודו לה’ כי טוב, כי לעולם חסדו” - לויבט דעם אייבערשטן, ווייל ס’איז גוט, ווייל זיין גנאָד איז אייביק.

געוואַלד, געוואַלד - כי לעולם חסדו!

אָבער אינמיטן דער שמחה האָט מיין האַרץ שטילערהייט געמאַכט ציטערן אַן איינפאַכע פראַגע, אויף וועלכער עס איז ניטאָ ביי מיר קיין ענטפער: ווי אַזוי, יאָסעלע, פרייסטו זיך מיטן הייליקן שבת אין ארץ ישראל, אין דער ציייט וואָס אין די וואַגאָנעס און אין די לאַגערן?... איך פיל, אַז געוויס איז דאָ אַן ענטפער אויף דער פראַגע, אָבער איך קען ניט דעם ענטפער, און מיין האַרץ טוט ציטערן. וועגן דעם האָבן אונדזערע  חכמים ז”ל געזאָגט: וגילו ברעדה - אַ פרייד אין ציטערן. וואָס גרעסער די שמחה איז, אַלץ גרעסער איז די ציטערניש.

שבת פרי מיט באַגינען בין איך מיר געגאַנגען אין וואַסער, טאַקע אין דער זעלביקער מקווה, וואָס איז ניט ווייט פון הויז. און אַז איך בין ארויס פון דער וואַרעמער מקווה און זיך אָנגעטאָן, האָט זיך ביי מיר אַזוי פאַרשטאַרקט און פאַרטיפט די שמחת שבת, אז דאס האַרץ האט ביי מיר געפלאַטערט, טאַקע אין דער בחינה “לא תוכל הנפש שאתה”, דאס הייסט, די נשמה קען די גרויסע שמחה ניט אַריבערטראָגן. אָבער גלייך מיט דער שמחה האט זיך אויך געשטאַרקט די ציטערניש און איך ראַנגל זיך צווישן זיי ביידן. אפשר טאַקע דערפאַר איז מיר באַפאַלן אַ גרויסע מידקייט. איך האָב זיך אַוועקגעזעצט אָפּרוען אויף אַ באַנק אין מקווה-צימער, אָנגעשפּאַרט דעם קאָפּ אין וואַנט און ניט וועלנדיק איינגעדרעמלט.

האָט זיך אין חלום באַוויזן פאַר מיר דער אָסטראָווצער רבי. איך בין ממש דערשטוינט און פאַרגאַפט געוואָרן און מיינע אויגן ניט געגלויבט. ער איז געלעגן אויף זיין בעט, ווי אין די לעצטע חדשים פאַר זיין פּטירה. אבער זיין מאָגערער געזיכט איז געווען בלענדיק העל און האט געשיינט מיט אַ העכערן שיין, עין לא ראתה, ממש אַן אויג האט אַזוינס ניט געזען. ער האט אַרונטערגענומען די הענטשקעס פון זיינע קליינע הענט, וואָס זיינען געווען ווייס און לויטער ווי דער הימל אַליין. פון גרויס פרייד און התפּעלות האָב איך זיך ניט געקענט רירן פון אָרט און האָב קיין וואָרט ניט געקענט אַרויסברענגען. מיט מיין גאַנצער נשמה האָב איך געוואָלט אַ שפּרונג טאָן פון אָרט און צוגיין צום רבין, אָבער אַלע מיינע אָנשטרענגונגען האָבן ניט געהאָלפן און איך בין געבליבן ווי צוגעשמידט צו מיין אָרט. אַ גרויסער צער האָט געדריקט מיין האַרץ, און פּלוצים האָבן זיך אין מיר דערעפנט אַלע באַהאַלטענע נשמה-וואונדן פון אַ אידן אין געטאָ און איך האָב זיך ביטער פאַנאַנדערגעוויינט:

- רבי, רבי. . . די הייליקע אידישע קהילות. . . די צענדליקע טויזנטער קינדערלעך, שלא טעמו טעם חטא, וואָס האָבן ניט געוואוסט פון זינד. . . און מיין בן זקונימל יהושעלע, וואָס דער רבי האָט אים געבענטשט צו בר מצווה און מיט וועלכען איך פלעג פון דאַן אָן פאָרן ביי יעדער געלגענהייט קיין אָסטראָווצע.

רבי, רבי. . .

די רייד זיינען מיר געבליבן שטעקן אין האַלדז און דאָס געוויין האָט זיך אָן אויפהער געשטאַרקט, אַלע מיינע גלידער האָבן געפלאַטערט. דער רבי האָט אויף מיר רחמנות געקראָגן, איז אַראָפּ פון זיין בעט, צוגעגאַנגן מיט רואיקע טריט צו מיר, זיך אַוועקגעזעצט אויפן באַנק און גענומען מיט ליבשאַפט און רחמנות גלעטן מיינע פּלייצעס. גלייך איז ביי מיר פאַרשוואונדן דאָס געוויין.

מיין האַרץ איז געוואָרן פול מיט פרייד, אַ גרויס ליכט האָט פאַר מיר גענומען שיינען, אַז איך האָב ממש פאַרמאַכט מיינע אויגן. אין אַ ווייל אַרום האָט מיר דער רבי געזאָגט מיט פריידיקן געפליסטער, וואָס האָט געמאַכט זינגן מיין האַרץ.

- גוט יאָסעלע, וואָס דו האָסט געטאָן, וואָס דו האָסט פאַרגעסן נאָך דיין אַרויסגיין פון געטאָ דעם ניגון, וואָס דערקוויקט די נשמה. די גאולה איז נאָך ניט געקומען, עס האָבן זיך נאָך ניט פאַרשטילט די געשרייען און געוויינען פון אחינו בני ישראל, און עס איז נאָך ניט געקומען די צייט צום זאָגן הלל הגדול. מען דאַרף ניט זינגן דעם דאָזיקן ניגון אין גלות, נאָר אין אונדזער הייליקן לאַנד. ווייל יעדער איד וואָס קומט איצט אין ארץ ישראל ברענגט מיט זיין עצם זיין און אַרבעט אין לאַנד אַ גרויסע התעוררות פאַר דעם אָנהויב פון דער אמתער גאולה, אתחלתא דגאולה, דאָס איז די בחינה פון אתערותא דלתתא, די התעוררות פון אונטן, פונם מענטשן, אַרויף צו צום אייבערשטן, ברוך הוא, און נאָר דער וואָס קומט זיך מקריב זיין פאַר ארץ ישראל דאַרף זינגען דעם ניגון פון “אני מאמין”, וואָס מען פילט אין אים דעם טעם פון משיח, און נאָר ער מעג זיך נאָך שטאַרקער פרייען אין לאַנד מיט דער שמחה פון שבת, אין וועלכער עס איז דאָ אַ טייל פון באַהאַלטענער ליכטיקייט, פונם אור הגנוז לעתיד לבוא...

דער רבי האָט אויף אַ וויילע געשוויגן, ווי ער וואָלט זיך טיף פאַרטראַכט.

איך בין געזעסן אומבאַוועגלעך און האָב מיר באַמיט מיט מיין גאַנצער נשמה ניט דורכלאָזן, חס ושלום, קיין איין וואָרט. און אָט האָט זיך דער רבי צו מיר צוגעבויגן און מיר ממש אין אויער אַריינגעשעפּטשעט מיט יענעם פריידיקן געפליסטער, וואָס איז אויף אייביק אַריינגעדרונגען אין די טיפענישן פון מיין נשמה. עס איז מיר בייגעשטאַנען מיין זכות, וואָס אַלע מיינע יאָרן האָב איך זוכה געווען משמש צו זיין דעם רבין, אַזוי האָב איך איצט מצליח געווען בעזרת השם אַריינצונעמען אין זיך יעטוועדעס וואָרט וואָס איז אַרויס פון רבינס מויל און עס צו פאַרגעדענקען זיינע אַלע רייד, וואָס זיינען געווען גלייכצייטיק פּשט און סוד, איינפאַך און דאָך פול מיט סודות, און דערביי אויסערגעוויינלעך קלאָר און לויטער. און דאָס זיינען געווען זיינע הייליקע רייד, וואָס זיינען מיר געזאָגט געוואָרן מיט אַ פריידיקן פליסטער.

- איך וועל דיר, יאָסעלע, מגלה זיין אַ סוד, וואָס איך האָב אויסבאַהאַלטן אַלע יאָרן, וואָס איך האָב געלעבט אויף דער וועלט. און איצט איז געקומען די צייט דו זאָלסט וויסן דעם סוד און עס דערציילן פאַר אַ סך מענטשן. כידוע, האָט דער בעל-שם-טוב אין דער ערשטער צייט פון זיין אַנטפּלעקונג געוואָלט זייער שטאַרק עולה זיין קיין ארץ ישראל, אָבער פון הימל האָט מען עס ניט געוואָלט, און עס איז אויסגעבראָכן אַ גרויסער שטורם אויפן ים, אַזוי, אַז די שיף פון בעל-שם-טוב איז כמעט אונטערגעגאַנגען, און ער האָט זיך צוריקגעקערט אין גלות.

אין דער אמתן איז די זעלביקע זאַך געווען אויך מיט משה רבנו, וואָס האָט מיט זיין גאַנצער נשמה געלעכצט נאָך ארץ ישראל און פון הימל האָט מען ניט דערלאָזן, דער אויבערשטער אַליין האָט אים געזאָגט: “כי לא תעבר” - דו וועסט ניט אַריבער אין הייליקן לאַנד. אין פלוג טאָר מען דאָך ניט, חלילה איבערטראַכטן וועגן דער אויפפירונג פון אַזוינע גרויסע צדיקים, די הייליקע פירער פון פאָלק, וואָס האָבן אויף זיך גענומען דעם רצון פונם אייבערשטן און זיינען ניט אַריין אין ארץ ישראל. אָבער אונדזערע חכמים, ז”ל האָבן געזאָגט: “כל מה שאומר לך בעל-הבית עשה חוץ מצא” - אַלץ וואָס אַ בעל-הבית זאָגט דיר טו, חוץ ווען ער הייסט דיר אַרויסגיין. זאָגט אויף דעם דער של”ה הקדוש, אַז דער בעל-הבית איז דער רבונו-של-עולם, דער האַר פון דער וועלט. ובכן, אַלץ וואָס עס זאָגט דיר דער בעל-הבית, דער האַר פון דער וועלט, טו, חוץ ווען ער הייסט דיר אַרויסגיין, דאָס הייסט, ווען דער אייבערשטער דערווייטערט וועמען עס איז פון זיך, דאַרף דער מענטש זיך איינעקשנען מיט מסירת נפש און מיט אַלע כוחות זיך מתדבק זיין צום אייבערשטן. אַזוי זאָגן אונדז בפירוש די חכמים אין אַן אַנדער אָרט: “הכל בידי שמים חוץ מיראת שמים” - אַלץ איז אין דעם אויבערשטנס הענט, חוץ די הייליק נייגונג אים ליב צו האָבן.

ווייסן מיר דאָך, אַז כל הדר בארץ ישראל, דער וואָס לעבט אין ארץ ישראל, איז געגליכן צו דעם וואָס האָט געטלעכעס אין זיך. ווי באַלד אַזוי, טאָר קיין איד זיך ניט אָפּזאָגן פון זיין נשמה-בענקעניש נאָך ארץ ישראל, אַפילו ווען פון הימל דערלאָזט מען עס ניט. ווען דער בעל-שם-טוב, ומכל-שכן משה רבנו, וואָלטן, כביכול, מיט געוואַלד באַשטאַנען אויף זייער ווילן אַריינצוקומען אין ארץ ישראל, וואָלטן זיי געוויס דאָרט אָנגעקומען. צדיק גוזר והקדוש-ברוך-הוא מקיים - דער אויבערשטער אַליין איז מקיים די גזירה פון אַ צדיק. דער בעל-שם-טוב האָט געטראָגן אין זיך די נשמה פונם גאַנצן כלל ישראל און ער האָט עס אַנטפּלעקט דאָס ליכט פון חסידות, וואָס האָט צוגעצויגן צו זיך די הערצער פון טויזנטער און טויזנטער. . . און ווען דער בעל-שם-טוב וואָלט געקומען אין ארץ ישראל, וואָלטן במשך פון דער צייט געקומען נאָך אים אַלע אידן, וואָס לעכצן נאָך דעם ליכט פון זיין הייליקייט און וואָלטן דורכדעם אַויסגעמיטן דעם חורבן פון אידישע קהילות אין פּוילן. . .

פּלוצים האָט זיך דער רבי אַ קער געטאָן מיט גרויס התעוררות און אַ זאָג געטאָן מיט אַ הייסן באַפעלערישן קול:

. . . וואָס דער בעל-שם-טוב האָט ניט געמאַכט וועט איצט טאָן דער כלל ישראל; אַלע אידן פון קליין ביז גרויס וועלן זיך ווענדן צו דער הייליקן לאַנד, און אויב אַפילו מען וועט חלילה, פון הימל ניט דערלאָזן, וועלן זיי זיך שטעלן קעגן אַלע שטורעמס אין דער וועלט, ווייל אויב דער אייבערשטער איז מקיים די גזירה פון אַ צדיק, איז דאָך פּשיטא שוין דער ווילן פון כלל ישראל, וואָס איז איצט געהייליקט געוואָרן מיטן בלוט פון מיליאָנען קדושים און טהורים.

און עס איז ניטאָ קיין זאַך אויף דער וועלט וואָס זאָל קענען איצט אָפּהאַלטן שיבת ציון, דעם אומקער פון אידן צו זייער שורש אין ארץ ישראל, כדי צו פאַרשנעלערן די גאולה און דערנענטערן דעם קץ. און מיט דעם און נאָר מיט דעם וועלן זיי מתקן זיין די זינד פון דעם דור און זיין טומאה.

איך זאָג דיר, יאָסעלע אַז דער ניגון פון “אַני מאמין” וועט דערפרייען די הערצער בכל אתר ואתר. . .

פּלוצים האָט דער רבי אָנגעהויבן זינגען אָט דעם ניגון מיט אַ געוואַלדיקער דביקות. די מתיקות פון ניגון איז געוואָרן גרעסער פון מינוט צו מינוט, ממש די נשמה איז אויסגעגאַנגען פון מתיקות. און אָט האָט דער הייליקער גוף פון רבין זיך אָפּגעריסן פון זיין אָרט אויפן באַנק. איך האָב צונויפגענומען מיינע לעצטע כוחות און אויפגעשפּרונגען פון אָרט אָנצונעמען דעם רבין פאַר די הענט, און - איך האָב זיך אויפגעכאַפּט. . .

רואיק בין איך אַרויס פון מקווה-צימער און אַוועק מיט רואיקע און געמאָסטענע טריט. דעם רבינס רייד זינגען ביי מיר אין האַרצן, און די מתיקות פון ניגון פילט אָן מיין נשמה מיט שיין און העכסטער פרייד. איידער איך האָב נאָך דערגרייכט מיין הויז, האָב איך מיר אויף אַ ווייל אָפּגעשטעלט אין וועג און געזאָגט מיט אַ ברענענדיקער שטים:

הודו לה’ כי טוב, כי לעולם חסדו. 

געוואַלד, געוואַלד - כי לעולם חסדו

~~~~~~~~~~

די ערציילונג, געשריבן דורך פּראָפעסאָר פישל שניאורסאָן ז”ל, איז אַרויסגעגעבן געוואָרן דורך דעם “קולטור-אמט ביים צ”ק פון די באַפרייטע יידן אין דער אמעריקאַנער זאָנע אין דייטשלאַנד”, מינכען 1949.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 26, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations