about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
באַקענט זיך מיט די אידן וואָס
דוד שאולוב'ס פרוי האָט געבוירן אַ קינד בעת ער איז געהרגעט געוואָרן
יעקב בריל און יצחק בערסאָן
 

ווידער איז דער יום-טוב פּסח צעשטערט געוואָרן אין ישראל, ווען אַ רוצח פון דער איסלאַמישער דזשיהאַד האָט זיך אויפגעריסן ביים אַריינגאַנג צו אַ פלאַפל געשעפט, “ראש העיר”, אין דער אַלטער באָס סטאַנציע פון תל אביב, “תחנה המרכזית”.

לעצטן מאָנטיק, דעם דריטן טאָג פון חול המועד פּסח, איז דער טעראָריסט געקומען צום געשעפט, וועלכער האָט געליטן פון אַ זעלבסט-מאָרד אַטאַקע מיט פיר חדשים צוריק. ווען אַ וועכטער האָט געוואָלט אים אונטערזוכן, האָט דער רוצח זיך אויפגעריסן. ניין מענטשן זענען דערמאָרדעט געוואָרן און העכער 60 פאַרוואונדעט געוואָרן, עטלעכע אין גאָר אַ קריטישן אופן.

די נייע פּאַלעסטינער כאַמאַס רעגירונג האָט געלויבט די אַטאַקע און געזאָגט אַז “דאָס איז באַרעכטיקט מצד דער אָנגעייענדיקער ישראל אָקופּאַציע”.

אָבער פּרעזידענט אַבו מאַזאַן האָט פאַרדאַמט די אַטאַקע, זאָגנדיק אַז “דאָס ברענגט נישט קיין נוץ צו דעם פּאַלעסטינער צוועק”.

ישראל האָט באַשלאָסן אַז די רעאַקציע צו די אַטאַקע וועט זיין רעלאַטיוו לייכט. זי האָט באַמבאַרדירט עטלעכע טעראָר באַזעס אין עזה וואו מען פּראָדוצירט ראַקעטן צו שיקן קיין ישראל.

די קרבנות פון דער תל-אביב טעראָר-אַטאַקע

פאָלגנד זענען קורצע פּראָפילן פון פינף פון די ניין אומגעקומענע אין דער זעלבסטמאָרד-אַטאַקע, פאַרגאַנגענעם חול-המועד פּסח.

דוד שאולוב

דוד שאולוב, 29 פון חולון, איז אַרויס אויף אַ שפּאַציר, נאָכ’ן ענדיקן עסן לאָנטש ביי דער אַרבעטס-פּויזע, און מער איז ער נישט צוריקגעקומען. ער איז געפאַלן אַ קרבן אינעם זעלבסטמאָרד-אויפרייס פונעם פּאַלעסטינער טעראָריסט אין דעם רעסטאָראַן אין תל-אביב.

דער טאָג וואָס האָט געדאַרפט זיין אַ גאָר פריילעכע געשעעניש צו דער שאולוב משפּחה, דערוואַרטנדיק דאָס פרישע נשמה’לע וואָס דוד’ס פרוי, רדה, האָט זיך געגרייט צו ברענגען אויף דער וועלט, איז ליידער פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ שרעקלעכער טראַגעדיע. אַ ניי קינד איז צוגעקומען צו דער משפּחה, אָבער דער ראש המשפּחה איז אַוועקגעריסן געוואָרן פון דער וועלט.

דוד שאולוב האָט עולה געווען קיין ישראל אין 1990 פון טאַשקענט, צוזאַמען מיט זיינע עלטערן און צוויי ברידער. די משפּחה האָט זיך באַזעצט אין חולון, און דוד האָט זיך געלערנט צו זיין אַ דענטיסט, און דערמיט האָט ער זיך מפרנס געווען ביז’ן טאָג פון זיין מאָרד.

דער נפטר האָט איבערגעלאָזט צוויי קליינע קינדערלעך, דער זעקס יאָריקער עידן און די 4 יאָריקע קאַרין. ער האָט פאַראלמנט זיין פרוי אין ניינטן חודש, וועלכע וועט זיך איצט מוזן ספּראַווען איינע אַליין מיט דער דערציאונג פון אירע דריי פּיצלעך.

דוד’ס ברודער, יאָסי, האָט געזאָגט אַז דוד איז געווען אַ זייער געטרייער מיטגליד אין דער משפּחה. “ער האָט שטענדיק אונטערגעהאַלטן די משפּחה, יעדן געהאָלפן און געווען דער רוקנביין פון דער פאַמיליע. ער האָט אויפגעשטעלט אַ מוסטערהאַפטע שטוב און געזאָרגט אַז אַלעמען זאָל זיין גוט.”

וויקטאָר ארז

וויקטאָר ארז, אַ זעכציק יאָריקער איד פון גבעתיים, איז געווען אַ טאַקסי-דרייווער. ער פלעגט אַ סך פאָרן אין דער געגנט פון דער אַלטער צענטראַלער סטאַנציע אין תל-אביב. “די דאָזיקע ‘שוואַרמאַ’ איז געווען דאָס פּלאַץ וואו וויקטאָר האָט דאָס מערסטע ליב געהאַט צו עסן,” האָבן זיינע משפּחה-מיטגלידער דערציילט.

אין פאַרלויף פון דער “זעקס טאָגיקער מלחמה”, איז ארז פאַרוואונדעט געוואָרן און פאַרלוירן זיין פוס, דינענדיק אין דער “גולני” איינהייט פון צה”ל. ער האָט זיך רעהאַביליטירט, אויפגעשטעלט אַ משפּחה און זיך געעקשנט צו אַרבעטן און זיין אַ טאַקסי-דרייווער, ווייל “ער האָט ליב געהאַט יעדע רגע פון דער אַרבעט און נישט געוואָלט רעזיגנירן,” האָט זיין משפּחה דערציילט.

“ער איז געווען שטאַרק צוגעבונדן צו די קינדער, אָבער ספּעציעל צו די אייניקלעך,” האָט דערציילט זיין שוואָגער, רפי פאַלרי.

וויקטאָר ארז האָט פאַראלמנט זיין פרוי און פאַריתומט זיינע פיר קינדער און פינף אייניקלעך. ער איז באַגראָבן געוואָרן איין טאָג נאָך דער אַטאַקע אין דעם “ירקון” בית-עולם.

פיליפּ בלהסן

פיליפּ בלהסן, אַ 45 יאָריקער מאַן פון אשדוד, האָט גענומען אַ טאָג אָפּרו פון דער אַרבעט, ספּעציעל כדי צו נעמען צוויי פון זיינע פיר קינדער, די 13 יאָריקע לינור און דעם 12 יאָריקן אורי, אויף אַ פאַרוויילונגס-טאָג אין תל-אביב. אויף לאָנטש זענען זיי געגאַנגען אין דעם “ראש העיר” רעסטאָראַן, און יענעם מאָמענט האָט פּאַסירט דער אויפרייס.

פיליפּ האָט אַרומגעכאַפּט זיינע צוויי קינדערלעך און זיי באַשיצט מיט זיין קערפּער. ער אַליין איז שטאַרק פאַרוואונדעט געוואָרן, און די שפּליטערן פון דער באָמבע וואָס האָבן אַריינגעדרונגען אין זיין האַרץ, האָבן שפּעטער געפירט צו זיין טויט, אויפ’ן וועג צום שפּיטאָל. זיינע קינדער זענען אָבער געשעדיקט געוואָרן בלויז לייכט און נאָך אין זעלבן טאָג באַפרייט געוואָרן פון שפּיטאָל.

בלהסנ’ס הויז האָט שפּעטער, אין טאָג פון דער טראַגעדיע, געווירבלט מיט חברים און משפּחה-נאָענטע, וועלכע זענען געקומען ביז די שפּעטע שעהן טרייסטן די אבלים.

וויקי אפללו, די שוועסטער פון פיליפּ’ס פרוי, האָט דערציילט: “די קינדער דערציילן אַז ער האָט זיי געגעבן אַ סעלפאָן נאָכ’ן אויפרייס און געהייסן רופן די מאַמען און זאָגן אַז אַלץ איז אין אָרדענונג. ער האָט נאָך באַוויזן זאָגן עטלעכע ווערטער צו די “מגן דוד אדום” כוחות אין אַמבולאַנס, און דאַן איז ער נפטר געוואָרן.”

די מאַמע, אתי, הערנדיק אַז נאָענטע פון דער משפּחה זענען געטראָפן געוואָרן אין דער אַטאַקע, איז געפאָרן גראָד צום איכילאָוו שפּיטאָל. ווען פיליפּ’ס נאָמען איז נישט דערשינען אין די ליסטעס פון די פאַרוואונדעטע, האָט זי געמוזט פאָרן אידענטיפיצירן איר מאַנ’ס קערפּער אין דעם אינסטיטוט אין אבו-כביר. זיין לוי’ איז פאָרגעקומען אין דעם בית-עולם אין אשדוד.

בנימין חפוטה

בנימין חפוטה, 47, פון לוד, איז געווען דער וועכטער, וועלכער האָט צוריקגעהאַלטן מיט זיין קערפּער אַ נאָך גרעסערע טראַגעדיע. ווען דער זעלבסטמאָרד טעראָריסט איז אַריינגעקומען אין רעסטאָראַן, האָט חפוטה אים אונטערזוכט, און אין יענעם מאָמענט וואָס חפוטה האָט אַנטדעקט די באָמבע, האָט זיך דער טעראָריסט אויפגעריסן. חפוטה האָט באַצאָלט מיט’ן לעבן, אָבער דערפאַר האָט ער באַוויזן ראַטעווען די לעבנס פון פיל אַנדערע מענטשן.

בנימין חפוטה און זיינע זעקס ברידער האָבן עולה געווען קיין ישראל צוזאַמען מיט זייערע עלטערן פון מאַראָקאָ, אין 1969, און זיך באַזעצט אין און אַרום לוד. בנימין האָט זיך פאַרנומען זיין גאַנץ לעבן אַלס וועכטער און געדינט געווענלעך אין זיכערקייטס-קאָמפּאַניס. ער איז געווען זייער איבערגעגעבן צו זיין אַרבעט. “ער איז געווען זייער פלינק. ווען מיר האָבן אים געפרעגט צי ער האָט נישט מורא פון טעראָריסטן, האָט ער געזאָגט, אַז די טעראָריסטן דאַרפן מורא האָבן פון אים,” האָט דערציילט זיין שוועסטער, מרים.

אין טאָג פון דער אַטאַקע, איז חפוטה אָנגעקומען צום רעסטאָראַן אויף זיין רוטינער אויפגאַבע אַלס וועכטער. ווען דער יונגער מענטש איז אַריינגעקומען, האָט ער ביי אים אַרויסגערופן אַ פאַרדאַכט, און חפוטה האָט אים באַזונדערס פאָרזיכטיק אונטערזוכט. אין דעם מאָמענט וואָס דער “מעגנאָמעטער”-אַפּאַראַט האָט זיך צעפיפן, האָט דער טעראָריסט אויפגעריסן די באָמבע, וואָס ער האָט אויף זיך געטראָגן.

חפוטה איז באַגראָבן געוואָרן אין נייעם בית-עולם אין לוד.

לילי יונס

לילי יונס’עס צען יאָריקער זון האָט געוואָלט עסן לאָנטש אינעם רעסטאָראַן אין תל-אביב. אין דעם מאָמענט וואָס לילי האָט מיט אים אויסגעשטיגן פון דעם אויטאָ, אין וועלכן איר מאַן איז געבליבן וואַרטן, איז געשען די אַטאַקע, און לילי איז אומגעקומען.

לילי האָט איבערגעלאָזט 4 קינדער, דער 24 יאָריקער לידור, דער 22 יאָריקער אסף, די 17 יאָריקע בת א-ל, און דער 10 יאָריקער צח, וועלכער איז אין דער אַטאַקע פאַרוואונדעט געוואָרן אויף אַ מיטלמעסיקן אופן און האָספּיטאַליזירט געוואָרן אין איכילאָוו שפּיטאָל.

לילי’ס שוואָגער, צמח אליאס, דערציילט אַז די 43 יאָריקע לילי איז פאַרשניטן געוואָרן אין דער צייט פון איר העכסטער בלי. “אין די לעצטע וואָכן האָבן מיר געהאַלטן ביים גרינדן אַ ביזנעס פאַר גרויסע קינדער,” האָט ער דערציילט. “מיר קענען נישט גלייבן אַז דאָס האָט אונז פּאַסירט. פּסח וועט מער נישט זיין פּסח”.

צמח האָט געזאָגט אַז ווי דער דאָקטער האָט מסביר געווען צו דער משפּחה, איז לילי וואַרשיינלעך געשטאַנען די נאָענטסטע צו דעם זעלבסטמאָרד-טעראָריסט אין דעם מאָמענט וואָס ער האָט זיך אויפגעריסן, און דער אויפרייס מאַטעריאַל האָט זיך צעשפּליטערט אין איר קערפּער, צוליב וועלכן זי איז געשטאָרבן שנעל און ווי ס’זעט אויס, אויך ווייניקער געליטן.

אין דער אַטאַקע איז פאַרוואונדעט געוואָרן אויך אלודי ציון, אַ פראַנצויזישע בירגער, און אויך די חברטע פון לילי’ס עלטסטן זון, וועלכע איז אָנגעקומען פון פראַנקרייך, כדי צו פּראַווען דעם סדר אין ישראל. זי האָט געפּלאַנט אַהיימצופאָרן עטלעכע טעג שפּעטער. ציון איז פאַרוואונדעט געוואָרן אין האַלז אויף אַ מיטלמעסיקן אופן.

צענדליקער נאָענטע חברים זענען געקומען טרייסטן די אבלים פון דער יונס משפּחה. לילי יונ’סעס לוי’ איז פאָרגעקומען אין דעם בית-עולם “ירקון”.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on April 26, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations