about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
וואָס מיין פאָטער האָט נישט גע
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

“בחודש השני בעשרים לחודש נעלה הענן מעל משכן העדות” (בהעלותך י, יא).

זונטיק, דעם צוואַנציקסטן טאָג פון אייר תשס”ו (מאַי 29, 0250 ), “נעלה הענן”, האָט מיין פאָטער’ס נשמה עולה געווען צו דעם בורא עולם. אַן אייגנאַרטיק לעבן וואָס האָט געשפּרודלט מיט רייכקייט, אָריגינעלקייט און גוטסקייט, איז געקומען צו אַ סוף. אַ גלאָררייכע שעפערישע לעבן, מלא וגדוש מיט טאַלאַנט, אינהאַלט, אידעאַליזם, און מסירות-נפש, האָט דערגרייכט איר קאָלמינאַציע. מיין פאָטער’ס רייזע אויף דער וועלט האָט זיך געענדיקט.

כ”ף אייר לעצטן יאָר איז אונזער משפּחה און אונזער וועלטל אָרעמער געוואָרן. דער טאַטע האָט איבערגעלאָזט אַ חלל וואָס קיינער וועט נישט קענען אָנפילן. ער איז געווען אַ “יחיד במינו”, אַן אָריגינעלער מהות. דעם טאַטן קען מען נישט נאָכמאַכן, ווייל ער אין זיין לעבן האָט קיינעם נישט נאָכגעמאַכט.

אַ קינד איז אַמאָל געלעגן אין זיין קראַנקן בעט, ער האָט געוואוסט אַז זיינע טעג זענען געציילטע. מיט אַ קול פול מיט גלויבן און תמימות האָט ער געפרעגט ביי זיין מוטער, “מאַמע! ווי פילט עס זיך צו שטאַרבן”?

די מאַמע האָט זיך פאַטראַכט און געענטפערט: “מיין טייער קינד! געדענקסטו ווען צייטנווייז פלעגסטו איינשלאָפן ביי מיר אין בעט און איך פלעג דערנאָך קומען און דיך, צערטלעך, צוריקטראָגן צו דיין אייגענעם בעט? געדענקסטו מיין קינד?

“אין דעם מאָמענט פון טויט וועסטו אַנטשלאָפן ווערן און אונזער קאָלעקטיווע מאַמע, די שכינה, וועט דיך אויפהויבן און צוריקטראָגן צו דעם אָרט וואו דו באַלאַנגסט”...

איך האָב געזען דעם טאַטן עטלעכע שעה איידער ער האָט אָפּגעאָטעמט זיין לעצטן אָטעם; איך האָב אים געזען גלייך נאָך זיין פּטירה. איך קען נאַטירלעך נישט שילדערן די געפילן פון יענע מאָמענטן, בלויז דאָס: זעענדיק אַ קערפּער וועלכער ביז מיט מאָמענטן צוריק האָט כל כולו געשפּרודלט מיט לעבעדיקייט, פּערזענלעכקייט און איצט אומבאַוועגיק, האָב איך דערפילט אַז דער בורא עולם האָט צוגענומען זיין נשמה, זיין אינדיווידואַלן כאַראַקטער, און עס צוריקגעטראָגן צו דעם אָרט פון וועלכן זי איז גענומען געוואָרן.

מיין פאָטער האָט פאַרמאָגט אַ גרויסע נשמה. מענטשן האָבן אים געוואוסט אַלס אַ זשורנאַליסט, אַ שרייבער, אַן אָריגינעלער כאַראַקטער, אַ געשמאַקער בן-שיח און אַ פיינער ידען און פאַרשטייער. ווייניק האָבן אָבער געוואוסט דעם טאַטנ’ס פּנימיות, זיין אינערלעכן וועזן, זיין גייסטיקן מהות, זיין סודותפולן עסענץ.

מיין טאַטע האָט זיך קיינמאָל נישט געשפּילט מיט זיין פּנימיות; ער האָט עס נישט פאַרקויפט און אויך נישט אויסגעלייגט אויפן מאַרקעט-פּלאַץ פאַר מענטשן עס צו זען און אַנאַליזירן.

“אלקים הבין דרכה והוא ידע את מקומה” (איוב כח, יג).

דער טאַטע האָט פאַרמאָגט אַ ניצוץ וועלכער איז געווען זייער טיף, זייער אמתדיק, זייער עצמיותדיק; אַ ניצוץ וועלכער מען ערוואַרט נישט צו זען אין אַ זשורנאַליסט וועמענס באַשעפטיקונג איז צו האַנדלען מיט חיצוניותדיקע אָנגעלעגנהייטן. מיט פּאָליטיקע, חניפה,  כבוד און גלאַט הוילע עלעמענטן.

דער טאַטע האָט מיר אַמאָל דערציילט אַ וואָרט וואָס ער האָט געהערט פון דעם ליובאַוויטשער רבי’ן וועגן דעם הויפּט קוואַליטעט וועלכער האָט פאַרוואַנדלט משה רבינו אין אַ מנהיג ישראל.

“ויהי בימים ההם ויגדל משה ויצא אל אחיו וירא בסבלותם, וירא איש מצרי מכה איש עברי מאחיו. ויפן כה וכה וירא כי אין איש, ויך את המצרי ויטמנהו בחול” (שמות ב, יא). משה האָט געקענט בלייבן ביי זיך אין פּאַלאַץ, רואיק און באַקוועם. אָבער ער האָט באַשלאָסן זיך פירן אַנדערש: “ויצא אל אחיו”, ער איז אַרויס זען און פילן וואָס טוט זיך מיט זיינע ברידער.

זעט ער ווי אַ מצרי שלאָגט אַ אידן מכות רצח. “ויפן כה וכה”, ער דרייט זיך אַהער און אַהין, “וירא כי אין איש” - ער זעט אַז עס איז נישטאָ קיין איין מענטש וועמען עס אַרט וואָס עס טוט זיך מיט דעם אידן!

אַוודאי, מען גיט אַ קרעכץ, מען פאַרלאָזט אפילו אַ טרער; אָבער “וירא כי אין איש”, משה האָט דערזען אַז נאָך אַלע מעשיות אַרט עס קיינעם נישט גענוג צו גיין און עפּעס טאָן קאָנקרעטיש וועגן דעם. יעדער איינער וויל שלאָפן רואיק.

האָט משה רבינו געהאַט אַ ברירה. ער האָט געקענט זאָגן צו זיך, קיינעם אַרט עס נישט, פאַרוואָס זאָל איך זיין דער איינציקער? אָדער ער האָט געקענט זאָגן: קיינעם אַרט נישט, וועל איך זיין דער מענטש וועלכער וועט אויפשטיין און טאָן עפּעס. “ויך את המצרי ויטמנהו בחול”.

“דאָס”, האָט דער ליובאַוויטשער רבי געזאָגט דעם טאַטן, “האָט פאַרוואַנדלט משה’ן אין משה רבינו”.

דוכט זיך, אַז דער דאָזיקער רמזדיקער איינטייטש אין פּסוק האָט זיך איינגעקריצט אין מיין פאָטער’ס באַוואוסטזיין.

מיין טאַטע, ווייסט איר דאָך, איז געווען זייער אַ טאָלערירנדער פּערזאָן. אויף די שפּאַלטן פון אַלגעמיינעם האָט ער געלאָזט יעדן שרייבער זיך אויסדריקן כיד ה’ הטובה עליו, אָן צענזורע. אפילו עקסטרעמע דיעות האָבן געפונען אַ היים אויף די זייטלעך פון דעם אַלגעמיינער זשורנאַל למורת רוח אַ סך פון די לייענער. דער טאַטע האָט טאָלערירט כלערליי שיטות און פּערספּעקטיוון הגם אַז ער האָט פאַרמאָגט זיינע קלאָרע שטעלעס. והדברים ידועים.

דאָך, איין זאַך האָט דער טאַטע נישט געקענט טאָלערירן: גלייכגילטיקייט. עמעצער וועמען עס גייט נישט אָן וואָס עס טוט זיך מיט אידישע קינדער, מיט דאָס אידיש פאָלק, מיט ארץ ישראל, מיט אידישע קהילות, און בכלל מיט ג-ט’ס וועלט. מיין טאַטע האָט נישט באַגריפן אַז עמעצער קען זיך פאַרשליסן אין זיין “פּאַלאַץ” און נישט אַרויסגיין צו זיינע ברידער צו איבערלעבן זייער גלות.

במשך פון צענדליקער און צענדליקער יאָרן האָט ער גענוצט זיין פּען און מויל צו קעמפן פאַר יושר, אהבת ישראל, אידישקייט, קאָלעקטיווע אחריות, אידישער שטאָלץ, מאָראַלישקייט, און אהבת ארץ ישראל. עס איז נישט געווען ביי אים אַ מציאות צו זאָגן “נאָבאַדי קערס, וויי שוד אַיי?” קיינעם אַרט נישט, פאַרוואָס זאל איך זיין דער איינציקער ‘משוגענער’ שרייען און קאָמאַנדעווען?

און דער טאַטע האָט נישט מורא געהאַט זיך אויפשטעלן און אויסרופן אַז “דער מלך איז נאַקעט” אין אַ מאָמענט ווען אָרגאַניזאַציעס און עסקנים האָבן געזונגען מיטן אוניווערסאַלן כאָר אַז “דער מלך טראָגט דעם פּרעכטיקסטן זיידענעם בגד”.

אין די דראַמאַטישע מאָמענטן איידער אליהו הנביא גייט צוריק אין הימל, פרעגט ער ביי זיין תלמיד נאמן אלישע, “שאל מה אעשה לך בטרם אלקח מעמך”. אלישע ענטפערט: “ויהי נא פּי שנים ברוחך אלי”, איך זאָל האָבן אַ דאָפּלטן חלק פון דיין גייסט.

“ויאמר הקשית לשאול, אם תראה אותי לוקח מאתך, יהי לך כן, ואם אין לא יהיה” (מלכים-ב ב, ט-י). אליהו הנביא איז מודה אַז דאָס איז גאָר אַ שווערע בקשה. אָבער ער זאָגט, אַז אויב אלישע וועט זען זיין רבי’ן בשעת ער וועט צוגענומען ווערן פון אים, “יהי לך כן”, וועט ער זוכה זיין צו “פּי שנים” פון אליהו הנביא’ס גייסט.

“ואלישע רואה והוא מצעק אבי אבי רכב ישראל ופּרשיו”. אלישע, דערציילט אונז דער תנ”ך, האָט געזען...

אין חסידות איז דאָ אַן אָפּטייטש אויף אליהו’ס ווערטער “אם תראה אותי לוקח מאתך”: נישט בלויז אויב דו וועסט מיר זען בשעת איך ווער נסתלק פון דער וועלט; ניין! אויב דו וועסט מיר זען אפילו נאָך דעם וואָס איך ווער צוגענומען פון דיר (”האומר דבר בשם אומרו יהא רואה כאילו בעל השמועה עומד לנגדו”, זאָגט דער ירושלמי), דעמאָלט וועסטו קריגן אַ דאָפּלטן חלק פון מיין גייסט.

צום ערשטן יאָרצייט פון מיין אומפאַרגעסלעכן פאָטער, ווינטש איך זיך און מיין טייערע משפּחה מיר זאָלן פאָרזעצן צו “זען” די אייגנאַרטיקע קוואַליטעטן פון מיין פאָטער’ס נשמה און געניסן פון אַ דאָפּלטן חלק פון זיין גייסט.  

 “ויהי נא פּי שנים ברוחך אלי”.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on May 21, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations