about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
בערלינער ביבליאָטעק גיט אָפּ ב
יעקב שפּילמאַן
 

די הויפּט-ביבליאָטעק פון בערלין האָט אַנאָנסירט אַז זי האָט פאַרראָכטן 17 ביכער וואָס געהערן צו איינעם פון די גרויסע גייסטיקע פירער פון דייטשלאַנד פון פאַר דער צווייטער וועלט-מלחמה און אומגעקערט די ירושה צו זיין אור אייניקל, אַ פרוי, וועלכע וואוינט אין ניו יאָרק.

ראַביי לעאָ בעק, וועלכער איז געווען איינער פון די פּראָמינענסטע אידישע דייטשישע פירער פאַר דער מלחמה און האָט געדינט אַלס פּרעזידענט פון “ראַט פון דייטשע אידן”, האָט פאַרלוירן זיין פּריוואַטע ביבליאָטעק אין בערלין, ווען די נאַציס האָבן אים אַרעסטירט און דעפּאָרטירט צום טערעזיענשטאַט קאָנצענטראַציע-לאַגער אין 1943. בעק האָט איבערגעלעבט די מלחמה, אָבער די מערסטע פון זיינע ביכער זענען קיינמאָל נישט געפונען געוואָרן.

די 17 ספרים, וואָס זענען איצט אָפּגעפונען געוואָרן אין דער מלוכה-ביבליאָטעק פון בערלין, זענען געשיקט געוואָרן אויף קאָנסערוואַציע-אַרבעט צו מאַריאַנע ס. דרייפוס. צווישן די ביכער, געפינט זיך אַן עסיי פון 1939 פון בעק, אַ פירנדע שטימע פון דייטשן ליבעראַלן אידישקייט, ווי אויך ביכער פון אַנדערע מחברים אויף אידיש.

די “פּרוסיע קולטורעלע פונדאַציע”, וואָס איז די אייגנטימער פון דער בערלינער ביבליאָטעק, האָט איבערגעגעבן אַז די פונדאַציע האָט נישט געקענט פעסטשטעלן ווי אַזוי די ביבליאָטעק האָט דערהאַלטן די ביכער. באַעק איז קיינמאָל נישט פאַרגיטיקט געוואָרן אויפ’ן פאַרלוסט פון זיינע ביכער.

לעאָ בעק איז געבוירן געוואָרן אין 1873 און געשטאָרבן אין 1956. ער האָט געוואוינט אין לאָנדאָן נאָך דער צווייטער וועלט-מלחמה, געגעבן לעקציעס אין דעם היבריו יוניאָן קאַלעדזש אין אַמעריקע, און איז נאָמינירט געוואָרן אַלס דער אינטערנאַציאָנאַלן פּרעזידענט פון דער באַוועגונג אויף “פּראָגרעסיוו דזשודאַאיזם”. בעק האָט אויסגעהאַלטן דעם “לעאָ באַעק אינסטיטוט” אויף צו שטודירן די היסטאָריע און קולטור פון אידן אין דייטשלאַנד.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on May 25, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations