about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
“טאַטע! דו ביסט געווען גערעכט”
אַ פּאָלעמיק מיט די מספּידים פון דר. אברהם הערצבערג ז”ל
הרב דוד האלאנדער
 

באַמערקונג: בכובד ראש שרייב איך היינט וועגן דער באַצייכענונג פון דר. אַרטור הערצבערג ע”ה אַלס דער “אייביקער רעוואָלוציאָנער”. מיין שוועריקייט נעמט זיך פון שרייבן וועגן אַ נפטר, וועלכער איז שוין ליידער ניטאָ צו קענען ענטפערן אויף דעם וואָס איך קריטיקיר די שבחים וועגן אים אין דעם קאָלום אין “אַלגעמיינעם זשורנאַל”. אָבער פון דער אַנדערער זייט, שרייבן אומבאַרעכטיקטע שבחים וועגן אַ נפטר איז ניט קיין כבוד המת. עס איז גאָר פאַרקערט, ווי די חז”ל רעאַגירן אויף דעם (ברכות סב, א) אַז סיי דער נפטר און סיי דער מספּיד ליידן דערפון.

לאָמיר אָנהויבן מיט אַ מעשה:

ער איז אויפגעוואַקסן אין אַ פרומער אידישער שטוב אין דער אַלטער היים. אָבער דאַן איז געווען אַ צייט פון ראַדיקאַלע באַוועגונגען, און זיינע חברים אין חדר האָבן אים צוגערעדט צו ווערן אַ מיטגליד אינעם קלוב פאַר יונגע קאָמוניסטן. זיינע עלטערן זיינען געווען זייער אומצופרידן פון זיין באַשלוס, און אים געוואָרנט אַז ער קען מיאוס אַריינפאַלן און זיין אויף גרויסע צרות.

 זיין פאָטער, אַ איד אַ בן תורה, האָט אים געוויזן אין פּרקי אבות, אַז מ’דאַרף זיך היטן פון ווערן נאָענט צו די פירער פון דער מאַכט, ווייל “נראין כאוהבין בשעת הנאתן ואין עומדין לאדם בשעת דחקו”. ער האָט זיי ניט געפאָלגט, און ער איז געשטיגן אין דער פּאַרטיי, און געליטן פון דער פּאָליציי, געווען יאָרן אין טורמע. אָבער ער האָט זיך געהאַלטן ביי זיין נייעם אידעאַל.

עס איז געקומען אַ צייט ווען די פירער האָבן געוואָרפן אויף אים אַ חשד און אים באַשולדיקט אין פאַרראַט, און זיי האָבן אים פאַרמשפּט צום טויט. זיין געוויין אַז ער איז געטריי און האָט ריזיקירט מיט זיין לעבן צו העלפן דעם קאָמוניזם, האָט ניט געהאָלפן. ווען מ’האָט אים געפירט אויף זיין לעצטן וועג האָט ער געהאַט אַ בקשה, אַז מען זאָל אים דערלויבן זיך צו געזעגענען פון זיין פאַרשטאָרבענעם טאַטן וועלכער איז באַערדיקט ניט ווייט פון זיין הינריכטונג אָרט.

מ’האָט אים געפירט צום פאָטער’ס קבר, ער איז צוגעגאַנגען צום קבר און האָט מיט אַ יאָמערלעכן געוויין אויסגעשריען: “טאַטע, דו ביזט געווען גערעכט”...

די טראַגישע פּאַסירונג איז מיר געקומען אויפ’ן געדאַנק ווייל איך וויל גלויבן אַז אין די לעצטע טעג פון זיין איינזאַמען לעבן, פאַרלאָזן פון אידעאָלאָגישע חברים, האָט דר. אברהם (ארטור) הערצבערג ע”ה מיט די לעצטע כוחות אויסגעשריען “טאַטע -- זיין פאָטער איז געווען אַ רב און חסידישער רבי אין באָלטימאָר -- “דו ביזט געווען גערעכט”.

ווייל דר. הערצבערג איז געווען אַ וואַרעמער איד, און איך גלויב אַז אין זיין פּנימיות האָט ער פאַרמאָגט אַ טיפע שייכות מיט יהדות, און בסוף ימיו האָט ער איינגעזען אַז ער האָט אפשר געמאַכט אַ טעות ווען ער האָט פאַרלאָזט דעם דרך ההלכה.

אויב איך האַלט אַז דאָס איז געווען זיין ווידוי, פאַרוואָס שרייב איך וועגן אים מיט אַ קריטיק? דער תירוץ איז, ווייל מיטן גאַנצן כבוד צו דר. הערצבערג ז”ל, האָט ער געשריבן עטלעכע ביכער און הונדערטער ארטיקלען וועגן אידישיקייט, וועגן ציוניזם און כלל ישראל, וואָס ווערן שטודירט און געלערנט, און עס איז א חוב קדוש אנצואווייזן ווי ווייט זיין טאַטע איז געווען גערעכט, -- אַ טאַטע וועלכער איז געווען איבערגעגעבן צו דעם דרך התורה און צו שולחן ערוך, און האָט געוויס געהאַט פיל צער אַז ביי אים זיינען מקויים געוואָרן די ווערטער פונעם נביא “בנים גדלתי ורוממתי והם פשעו בי”, איך האָב געהאדעוועט און דערצויגן זין וועלכע האָבן רעוואָלטירט קעגן מיר.

דאָס איז די הויפּט-נקודה וואָס איך וויל (שלא ברצוני - אָבער אַלס אַ חוב, ניט נאָר פאַר מיר, נאָר פאַר אַלע וואָס וואָלטן געדאַרפט רעאַגירן) אַרויסברענגען. אין “אַלגעמיינעם זשורנאַל”, וואָס איז מלא וגדוש מיט אויסגעצייכנטע ארטיקלען אין אידיש און אין ענגליש, איז אָפּגעדרוקט געוואָרן אַן אַרטיקל אַלס אַ זכרון אויף דר. אַרטור הערצבערג, וואו ער ווערט באַצייכנט אַלס “דער אייביקער רעוואָלוציאָנער”.

אָבער איך האַלט אַז ער איז ניט געווען אַ רעוואָלוציאָנער.

אַלס דער גייסטיקער פירער פון אַ גרויסן קאָנסערוואַטיוון טעמפּל איז ער מיטגעגאַנגען מיטן שטראָם פון אַ פּאָפּולערער באַוועגונג, ווייל אין יענער צייט איז די קאָנסערוואַטיוו באַוועגונג געווען שטאַרק אָנגענומען, און האָט געצויגן טויזנטער אידן צו זייערע פרייטיק-צו-נאַכט עונג שבת פּראָגראַמען (”סוירוויסעס”), מיט חילול שבת, וואו מען האָט געצונדן שבת-ליכט עטלעכע שעה נאָך דער שקיעה (שוין ניט רעכענענדיק אַנדערע חטאים קעגן קדושת בית הכנסת און קעגן דער תורה בכלל).

דאָס הייסט אַ רעוואָלוציאָנער? ער איז ניט נאָר מיטגעגאַנגען מיטן שטראָם, ער האָט עס אַליין אָנגעפירט. אויב מען איז אַ רעוואָלוציאָנער, קען מען ניט זיין פּאָפּולער ביי די מאַסן, און דערביי אויך לעבן אין גרויס באַקוועמליכקייט.

אַלס דער “אייביקער רעוואָלוציאָנער” האָט ער געדאַרפט וואָרענען, אַז די קאָנסערוואַטיווע באַוועגונג איז גייסטיק פּוסט און פאַרפירעריש, און פירט אידישע קינדער אַוועק פון אידישקייט, און קען ענדלעך פירן צו הייראַטן מיט גויים (וויבאַלד די הלכה איז ביי זיי אָפּגעפרעגט, איז אַלעס מותר).

אַלס דער “אייביקער רעוואָלוציאָנער”, האָט ער געדאַרפט אָנווייזן פאַר זיינע נאָכפאָלגער אויף דער גרויסער הצלחה פון די אָרטאָדאָקסן, מיט זייערע ישיבות און תורה-לערנען פון וויגעלע און ווייטער, מיט חינוך הכשר, מיט “דף היומי” און מיט אַ תורה ומצוות  לעבן. אָבער מיר האָבן אַזעלכעס ניט געהערט פון אים. ער איז געבליבן דער פאַרלאָזטער גייסטיקער פירער פון אַ פאַרלאָזענעם טעמפּל. ביי זיין גרויסן חסידישן טאַטן האָט ער געלערנט עכטע אידישקייט. פון אים וואָלט מען דערוואַרט עפּעס מער.

ער האָט געקענט זיין אַ רעוואָלוציאָנער ווען ער וואָלט מיט אַ גרויסער מחאה (פּראָטעסט) רעזיגנירט אַלס פּראָפעסאָר אין אַן אוניווערזיטעט ווי קאָלומביע, וואו פּראָפעסאָרן זיינען אָפענע אַנטיסעמיטן און העצער קעגן דער אידישער מדינה. ער האָט געקענט רעוואָלטירן מיט אַ רוף צו אַלע אידישע סטודענטן אין דער אוניווערזיטעט, אַז זיי זאָלן אַלע פאַרלאָזן אַן אָרט וואו שונאי ישראל און ליבהאָבער פון אַראַבער פאַרנעמען שטעלעס אַלס פּראָפעסאָרן, און באַקומען גוט באַצאָלט פאַר דעם סם וואָס זיי פאַרשפּרייטן. אזא שריט וואָלט זיך געפּאַסט פאַר דעם “אייביקן רעוואָלוציאָנער”.

יאָ, עס זיינען געווען אידישע סטודענטן אין קאָלומביע אוניווערזיטעט, וועלכע האָבן רעוואָלטירט, אָבער ניט קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם, נאָר קעגן אַמעריקע, וועלכע האָט זיי אָדער זייערע עלטערן אַריינגעלאָזן אינעם וואונדערלעכן לאַנד - אַמעריקע, געגעבן די מעגלעכקייט צו לערנען און ווערן אדוואקאטן, דאקטוירים און אַנדערע פּראָפעסיעס.

אַלס דער “אייביקער רעוואָלוציאָנער”, האָט דר. הערצבערג געדאַרפט פאָדערן בשעת מעשה צו באַשטראָפן די סטודענטן וועלכע האָבן די זאַלן און קלאַסן פאַרנומען אַלס “אָקופּירטע טעריטאָריע”.

איר ווייסט ווער עס פאַרדינט דעם טיטול “אייביקער רעוואָלוציאָנער”? ווייסט איר ווער? די פּשוטע אידישע טאַטעס און מאַמעס, וועלכע האָבן רעוואָלטירט קעגן דער ניט-אידישער וועלט און געבויט קהילות וואו כשרות, שבת און טהרת המשפּחה זענען אָפּגעהיטן געוואָרן מיט מסירות נפש.

דאָס איז די אייביקע רעוואָלוציע, און דאָס האָבן מיר גע’ירש’נט פון אברהם אבינו, וועלכער איז געווען, ווי די חז”ל זאָגן וועגן אים, “שכל העולם מעבר אחד ואברהם מעבר אחר”, - די גאַנצע וועלט איז געווען אויף איין זייט, און אברהם אבינו איז געשטאַנען אויף דער אַנדערער זייט. ער האָט צעשמעטערט די געטשקעס, און זינט יענער צייט זענען אידן די אייביקע רעוואָלוציאָנערן וועלכע צעשמעטערן דווקא דורך לימוד התורה און שמירת המצוות אַלע סאָרטן געטשקעס. דאָס הייסט זיין אַן אייביקער רעוואָלוציאָנער.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on May 25, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations