about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אָרטאָדאָקסישע אידן! וועקט זיך
שלמה שמיר
 

מילא אַז ישראל איז געוואָרן שטאַרקער אויפן עקאָנאָמישן געביט, און אַז איר ווירטשאַפט פונקציאָנירט בעסער ווי עטלעכע מערב אייראָפּעאישע לענדער, - פון די דאָזיקע גוטע נייעס ווערט קיין איינער פון די אָרטאָדאָקסישע עסקנים ניט נתפּעל. זייער גאַנצן חיות, אָדער ווי מ’זאָגט אויף ענגליש, זייער “וויטאַליטעט”, זייער גאַנצן לעבנס-קראַפט, שאַפן זיי פון אַנטוויקלונגען און פּאַסירונגען וואָס זיינען אין זייערע אויגן נעגאַטיווע און שלעכטע נייעס

שוין אַ סך יאָרן זיינען ניט געווען אַזעלכע גוטע און דערמוטיקנדע נייעס וועגן דער עקאָנאָמיע אין ישראל, ווי די נייעס וואָס איז באַקאַנט געוואָרן מיט צוויי וואָכן צוריק.

עס רעדט זיך ניט פון סתם אַ צופעליקע און איינמאָליקע עקאָנאָמישע אַנטוויקלונג, נאָר פון אַ פּרעצעדענטלאָזן עקאָנאָמישן פּראָגרעס, מיט וועלכן ישראל קען שטאָלצירן. די “מידיאַ” אין ישראל, וואָס איז ניט באַקאַנט דווקא מיט איר זיסער נאַטור, איז “אַרויס פון די כלים” כדי צו לויבן און באַטאָנען די אויסערגעוויינלעכע עקאָנאָמישע אויסבעסערונגען, וואָס ישראל האָט דערגרייכט אין די לעצטע יאָרן. לויט דער אָפיציעלער סטאַטיסטיק וואָס איז פאַרעפנטלעכט געוואָרן, האָט דער יערלעכער עקאָנאָמישער וואוקס אין ישראל דערגרייכט אַ גרעסערן פאַרנעם ווי דער עקאָנאָמישער וואוקס אין עטלעכע מערב-אייראָפּעאישע לענדער.

נאָך אַן אויסערגעוויינלעכע עקאָנאָמישע אַנטוויקלונג אין ישראל איז געווען די ריזיקע טראַנזאַקציע, וואָס איז לעצטנס דורכגעפירט געוואָרן צווישן דעם גרעסטן אינוועסטירער אין דער וועלט און אַ ישראל-פירמע. אין דער דאָזיקער טראַנזאַקציע, האָט דער צווייטער רייכסטער מענטש אין דער וועלט, וואָרען באָפעט פון אַמעריקע, אָפּגעקויפט אכציק פּראָצענט פון דער “יעשקאר” פירמע, וואָס געהערט צו דער ווערטהיימער-פאַמיליע אין ישראל. באָפעט האָט באַצאָלט דער ווערטהיימער-פאַמיליע פיר ביליאָן דאָלאַר. די מדינה-קאַסע וועט פאַרדינען פון דער טראַנזאַקציע מער ווי אַ ביליאָן דאָלאַר אין שטייערן, אָבער דאָס חשיבות פון דעם ווערטהיימער-באָפעט געשעפט איז ניט בלויז דער פאַרנעם פון די שטייערן, נאָר אפשר מער פון דעם, די מאַניפעסטאַציע פון צוטרוי אין ישראל’ס עקאָנאָמיע, וואָס אַזאַ וועלט-באַקאַנטער אינוועסטירער ווי וואָרען באָפעט האָט דעמאָנסטרירט מיט זיין באַשלוס אָפּצוקויפן אַ ישראל-פירמע.

ס’איז אָבער מערקווירדיק, וואָס די אידישע פּרעסע אין אַמעריקע, ווי אויך פּראָמינענטע עסקנים פון אידישן ישוב אין אַמעריקע, האָבן לגמרי איגנאָרירט די גוטע עקאָנאָמישע נייעס פון ישראל. עס רעדט זיך פון צייטונגען און אידישע פאַקטאָרן וואָס לאָזן ניט אַדורך קיין געלעגנהייט צו קריטיקירן ישראל צוליב אַ נעגאַטיווער דערשיינונג אין לאַנד, און זיינען די ערשטע צו שפּרינגען און זיך באַקלאָגן קעגן אַ פּאָליטישע אַנטוויקלונג אין ישראל, וואָס געפעלט זיי ניט. אָבער ווען מען הערט גוטע נייעס פון ישראל, ווערן די אַלע גרויסע פּאַטריאָטן פון ישראל מיטאַמאָל בלינד און שטום.

דער גערער רבי, כ”ק אדמו”ר ר’ אברהם מרדכי זצ”ל, בעל “אמרי אמת”, האָט אַמאָל געזאָגט, אַז די חסידים געבן אים “קוויטלעך” אין וועלכע זיי רעכענען אויס זייערע און דאגות וועגן קראַנקהייטן און פּרנסה-פּראָבלעמען רח”ל. אָבער ווען עס ווערט זיי בעסער, און זיי ווערן געהאָלפן, דאַן קומען זיי ניט צו אים מיט די גוטע בשורות. דאָס איז דער פּשט, האָט דער “אמרי אמת” געזאָגט, אין דעם פּסוק “חכמים המה להרע, להטיב לא ידעו”: צו קומען צו אים מיט צרות און דאגות זיינען די חסידים “חכמים”, אָבער צו קומען און אים דערציילן גוטע נייעס, “לא ידעו”, דאָס ווייסן זיי ניט ווי אַזוי...

עס זעט אויס, אַז די “חכמה” בלויז צו באקלאָגן זיך אָדער צו פּראָטעסטירן וועגן שלעכטע זאַכן וואָס קומען פאָר אין ישראל, אָבער ניט צו זיין מסוגל אָנצונעמען גוטע נייעס, און ניט צו זיין בכוח צו רעאַגירן מיט פאַרגעניגן אויף פּאָזיטיווע אַנטוויקלונגען אין ישראל, איז אויך די אייגנשאַפט און “קוואַליטעט”, וואָס כאַראַקטעריזירט פילע פון די שרייבער אין דער אידישער פּרעסע און די אידישע עסקנים אין אַמעריקע, וואָס האָבן זיך אַליין געקרוינט אַלס די גרויסע “באַזאָרגער” פון דער אידישער מדינה.

ס’איז אינטערעסאַנט, אַז אין דער זעלבער צייט וואָס די וואָרטזאָגער און אַזוי-גערופענע אָפיציעלע רעפּרעזענטאַנטן פון אידישן ציבור אין אַמעריקע, איינגעשלאָסן די פירער פון אָרגאַניזאַציעס, האָבן לגמרי איגנאָרירט די גוטע עקאָנאָמישע נייעס פון ישראל, און האָבן בכלל ניט געפונען פאַר נויטיק צו רעאַגירן אויף די אויסערגעוויינלעך-פּאָזיטיווע און דערמוטיקנדע אַנטוויקלונגען אין דער ישראל-ווירטשאַפט, און געוויסע עסקנים און פירער פון אָרטאָדאָקסישע באַוועגונגען אין אַמעריקע האָבן שוין אָנגעפאַנגען, אין דער בחינה פון “זריזין מקדימין”, צו פּראָטעסטירן און אָרגאַניזירן די דעמאָנסטראַציעס קעגן פּרעמיער אהוד אולמערט, צוליב דער “תוכנית ההתכנסות”, - נעמלעך, דער פּלאַן “צונויפצונעמען” אָדער “אַרייננעמען” געוויסע התנחלויות אין יהודה און שומרון אין איין בלאָק, וואָס וועט דערקלערט ווערן אַלס לעגיטימער טייל פון ישראל. ס’איז אַ פּלאַן וואָס וועט פאַרלאַנגען די עוואַקואַציע פון זיבעציק טויזנט מתנחלים, און פינאַנציעלע מיטלען אויף אַ פאַרנעם פון צענדליקער ביליאָנען דאָלאַרן, וואָס די מדינה וועט דאַרפן אינוועסטירן אין באַזאָרגן די עוואַקואירטע מתנחלים מיט נייע וואוינונגען און לעבנס באַדינונגען.

די זאַך איז, אַז עס רעדט זיך ניט בכלל וועגן אַן אויסגעאַרבעטן פּלאַן, נאָר וועגן אַ געדאַנק וואָס דער נייער פּרעמיער פון ישראל, אהוד אולמערט, טראַכט וועגן דעם, און דיסקוטירט עס מער ווי אַ “חזון למועד”, דאָס הייסט, אַ פּלאַן פאַר דער צוקונפט, ניט ווי אַ זאָפאָרטיקע און פּראַקטישע אינציאַטיווע. אולמערט האָט באַקאַנט געמאַכט דעם געדאַנק פון “התכנסות” אַלס אַ פאָרגעשלאָגענעם גאַנג וואָס צילט אָפּצוטיילן ישראל פון די פּאַלעסטינער אַראַבער, און אין דער זעלבער צייט צו פאַרזיכערן, לויט אולמערט’ן, “די אידישע מערהייט אין ישראל”. אפילו אולמערט זעלבסט און זיינע ראַטגעבער האָבן דערווייל ניט אָנגעפאַנגען אויסצואַרבעטן די פּראַקטישע איינצלהייטן פונעם “התכנסות” געדאַנק, לויט באַריכטן אין די ישראל-צייטונגען. אויך צווישן דעם אינערלעכן קרייז פון ראַטגעבער אַרום פּרעמיער אולמערט, ווייסט דערווייל נאָך קיינער ניט ווי אַזוי דער געדאַנק וועט אויסגעפירט ווערן אין פּראַקטישן זינען.

אָבער די זאָרג פאַר דער צוקונפט פונעם געדאַנק פון ארץ ישראל השלימה ברענט אין די ביינער פון די אָרטאָדאָקסישע עסקנים און פירער פון עטלעכע אָרטאָדאָקסישע באַוועגונגען. מילא אַז ישראל איז געוואָרן שטאַרקער אויפן עקאָנאָמישן געביט, און אַז איר ווירטשאַפט פונקציאָנירט בעסער ווי עטלעכע מערב אייראָפּעאישע לענדער, - פון די דאָזיקע גוטע נייעס ווערט קיין איינער פון די אָרטאָדאָקסישע עסקנים ניט נתפּעל. זייער גאַנצן חיות, אָדער ווי מ’זאָגט אויף ענגליש, זייער “וויטאַליטעט”, זייער גאַנצן לעבנס-קראַפט, שאַפן זיי פון אַנטוויקלונגען און פּאַסירונגען וואָס זיינען אין זייערע אויגן נעגאַטיווע און שלעכטע נייעס.

נאָך דעם ווי עס איז באַריכטעט געוואָרן אין דער ישראל-”מידיאַ”, אַז פּרעמיער אהוד אולמערט וועט אויף זיין באַגעגעניש מיט פּרעזידענט בוש דיסקוטירן זיין “התכנסות”-פּלאַן, און וועט פאַרלאַנגען אַז אַמעריקע זאָל שטיצן דעם דאָזיקן פּלאַן, האָט זיך תיכף אָנגעפאַנגען אַ ווילדער “ויתרוצצו” צווישן געוויסע אָרטאָדאָקסישע עסקנים און אָרגאַניזאַיעס.

מיין פריינט דוב הייקינד האָט זיך צוגעאיילט און געשיקט אַ בריוו צו די פינף הונדערט קאָנגרעסלייט און סענאַטאָרן, און האָט זיי שטאַרק געבעטן אַז זיי זאָלן דורכאויס, בכל התוקף, אָפּזאָגן די ביטע פון פּרעמיער אולמערט אַז אַמעריקע זאָל פינאַנציעל העלפן ישראל אויספירן דעם “התכנסות”-פּלאַן. “דער אַמעריקאַנער בירגער וועט ניט פאַרשטיין ווי אַזוי מ’קען נוצן דאָס געלט וואָס זיי באַצאָלן אין שטייערן כדי צו פינאַנצירן די עוואַקואַציע פון זיבעציק טויזנט אידן, און דאָס בעת אַמעריקע איז פאַרמישט אין אַ מלחמה קעגן טעראָר”, האָט דוב הייקינד געשריבן.

אויסער הייקינד’ס אינציאַטיווע, האָבן עטלעכע אָרגאַניזאַציעס און באַוועגונגען אויפגעפאָדערט אידן צו באַטייליקן זיך אין אַ פּראָטעסט-דעמאָנסטראַציע קעגן פּרעמיער אולמערט וואָס איז געווען פּלאַנירט פאָרצוקומען אין וואַשינגטאָן דינסטיק מיטאָג, בעת דער פּרעמיער וועט זיך באַגעגענען מיטן פּרעזידענט פון אַמעריקע. אין דער זעלבער צייט זיינען היינטיקע וואָך דערשינען אין די אַמעריקאַנער צייטונגען גרויסע אַנאָנסן קעגן פּרעמיער אולמערט.

(למען היושר מוז מען באַטאָנען, אַז די “אָרטאָדאָקס יוניאָן” האָט פאַרעפנטלעכט אַ באַזונדערן קאָמוניקאַט, אין וועלכן די גרויסע און באַקאַנטע אָרטאָדאָקסישע אָרגאַניזאַציע האָט קריטיקירט די וועלכע אָרגאַניזירן די דעמאָנסטראַציע קעגן פּרעמיער אולמערט. “דער פּרעמיער קומט אויף אַ וויכטיקן אָפיציעלן באַזוך קיין וואַשינגטאָן, און עס איז ניט די ריכטיקע זאַך און צייט צו דעמאָנסטרירן קעגן אים”, טענה’ן די פירער פון “אָרטאָדאָקס יוניאָן”. “דאָס אָרט צו פּראָטעסטירן קעגן דעם פּרעמיער איז אין ירושלים, ניט אין וואַשינגטאָן”, זאָגט דער קאָמוניקאַט פון דער “אָ-יו”).

דער קאָלום ווערט טאַקע געשריבן פאַר דער באַגעגעניש צווישן פּרעזידענט בוש און פּרעמיער אולמערט. אָבער איך האָב נייעס פאַר די אַלע “זריזין מקדימין”, וואָס האָבן זיך צוגעאיילט אויסצודריקן אַזוי שטאַרק זייער זאָרג און צאָרן צוליב אולמערט’ס פּלאַן צו שאַפן אַ בלאָק פון ישובים וואָס וועלן בלייבן אין דער גרעניץ פון ישראל, און די אַנדערע, וואָס וועלן עוואַקואירט ווערן. לויט פאַרלעסלעכע באַריכטן, עטלעכע טעג איידער דער פּרעמיער און זיין פּמליה זיינען אַרויסגעפאָרן קיין וואַשינגטאָן, איז באַשלאָסן געוואָרן ניט אוועקצושטעלן דעם געדאַנק פון “התכנסות” אין צענטער פון די געשפּרעכן אין ווייסן הויז, נאָר צו דערמאָנען דעם געדאַנק אַלס אַ זייטיקע טעמע. די סיבה פאַרוואָס עס איז באַשלאָסן געוואָרן אַז אולמערט זאָל ניט רעדן מיטן פּרעזידענט אויף אַ פּראַקטישן אופן וועגן דעם “התכנסות”-פּלאַן איז, ווייל שליחים וואָס אולמערט האָט געשיקט פאָראויס קיין וואַשינגטאָן צוצוגרייטן זיין באַזוך, זיינען צוריקגעקומען מיט אַ באַריכט אַז דער פּרעזידענט און דער סעקרעטערי אָוו סטעיט קאָנדאָליזאַ רייס זיינען לגמרי ניט באַגייסטערט פון דעם פּלאַן, און זיינען אפילו ביי דער מיינונג, אַז עס איז בכלל ניט אַקטועל און פּאָליטיש ניט נוצלעך צו דיסקוטירן איצט אַזאַ פּלאַן.

אַנשטאָט צו אינפאָרמירן דעם פּרעזידענט וועגן אַ פּלאַן וואָס איז כאָטש דערווייל ניט “בכדי שיעשה”, האָט פּרעמיער אולמערט באַשלאָסן אַז ס’איז מער נוצלעך צו אַלאַרמירן דעם פּרעזידענט וועגן דער שרעקלעכער געפאַר פאַר ישראל און פאַר דער וועלט אויב מען וועט צולאָזן דעם פאַנאַטישן מוסולמענער רעזשים אין איראַן צו פּראָדוצירן אַן אַטאָמישע באָמבע. אַמעריקע איז אויך באַקאַנט מיט דער סכנה מצד איראַן, אָבער ישראל’ס געהיים-דינסטן האַלטן, אַז די סכנה פון אַ נוקלעאַרער איראַן איז מער קאָנקרעט און נאָענט ווי די אַמעריקאַנער אָדער אייראָפּעאישע פאַקטאָרן שאַצן.

נאָך איין באַמערקונג. אידן בכל מקום שהם האָבן דאָס רעכט און צומאָל אַפילו די פליכט צו פּראָטעסטירן און דעמאָנסטרירן זייער פאַדרוס און מחאה קעגן אַנטוויקלונגען און געשעענישן אין ישראל. די זאַך איז אָבער, אַז וואָס שייך דעם “התכנסות”-פּלאַן וועלן די אַלע פּראָטעסטן און דעמאָנסטראַציעס ניט העלפן, פּונקט ווי די לאָקאַלע פּראָטעסטן קעגן דער עוואַקואַציע פון גוש קטיף פאַרגאַנגענעם זומער, האָבן ניט געהאָלפן. בפרט נאָך דעם ווי די דראַמאַטישע ענדערונגען אויף ישראל’ס פּאָליטישע און פּאַרטייאישע מאַפּע און די רעזולטאַטן פון די לעצטע וואַלן האָבן אויף זייער אַ קלאָרן אופן געוויזן, אַז די מאַסיווע מערהייט פון אידן אין לאַנד שטיצט אַזאַ אינציאַטיוו ווי דער “התכנסות”-פּלאַן.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on May 25, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations