about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
היסטאָריע אין מונקאַטש: גרויסע
נאָך לאַנגע יאָרן פון השתדלות’ן האָט די רעגירונג ענדלעך מסכים געווען איבערגעבן די געביידעס וואָס זענען געבליבן גאַנץ און אָפגעשלאָסן
י. גרוזין
 

מונקאַטש, אוקראַינע. - מונקאַטשער חסידים פון איבער דער גאָרער וועלט האָבן אויפגענומען מיט התרגשות די בשורה טובה אַז דער היסטאָרישער “בית המדרש הגדול”, דער צענטער פאַר תורה און תפלה אינעם אַמאָליקן עיר ואם בישראל מונקאַטש, איז לעצטנס אַריבער צו דער אייגענטום פון דעם מונקאַטשער רבי שליט”א, כ”ק אדמו”ר ר’ משה לייב ראַבינאָוויטש.

די אור-אַלטע געביידע פונעם “גרויסן בית המדרש”, וועלכע האָט נאָך אויסערליך און אינערליך אַ גאָר גרויס טייל פון איר אָריגינעלן אויסקוק, שטעלט פאָר אַ גלאָררייכן קאַפּיטל אין דער היסטאָריע פון מונקאַטש און אירע גרויסע גייסטיקע פירער.

 אַ קורצע היסטאָריע

אָט דאָ איז בקיצור דער סיפּור הדברים:

אין צוגאָב צו דעם גרויסן שטאָטישן “בית הכנסת”, איז אין יאָר תקצ”ב, 1832, אויפגעשטעלט געוואָרן אין מונקאַטש אַ גרויסער שטאָטישער “בית המדרש”. דאָס “בית המדרש הגדול” איז געבויט געוואָרן פּונקט אַנטקעגן איבער דעם “בית הכנסת”, אויף דער אַנדער זייט פון “מאַסאריק גאַס”.

זינט איר גרינדונג, האָבן הונדערטער חסידישע אידן באַשטימט דעם “בית המדרש” אַלס זייער מקום תורה ותפלה. די מזרח-וואַנט פונעם בית המדרש איז געווען באַשיינט פון פילע בני עליה און תלמידי חכמים.

אין יאָר תרמ”ב, 1882, ביים אָנקום פונעם רבי’ן ר’ שלמה’לע שפּירא זצ”ל קיין מונקאַטש, צו משמש זיין ברבנות באתריה דמר זקינו דעם בעל בני יששכר זצ”ל, האט ער זיך קובע געווען - אַלס שטאָט רב - צו דאַוונען אין דעם דאזיקן “גרויסן בית המדרש”. דאָרט האָט ער אָפּגעריכט זיין עבודה, טאָג טעגליך, מדי שבת בשבתו ומועד במועדו.

אין שפּעטערע יאָרן, נאָכדעם וואס דער בעל שם שלמה האָט אויפגעשטעלט זיין אייגן בית המדרש אין זיין אייגענעם “הויף”, זענען  נאָך פאַרבליבן עטליכע קביעות’דיקע זמנים אין יאָר ווען דער שם שלמה פלעגט גיין דאַוונען און האַלטן דרשות אינעם בית המדרש הגדול פון שטאָט.

אין יאָר תרס”ב, 1902, איז אויפגעבויט געוואָרן אַ נייע געביידע פאַרן “גרויס בית המדרש”, וועלכער איז היפש פאַרגרעסערט געוואָרן און געגעבן די מעגלעכקייט אַז אַ גרעסערער קהל זאָל דאָרט דאַוונען און לערנען.

די חנוכת הבית פון דעם נייעם “גרויסן בית המדרש” איז אָפּגעהאַלטן געוואָרן אין שטאָט מיט גרויס פּאַטאָס. הגאון הצדיק דער בעל דרכי תשובה ממונקאַטש, האָט אויפגעטראָטן מיט אַ לענגערע דרשה, וואָס ער האָט אַליין פאַרשריבן און פאַראייביקט אין ספר “תפארת בנים”.

צווישן די ווענט פון דעם אָרט, האָבן געדאַוונט אויך די באַרימטע גאונים, די חברי הבד”צ פון מונקאַטש. און די דריי צדיקים פון מונקאַטש, דער בעל שם שלמה, דער בעל דרכי תשובה און דער בעל מנחת אלעזר, האָבן אַלע געהאַט באַשטימטע צייטן ווען זיי האָבן קובע געווען מקום לתפלה אין דעם בית מקדש מעט.

בימי הרס עולם, ווען דאָס גאַנץ אייראָפּעישע אידענטום איז חרוב געוואָרן, איז אויך די שטאָט מונקאַטש נישט פאַרמיטן געוואָרן. איכה ישבה בדד העיר רבתי עם. אַזעלכע הייליקע ערטער, ווי דער “הויף” פון די צדיקי בית מונקאַטש, אָדער די תלמוד תורה געביידעס, זענען באַזעצט געווארן דורך די רעגירונג, וועלכע האָט פאַרכאַפּט די הייליקע פאַרמעגנס אונטער זייער בעלות און האָבן דאָרט קיינעם נישט אַריינגעלאָזט.

אָבער בהשגחה פרטית, דערמיט וואָס די רעגירונג האט גענומען די בנינים אין איר באַזיץ, צוליב פאַרבאָרגענע סודותפולע מיליטערישע צוועקן, זענען די ערטער געבליבן גאַנץ און אומבאַרירט. קיין פרעמדע הענט האָבן נישט באַוויזן חרוב צו מאַכן די הייליקע געביידעס אָדער אפילו בייטן זייער אָריגינעלן אויסזען.

די השתדלות’ן

אין די לעצטע עטליכע יאר, זענען כסדר אונטערגענומען געוואָרן שתדלנות’ן, צו קענען אַריינגיין כאַפּן אַ בליק פון אינעווייניק אויף די ערטער. אָבער די אָרטיקע רעגירונג איז געבליבן אומבויגזאַם.

“את הכל עשה יפה בעתו”: עס איז געקומען דער היסטאָרישער מאָמענט, ווען דער מונקאַטשער רבי שליט”א איז אריינגעלאָזט געוואָרן צו דעם “הויף” און במיוחד אין דער הויז פון זיינע אבות הקדושים, און געפּראַוועט אַ טיש אין דעם “הויף”.

ענדלעך האָט דער רבי שליט”א באַוויזן צוריק אַריבערפירן דעם  “הויף” צו אירע אָרגינעלע בעלים.

דאָך, טראָץ די השתדלות מען זאָל איבערגעבן דאָס “גרויס בית המדרש” צו חסידי מונקאַטש, האָט עס נישט געבראַכט קיינע רעזולטאַטן. אדרבה, די רעגירונג האָט זיך געהאַלטן פעסט, ניט אַריינצולאָזן חסידים צום בית מדרש אפילו אויף אַ באַזוך.

אין די לעצטע יאָרן, האָט זיך דער רבי געטראָפן מיטן מעיאָר פון מונקאַטש, וואסיל פעטיובקא, און אַנדערע רעגירונג אינסטאַנצן. דער רבי האָט זיי געפּרואווט אויפקלערן די חשיבות פון דעם אָרט צו די אידן וועלכע האָבן דאָרט אַמאָל געאָטעמט און די וויכטיקייט אומצוקערן די געגזלטע לאַנד צו די אמתע בעלי בתים.

פאַר פּסח היי יאָר, ווען דער רבי שליט”א האָט זיך געפונען אויף אַ גאָר קורצן באַזוך אין מונקאַטש, איז ער פאַרבעטן געוואָרן דורכ’ן מעיאָר. מעיאָר פעטיובקא האָט דאַן געמאָלדן די בשורה, אַז די רעגירונג גיט איבער די שליסלען פונעם גרויסן בית המדרש צום מונקאַטשער רבי’ן.

אין דעם “הויף” פון די מונקאַטשער צדיקים בויט זיך איצט אויך אַ נייער גרויסער בית המדרש.

דער חנוכת הבית

קומענדיקן חודש תמוז וועט דער מונקאַטשער רבי, מיט דער באַגלייטונג פון הונדערטער חסידים, פאָרן קיין מונקאַטש צו פּראַווען אַ “מזמור שיר חנוכת הבית” סיי אויפן הויף און סיי אויפן “גרויסן בית מדרש”.

דער רבי מאַכט די דאָזיקע נסיעה אויך אין צוזאַמענהאַנג מיט די שמחת בר מצוה פון אַן אייניקל, חיים אלעזר צבי, דער זון פון הגאון רבי ירוחם פישל שפּירא שליט”א, אַ זון פון רבי’ן. דער רבי וועט כנהוג אָנטאָן די תפילין צום ערשטן מאָל אויף זיין אייניקל, במקום שהתפללו בו אבותיו.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on May 25, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations