about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
הונדערטער טויזנטער אידן אין מי
יוגנטלעכער ערנסט אָפּגעבריט אין ‘הדלקה’
יעקב בריל
 

 הונדערטער טויזנטער אידן האבן דעם מאָנטיק נאָכמיטאָג געשטראָמט קיין מירון, צו פראַווען ל”ג בעומר ביים הייליקן ציון פון רבי שמעון בן יוחאי, צו פאַרברענגען דאָרט מיט גרויס התעוררות, תפילות מיט השתפּכות הנפש, התלהבותדיקע ריקודים, הדלקות און “חלקה’ס” און פּועל’ן רפואות און ישועות אין דעם טאָג פון דעם יומא דהילולא פון רשב”י.

שוין אין די ערשטע שעהן פון דער נאַכט, האָט די פּאָליציי פון גליל אָפּגעשאַצט אַז העכער 200 טויזנט אידן זענען אָנגעקומען צום ציון, און נאָך פילע הונדערטער טויזנטער האַלטן אין איין שטראָמען קיין מירון, ווען די זיכערקייטס-כוחות באַוואַכן די גאַנצע געגנט מיט אַן אומגעוויינליכער שמירה, צוליב דעם וואָס די אַראַבישע “נכבה”, להבדיל, קומט אויך אויס היי-יאָר אין זעלבן טאָג.

גלייכצייטיק האָט ליידער פּאַסירט אַ טראַגעדיע אין בני ברק, ווען אַ צוואַנציק יעריקער יוגנטלעכער, אַן איינוואוינער פון לוד, איז שטאַרק אָפּגעבריט געוואָרן אויף זיין גאַנצן קערפּער, ווען ער האָט פּרודירט אָנצינדן אַ פייער און מאַכן אַ “הדלקה” אין רחוב עמק יזרעאל אין בני ברק.

די רעטונגס-כוחות האָבן געפונען דעם יוגנטלעכן ליידנדיק פון ערנסטע בריען אין פּנים, האַלז און אַנדערע קערפּער טיילן. ער איז געווען ביים פולן באַוואוסטזיין. ער האָט דערציילט די הצלה-כוחות אַז איינער פון די אָנוועזנדע האָט אַריינגעגאָסן נאַפט אין פייער; דער נאַפט האָט זיך אויך אויף אים אָנגעגאָסן, און גאַנץ שנעל האָט זיך דאָס פייער אָנגעכאַפּט אין זיינע קליידער.

עס איז אויגעבראַכן אַ גרויסער טומל, אָבער דער בחור האָט באַוויזן אַראָפּוואַרפן פון זיך די קליידער און זיך קוילערן אין זאַמד. טראָץ דעם, איז ער שווער פאַרוואונדעט געוואָרן פון די בראַנדן.

די פּאַראַמעדיק-כוחות האָבן דערציילט אַז דאָס איז נישט קיין זעלטענע דערשיינונג, און אַז אויך אין דער פאַרגאַנגענהייט האָבן זיי זיך אָנגעשטויסן אין אַזעלכע טראַגעדיעס. “אַזוי ווי יעדן ל”ג-בעומר, איז דער ‘מגן-דוד אדום’ אויף דער וואַך צו ענטפערן אויף בראַנד-געשעענישן אַלס רעזולטאַט פון די פייערן.”

“יעדן יאָר וואָרנט מען דעם ציבור פונדאָסניי,” האָבן די הילפס-כוחות דערקלערט, “און טראָץ דעם, שטויסן מיר זיך אָן יעדן יאָר אין מענטשן וואָס נעמען נישט אָן די פאָרזיכטיקייט-מיטלען און בריען זיך אָפּ אויף אַן ערנסטן אופן.”

די הצלה-כוחות האָבן גערופן דעם ציבור צו זיין באַזונדערס געוואָרנט, און אין פאַל פון אַ באַשעדיקונג צו דערשטיקן דאָס פייער מיט יעדן גרייטן מיטל, אָפּקילן דעם ברי-פּלאַץ מיט וואַסער און אַלאַרמירן די נויטפאַל-רעטונגס כוחות.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on May 26, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations