דער פּוילישער פּרעזידענט האָט איינגעלאַדן צו זיין פּאַלאַץ דעם הויפּט רב פון פּוילן צו אַנטשולדיקן זיך אויף דער אַטאַקע קעגן דעם רב לעצטן שבת, בעת דער באַזוך פון דעם פּויפּסט אין פּוילן.
דער הויפּט-רב פון פּוילן, מייקאַל שודריך, איז פאַרגאַנגענעם שבת אַטאַקירט געוואָרן, בשעת ער איז אַרויסגעגאַנגען פון דעם בית-המדרש אין וואַרשע.
דער רב, וועלכער שטאַמט פון אַמעריקע, איז נישט פאַרוואונדעט געוואָרן. דער מאָטיוו פון דער אַטאַקע איז וואַרשיינלעך געווען אַן אַנטיסעמיטישער.
דער רב האָט דערציילט, אַז אַרויסגייענדיק פון בית-המדרש, איז דורכגעגאַנגען נעבן אים אַ יוגנטלעכער פון אַרום 25 יאָר און אויסגעשריגן “פּוילן - צו פּאָלאַקן”. ווען דער רב איז צוגעגאַנגען אים פרעגן וואָס ער וויל, האָט אים דער יונג אַ זעץ געגעבן מיט’ן פויסט אין ברוסט און אים אָנגעשפּריצט מיט אַ סובסטאַנץ.
אַ קלאַגע וועגן דער אַטאַקע איז אַריינגעגעבן געוואָרן צו דער וואַרשע-פּאָליציי, וואָס האָט דערקלערט אַז “מ’באַציט זיך צום דעם אינצידענט ערנסט”.
צוליב דער געשעעניש, האָט זיך דער פּוילישער פּרעמיער-מיניסטער, קאַזשמיש מאַרצינקעוויטש, פאַרבונדן מיט הרב שודריך און געזאָגט אַז “די פּוילישע רעגירונג וועט נישט דערלאָזן אַז אַזעלכעס זאָל פּאַסירן אויף איר ערד”. בעת אַ באַזוך פון דעם רב ביים פּרעזידענט פּוילן האָט ער אים צוגעזאָגט קעמפן קעגן יעדן דערשיינונג פון שנאת ישראל.
דער ישראל-אַמבאַסאַדאָר אין פּוילן, דוד פּלג, האָט איבערגעגעבן אַז כאָטש ס’רעדט זיך פון אַן איינצלנעם אינצידענט, וואָס מ’קען נישט דערפון ציען קיין אַלגעמיינע אויספירן, דאַרף מען זיך אָבער באַציען ערנסט צום אינצידענט, נאָכדעם וואָס אין דער לעצטע צייט זענען דערהאַלטן געוואָרן דראָאונגען אויף די לעבנס פון פיר אַנדערע מיטגלידער אין דער אידישער קהילה אין פּוילן.
די זאָרג פון פּוילישע אידן שטייגט לעצטנס, נאָכדעם וואָס די נאַציאָנאַליסטישע פּאַרטיי “די ליגע פון די פּוילישע משפּחות” האָט זיך אָנגעשלאָסן אין דער קאָאַליציע, און דער אָנפירער פון דער פּאַרטיי, ראָמאַן גאַרטיך, איז אויפגענומען געוואָרן אַלס דערציאונגס-מיניסטער און וויצע פּרעמיער-מיניסטער.
דער אינצידענט האָט אויך אַ באַזונדער באַדייט איצט, צוליב דעם וואָס ס’האָט פּאַסירט אַ טאָג פאַר דעם וואָס דער פּויפּסט, בענדיקטוס דער 16טער האָט באַזוכט אושוויץ.
טראָץ דער אַטאַקע, איז אויך הרב שודריך אַרויס קיין אושוויץ, וואו ער האָט געזאָגט אַ קדיש אין דער אָנוועזנהייט פון דעם פּויפּסט. הרב שודריך האָט זיך אויך געגרייט נאָך דער תפילה אין אושוויץ צו זאָגן עטלעכע ווערטער, וואַרשיינלעך אין שייכות מיט אַנטיסעמיטיזם בכלל, און באַזונדערס דעם מצב אין פּוילן. די רעדע האָט ער געפּלאַנט נאָך איידער ער זעלבסט איז אַטאַקירט געוואָרן. |