about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
‘די מחלוקת צווישן חסידים און מ
צוויי פּראָמינענטע תורה-פּערזענלעכקייטן אין ישראל, אַ ליטווישער ראש ישיבה און אַ חסידישער מרביץ תורה, דערקלערן אַז אידישער שלימות איז אַ קאָמבינאַציע פון דער ליטווישער און חסידישער שיטה
יעקב בריל
 

גוטע נייעס דאַרף מען דאָך אויך באַשרייבן אַמאָל.

אין אַן אייגנאַרטיקן געשפּרעך לכבוד דעם פאַרגאַנגענעם יום-טוב שבועות, יומא דהילולא פונעם הייליקן בעל שם טוב, דעם מייסד פון תורת החסידות, האָבן צוויי באַרימטע גדולי התורה אין ישראל, אַ מפורסמדיקער ליטווישער ראש ישיבה און אַ פּראָמינענטער חסידישער מגיד-שיעור און מרביץ תורה, דיסקוטירט די פאַרשידנהייטן צווישן דעם ליטווישן דרך הלימוד און דער חסידישער שיטה אין עבודת ד’.

די צוויי גדולי התורה, דער פּאָניוועזשער ראש ישיבה, הרב ברוך דוב פּאַוואַרסקי, וועלכער האָט במשך פון די יאָרן אויפגעשטעלט צענדליקער טויזנטער תלמידים אין זיין ישיבה, און דער גאב”ד דרכי ההוראה, הרב אשר ווייס, וועלכער ווערט פאַררעכנט אַלס איינער פון די גרעסטע פון די מגידי-שיעורים אין דער חסידישער וועלט, האָבן אין דער געשפּרעך אַרויסגעהויבן די באַשטייערונג פון ביידע שטרעמונגען צום בלי און המשך פון תורה-אידישקייט.

“דער שלימות פון אידישקייט איז אַ קאָמבינאַציע פון ביידע שיטות. דער מחלוקת צווישן חסידים און מתנגדים עקזיסטירט מער נישט!” האָבן די צוויי תורה-פּערזענלעכקייטן שאַרף אָפּגעפּסקנט. “מ’דאַרף פאַרשטאַרקן דעם טעם פון תורה אין דער חסידישער וועלט און די וואַרעמקייט און שמחה אין דעם עולם הישיבות.”

די צוויי גדולים זענען זיך צוזאַמענגעקומען אויף אַן אינטערוויו מיט דער וועכענטלעכער “משפּחה” מאַגאַזין לכבוד שבועות.

אין פאַרלויף פון די יאָרן, איז די פּאָניוועזשער ישיבה פאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ גייסטיקער מאַנופאַקטור-פאַבריק, וואָס פּראָדוצירט תלמידים אין די מאַסן. אין יעדן מחזור גראַדואירן פון דער ישיבה קרוב צו 2000 תלמידים, וועלכע ווערן די פאָן טרעגער פון דער ישיבה-וועלט. אין דעם איצטיקן אויפטריט, האָט דער פאַרערטער ראש ישיבה, וועלכער לאָזט זיך קיינמאָל נישט אינטערוויואירן פון דער פּרעסע, גערעדט צום ערשטן מאָל צו זשורנאַליסטן פן פרומע צייטשריפטן.

די חסידישע וועלט איז נישט הינטערשטעליק אין אַרויסגעבן פון זיך אַ גאַנצע ריי רומפולע ראשי ישיבות, פירנדע רבנים, דיינים און כלי-קודש. הרב אשר ווייס איז איינער פון די בולטסטע מנהיגים פון דער חסידישער וועלט, וואָס טויזענטער חסידישע אידן זענען זיך משתתף אין די תורה-שיעורים, וואָס ווערן דורך אים געגעבן במשך אַלע שעהן פון טאָג.

די אָנגעשטרענגטע באַציאונגען צווישן חסידים און ליטוואַקעס האָבן געפירט די צוויי פּערזענלעכקייטן צו דעם פּרעצעדנטלאָזן שריט אין דער חרדישער גאַס, זיך צוזאַמענקומען און דערקלערן געמיינזאַם אַז 250 יאָר נאָכ’ן אויסברוך פונעם גרויסן מחלוקת צווישן די חסידים און מתנגדים, אַ מחלוקת וואָס האָט געדראָט צו שפּאַלטן די רעליגיעזע  וועלט אין צווייען, איז מער נישטאָ פון יענעם מחלוקת-פייער קיין זכר, און די היינטיקע ריסן צווישן חרדישע קרייזן האָבן נישט קיין שום שייכות צום דעמאָלטיקן וויכוח צווישן די חסידישע הויפן און די מתנגדים.

אברהם ראָזענטאַל און יוסי אליטוב, די צוויי חרדישע שריפטשטעלער פון “משפּחה”, וועלכע האָבן אינטערוויואירט די צוויי גדולים, האָבן אויסגענוצט די איינמאָליקע געלעגנהייט פאָרצושטעלן די רבנים פראַגעס, וועלכע מאַטערן היינט די חרדישע וועלט. די שרייבער האָבן געשטעלט די תורה-פּערזענלעכקייטן פאַרשידנאַרטיקע שאלות, אָנגעהויבן פון דעם ריכטיקן דרך הלימוד, ביז די באַציאונגען צו “שוואַכע” תלמידים און “דראַפּ-אַוטס”, וואָס פאַלן אַרויס פון די ראַמען פון ישיבות. די צוויי גדולי התורה האָבן געגעבן תשובות אויף די פאַרשידענע פּראָבלעמען, וואָס שטייען אויף דער אַגענדע אין דער חרדישער וועלט.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on June 19, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations