about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
טריבונע פאר’ן פאלק
 

דער אורח, רודנער, טאָר נישט באַזייטיקן דעם תושב, שמיר

חשובער רעדאַקטאָר:

כ’האָב פיינט זיך אַריינמישן אין אינערלעכע אָנגעלעגנהייטן, נאָר סתם-אַזוי, איז עס מיר געווען אינטערעסאַנט:

העשי רודנער איז באַרעכטיקט צו האָבן זיין מיינונג און פּאָלעמיזירן מיט שמיר’ן, ווי ער האָט עס געטאָן אויף די שפּאַלטן פון “אַלגעמיינעם” פאָריקע וואָך; און כ’לאָז זיך נישט אַריין דאָ אין דעם, ווער ס’איז גערעכט, צי ער, צי שמיר, צי ביידע, צי ביידע נישט.

אָבער שמיר איז דאָך אין אונזער צייטונג אַ “תושב”, אַ שטענדיקער קאָלומניסט. רודנער, דאַקעגן, איז אַ “גאַסט-שרייבער”, אַן אורח. טראָץ דעם, האָט איר אָפּגעגעבן צו רודנער’ס קאָלום (”אַלגעמיינער זשורנאַל”, יוני 16, 0260 ) דאָס חשוב’ע, צענטראַלע פּלאַץ, וואָס איז געווענלעך רעזערווירט צו שמיר’ס וועכנטלעכע אַרטיקלען.

שמיר’ן האָט איר אָבער פאַררוקט אין דער שמאָלער קאָלאָנע אין דער זייט, כאָטש שמיר’ס קאָלום יענע וואָך איז געווען, ווי געווענלעך, גענוג לאַנג אויף אָנצופילן דעם ברייטן, טאָפּלטן חלל אינדערמיט.

ס’איז מיר געווען אַ חידוש, ווייל איז עס נישט אַ פּחיתות הכבוד צו אַ שטענדיקן פּראָמינענטן קאָלומניסט פון אונזער צייטונג?

מיר האָבן דאָך אַ כלל: “תדיר ושאינו תדיר - תדיר קודם.”

מיט כבוד,

יעקב שעכטער, ניו יאָרק

שיקט זיי קיין עזה

חשובער רעדאַקטאָר:

דער אַרטיקל פון ר’ העשי רודנער (זשורנאַל יוני 16, 2006 ) איז געווען זייער גוט געשריבן. איך האַלט אַז מען דאַרף באַיינפלוסן פּרעמיער אָלמערט אויסוואָרצלען די אַראַבער פון ארץ ישראל, פון יהודה און שומרון, קיין עזה, און באַזעצן מער אידן אין יהודה און שומרון. דעמאָלט וועט עס זיין אַ מדינה מיט אַן אידישע מערהייט.

הערשל ליפּסקער

706 איסטערן פּאַרקוויי

ברוקלין, ניו יאָרק

אַ חידוש פון ליובאַוויטשער רבי’ן אין משנה ברורה

חשובער רעדאַקטאָר:

איך וויל באַמערקן צוויי הערות:

1) אין דער שבועותדיקער ביילאַגע פון אַלגעמיינער זשורנאַל ציטירט איר דעם חידוש פון הגאון ר’ שלמה יוסף זעווין ז”ל אין זיין ספר המועדים בהלכה, אַז אידן האָבן נישט געקענט עסן פליישיקס אום שבועות, היות אַז מתן תורה איז געווען שבת, און שחיטה איז פאַרבאָטן אום שבת. די פלייש פון פריערדיקע טעג איז געווען טריפה, ממילא האָבן זיי געדאַרפט עסן מילכיקס.

אין “משנה ברורה” ציטירט ער פון אַ “גדול אחד”, גאָר אַן אַנדער טעם פאַרוואָס מ’עסט שבועות מילכיקס, אַז מצד דער טירחא פון שעכטן און צוגרייטן נייע פלייש נאָך מתן תורה, האָבן אידן געגעסן מילכיקס. דער משנה ברורה פאַרענדיקט “וזה טעם נכון”.

פאַרוואָס האָט דער חפץ חיים נישט געקענט מסביר זיין דעם ענין בפּשטות, אַז שחיטה איז איינע פון די אבות מלאכות וואָס איז אסור אום שבת?

איז דאָ אין דעם אַ חידוש פון ליובאַוויטשער רבי’ן (לקוטי שיחות חלק ח’ פּרשת נשא): דער מכילתא אין פּרשת כי תשא לערנט אַרויס פון די ווערטער “מחלליה מות יומת”, אַז אפילו אויב אַ ציבור האָט מחלל געווען אַ טייל פון שבת, דאַרפן זיי היטן די איבעריקע שעות פון שבת. הייסט עס, אַז פאַר דעם וואָס עס זענען געזאָגט געוואָרן די ווערטער “מחלליה מות יומת”, איז די סברא מחייב, אַז די קדושה פון שבת איז חל בלויז אויף אַ גאַנצן שבתדיקן טאָג, נישט אויף אַ חלק פון אים.

איז דער ליובאַוויטשער רבי מחדש, אַז אין דעם טאָג וואָס די תורה איז געגעבן געוואָרן איז ניט חל געווען די קדושה פון שבת, היות אַז דער אָנהויב פון דעם טאָג איז דאָך געווען פאַר מתן תורה. (זע באַריכות לקוטי שיחות דאָרט און אין הערה 47. דאָרטן ענטפערט ער אויך די פּשוטע שאלה אַז לכאורה איז שבת שוין געגעבן געוואָרן צו אידן אין מרה, נאָך פאַר מתן תורה).

במילא קען דער משנה ברורה נישט זאָגן אַז שחיטה איז געווען אסור יענעם שבת, היות אַז יענעם שבת איז עס טאַקע נישט געווען פאַרבאָטן.

2) אין דער שבועות אויסגאַבע האָט איר ציטירט אַ מעשה וועגן דעם שלאָפן פון דעם מעזריטשער מגיד. וויל איך ציטירן פון דער רשימה פון הרב דר. אלתר בנציון מעצגער שי’: אַמאָל האָט מען איבערגעזעצט דעם באַוואוסטן סיפּור וועגן רבי אהרן קאַרלינער וועלכער האָט געזאָגט שיר השירים  ערב שבת און דער משרת פון מגיד איז געקומען און אים געבעטן מפסיק זיין היות אַז מיט זיין שיר השירים איז ער מרעיש עולמות און דער מגיד וויל שלאָפן. ווען חסידים פלעגן דאָס דערציילן פלעגן זיי זאָגן, זעט ווי גרויס איז ר’ אהרן און זיין שיר השירים און זעט ווי גרויס דער מגיד איז אַז זיין שלאָפן איז טייערער ווי רבי אהרנ’ס שיר השירים וואָס איז מרעיש עולמות למעלה.

דער ליובאַוויטשער רבי האָט געלייענט די איבערזעצונג, און געשריבן: “צדיקים אפילו בשעת שינתם מקיימים בכל דרכיך דעהו”. מיט דעם האָט דער , לכאורה, מסביר געווען ווי קען מען זאָגן אַז דער שלאָפן פונעם מעזריטשער מגיד איז גרעסער ווי די עבודה פון זאָגן שיר השירים און נאָך דורך רבי אהרן הגדול? ווייל ביי אַ צדיק איז אויך דער שלאָפן ממש עבודת השם. (זע רמב”ם הלכות דיעות פּרק ו).

שלום דוד גייסינסקי

ברוקלין, ניו יאָרק

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on June 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations