about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
ווי אַזוי ישראל האָט פאַרלוירן
מיין מיינונג
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

וואָס טוט מען? די שטאַרקסטע אַרמיי אין מיטעלן-מזרח שטייט הילפלאָז כלפּי אַ באַנדע טעראָריסטן וועלכע פאָדערן אויף די באַפרייאונג פון רוצחים בלויז כדי צו באַקומען אַ ידיעה וועגן גלעד שליט, דער ישראל זעלנער וועלכער איז פאַרכאַפּט געוואָרן זונטיק פון אַ צה”ל פּאָזיציע. זיי זאָגן אפילו נישט צו אַז זיי וועלן באַפרייען דעם אידישן סאָלדאַט, נאָר צו שענקן אונז אינפאָרמאַציע וועגן אים.

איידער ישראל האָט זיך צוריקגעצויגן פון עזה לעצטן זומער, האָט פּרעמיער אריאל שרון געוואָרנט אַז אויב די פּאַלעסטינער וועלן פאָרזעצן טעראָר פון עזה נאָך דעם וואָס די ישראל אָקופּאַציע קומט צו אַ פולקאָמן סוף, וועט די אידישע מדינה רעאַגירן מיטן פולן שטאַרקייט פּונקט ווי בשעת איין מדינה דערקלערט מלחמה קעגן אַן אַנדער מדינה.

וואָס איז געשען אין פּראַקטיקע? טעראָריסטן האָבן געשיקט אומגעפער 1000 קאַסאַם ראַקעטן אויף אידישע ישובים וואָס געפינען זיך אויפן נגב, נעבן עזה, און ישראל האָט רעאַגירט מיט מיסלס וועלכע זענען געפאַלן מערסטנס אויף ליידיקע פעלדער אין עזה.

די פּאַלעסטינער האָבן שנעל באַגריפן, אַז ישראל וועט זיין זייער איינגעהאַלטן אין איר רעאַקציע צו די כמעט טעגלעכע אָנגריפן פון עזה. זיי האָבן אויסגענוצט די איינגעהאַלטנקייט פון דער אידישער מדינה און פאַרשטאַרקט די שיסערייען פון עזה און פאַרוואַנדלט אידישע לעבנס אין שדרות און אין די נגב-ישובים אין אַ טאָג-טעגלעכן גיהינום.

אין די לעצטע יאָרן איז פאַרשפּרייט געוואָרן אין ישראל אַ סלאָגאַן אַז “איפּוק הוא כח”, איינגעהאַלטנקייט איז אַ דעמאָנסטראַציע פון שטאַרקייט, נישט שוואַכקייט. אין דעם קאַמף צווישן ישראל און אירע שכנים איז די לאָזונג פאַרפירעריש און אכזריותדיק. בשעת מען דערקלערט מלחמה קעגן דיין לאַנד, און מען פאַרגיסט בלוט פון אומשולדיקע מענער, פרויען און קינדער, דעמאָלט איז איינגעהאַלטנקייט אַ דעמאָנסטראַציע פון שוואַכקייט, וועלכע מאָטיווירט און דעמאָנסטרירט צום שונא אַז ער קען אָנגיין מיט זיין בלוטיקע אַרבעט מיטן פולן שוואונג.

פירער פון מדינת ישראל האָבן געמיינט אַז דורך דעמאָנסטרירן איינגעהאַלטנקייט וועלן זיי ערוועקן די מעסיקע כוחות צווישן דער פּאַלעסטינער באַפעלקערונג און באַווייזן זיי שוואַרץ אויף ווייס אַז ישראל איז אַ פיינע מדינה וועלכע זוכט אויסצואַרבעטן אַן עכטן שלום מיט אירע שכנים. אונזערע פירער זענען באַגאַנגען אַ קאַטאַסטראָפישן טעות אין זייער אַנאַליז פון דעם פּאַלאַסטינער מענטאַליטעט. דער פּרייז וואָס מיר האָבן באַצאָלט אויף אונזער איינגעהאַלטנקייט איז צען יאָר פון פאַרגאָסענע אידיש בלוט אין דער לענג און ברייט פון ארץ ישראל.

ישראל קאָמענטאַטאָרן קלערן אונז אויף פאַרוואָס ישראל קען נישט אַריינגעבן די טעראָריסטן אַ “מנה אחת אַפּים”, ליקווידירן די טעראָריסטן און חרוב מאַכן די טעראָר באַזעס אין די שטחים פון יהודה, שומרון און עזה. דעריבער, אַנשטאָט צו גייען אויף דער אַפענסיווע, באַשיצט זיך די מדינה קעגן דעם טעראָר מיט דעפענסיווע כוחות. מיר האָבן אַוועקגעשטעלט וועכטער ביי רעסטעראַנען, שולעס און געשעפטן, און מיר האָבן געבויט ווענט. אָבער יעדעס מאָל וועלן די טעראָריסטן געפינען אַ שפּאַלט וואָס איז נישט פאַרזיכערט; זיי וועלן גראָבן טונעלן אונטער די ערד; זיי וועלן שיקן ראַקעטן איבער די ווענט. מען קען נישט געווינען אַ מלחמה בלויז דורך זעלבסט-באַשיצונג. אַ מלחמה קען מען געווינען בלויז דורך אַ קלאָרע, שטאַרקע און אומבויגזאַמע אָפענסיווע, אין וועלכן דער שונא באַגרייפט אַז דער פּרייז וואָס ער וועט באַצאָלן אויפן טעראָר איז אַזוי שרעקלעך אַז עס איז אים כדאי מוותר זיין אויף זיינע אַמביציעס.

מען קען נישט געווינען אַ מלחמה דורך קליינע, מעסיקע, איינגעהאַלטענע שריט אין וועלכע מען רעכנט זיך אויף אַ משונהדיק גוזמאדיקן אופן מיט יעדן פּיפּס פון דעם אינטערנאַציאָנאַלן דעת הקהל וועמען עס גייט אָן דער גורל פון די פּאַלעסטינער פּונקט ווי עס גייט זיי אָן דער גורל פון די 400 טויזנט דערמאָרדעטע אַפריקאַנער אין דאַרפור. בשעת דער שונא זעט אַז דו ביסט איינגעהאַלטן, האָט ער נישט קיין סיבה צו אָפּשטעלן זיין קאַמף. בלויז אַ מעכטיקער קלאַפּ, אָן פּשרות, אָן איינגעהאַלטנקייט, קען אָפּשטעלן אַ מלחמה.

מיט גוטע אָבער קרומע כוונות איז ישראל באַגאַנגען אַ פאַטאַלן טעות און איצטער איז דער אַבסורד געוואָרן אַ רעאַליטעט: די שטאַרקסטע מדינה אין דעם מיטעלן מזרח קען נישט באַשיצן אירע בירגער קעגן אַ כאָפּטע טעראָריסטן. במשך די לעצטע פינף יאָר האָבן די פּאַלעסטינער דורכגעפירט שרעקלעכע שחיטות קעגן אומשולדיקע אידן. די וועלט האָט זיך פאָרגעשטעלט אַז ישראל וועט רעאַגירן מיט אַ שטאַרקער האַנט און אַן אומבויגזאַמן רוקן. אָבער די אידישע מדינה האָט באַשלאָסן צו רעאַגירן אויף זייער אַ פאָרזיכטיקן און מעסיקן אופן, וועלכע האָבן נישט געבראַכט דעם שונא צו דער באַשלוס אַז די מלחמה איז נישט כדאי.

מיר ווילן נישט קיין מלחמה, מיר ווילן שלום. אָבער עס זענען דאָ צייטן ווען מען קען דערגרייכן שלום בלויז בשעת מען דערקלערט אַ פולע און אומקאָמפּראָמיזירטע מלחמה קעגן די וועלכע זענען ליידער נישט גרייט אויף שלום.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on June 29, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations