about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
נועם שליט האָט גערעדט טעלעפאָנ
 

דער פאָטער פון דעם ישראל-זעלנער, גלעד שליט, וועמען די פּאַלעסטינער טעראָריסטן האָבן פאַרכאַפּט, האָט גערעדט טעלעפאָניש מיט אַ פאָרשטייער פון זיין זונ’ס פאַרכאַפּער.

די “לינקע” ראַדיאָ-סטאַנציע פון ישראל, “קול השלום”, האָט לעצטן דאָנערשטיק פאַרבונדן נועם שליט מיט אַבו אָבאַדיע, אַ וואָרטזאָגער פון די דריי פּאַלעסטינער טעראָר-גרופּעס, וואָס האַלטן זיין זון, גלעד, אין געפענגעניש, זינט דער פאַרכאַפּונג, פאַרגאַנגענעם יוני 25.

נועם האָט זיך געטענהט מיט די טעראָריסטן און געבעטן אויף העברעאיש, אַז זיי זאָלן אַרויסווייזן “בויגזאַמקייט” אין זייערע פאַרלאַנגען אומצוקערן גלעד. אַבו אָבאַדיע האָט געענטפערט אויף אַראַביש אַז די פאַרכאַפּער “ווילן געפינען אַ לייזונג” צום משכון-קריזיס, אָבער די פליכט ליגט אויף ישראל צו נעמען די ערשטע שריט.

פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט האָט אָפּגעוואָרפן דעם פאַרלאַנג פון די פאַרכאַפּער אַרויסצולאָזן פון טורמע הונדערטער אַרעסטירטע פּאַלעסטינער טעראָריסטן, אַלס אַפאָרבאַדינג אומצוקערן דעם פאַרכאַפּטן זעלנער. אָלמערט האָט געזאָגט אַז ישראל וועט זיך נישט אונטערגעבן צו אויספּרעסונגען פון דער כאַמאַס-רעגירונג.

פאָריקע וואָך האָט כאַמאַס צוריקגעצויגן פון דעם ערשטן פאַרלאַנג צו באַפרייען טויזנטער אַרעסטאַנטן פון די ישראל-טורמעס. כאַמאַס פאָדערט איצט די באַפרייאונג פון אַרום הונדערט אַרעסטירטע פרויען און קינדער און טעראָריסטן וואָס שמאַכטן שוין אַ סך יאָרן אין ישראל טורמעס.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 13, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations