about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
כאַמאַס פירער כאַלעד מאַשאַל ז
50 פּאַלעסטינער און איין ישראל זעלנער געהרגעט אין עזה-שלאַכטן
יעקב בריל
 

אין זיין ערשטן עפנטלעכן אויפטריט זינט דער פאַרכאַפּונג פון גלעד שליט, האָט דער פּאָליטישער פירער פון כאַמאַס אין סיריע, כאַלעד מאַשאַל, אָפּגעלייקנט באַריכטן וואָס פּאַלעסטינער און עגיפּטישע קוואַלן האָבן פאַרשפּרייט אין די לעצטע עטלעכע טעג, לויט וועלכע כאַמאַס וועט פאַרמילדערן די פאַרלאַנגען צו באַפרייען אַלע טעראָריסטן פון ישראל-טורמעס און זיך באַנוגענען בלויז מיט’ן אַרויסלאָז פון הונדערט פרויען און קינדער און נאָך דרייסיק מיליטאַנטן, וואָס שמאַכטן שוין אין ישראל-טורמעס העכער 20 יאָר.

ביי אַ פּרעסע-קאָנפערענץ אין דמשק, האָט מאַשאַל געזאָגט אַז כאַמאַס וועט באַפרייען דעם צה”ל-זעלנער גלעד שליט נאָר אויב ישראל וועט אַרויסלאָזן די “זיכערקייטס אַרעסטאַנטן” פון די טורמעס.

מאַשאַל האָט באַהויפּטעט אַז שליט וועט געהאַלטן ווערן לעבעדיק און באַהאַנדלט ווערן ווי אַ מלחמה-געפאַנגענער.

מאַשאַל האָט דערקלערט אַז ישראל האָט פאַרלעצט דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ, און ער האָט באַשולדיקט ישראל און אַמעריקע אין פאָרשטעלן די “עקלהאַפטיקסטע מוסטערן פון טעראָר” מיט’ן אופן ווי אַזוי זיי באַהאַנדלען די פּאַלעסטינער.

ער האָט אויך קריטיקירט די מערב-וועלט, צוליב דעם וואָס זי שווייגט אין אָנבליק פון ישראל’ס אָפענסיווע מיט’ן ציל צו באַפרייען דעם געכאַפּטן ישראל-זעלנער.

“די פּאַלעסטינער זענען אויסגעשטעלט צו נאָכאַנאַנדיקע אַטאַקעס דורכ’ן ציוניסטישן, אַגרעסיוון וועזן,” האָט מאַשאַל געזאָגט.

“היינט טוט ישראל באמת טעראָריזירן אונזערע מענטשן... ישראל און אַמעריקע, וועלכע האָבן צופיל גערעדט וועגן דעם טעראָר אין דער פאַרגאַנגענהייט, זענען די ערגסטע, האַרבסטע און עקלהאַפטיקסטע מוסטערן פון טעראָר.

“די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע טראָגט אויף זיך דעם אחריות אויף דעם וואָס קומט פאָר אינעם פּאַלעסטינער לאַנד: די הומאַניטאַרע קאַטאַסטראָפע, די אַטאַקעס קעגן די אינפראַסטרוקטורן,” האָט מאַשאַל געזאָגט.

“ישראל פאַרלעצט דאָס אינטערנאַציאָנאַלע געזעץ,” האָט ער צוגעגעבן. “אָבער די וועלט איז בלויז באַזאָרגט וועגן דעם זעלנער.”

מאַשאַל האָט באַשולדיקט דעם פּרעמיער-מיניסטער אהוד אָלמערט, צוליב דעם וואָס ער האָט אָפּגעוואָרפן דעם פאָרשלאַג אויף אַ משכונות-אויסטויש, פאַרלענגערט דעם קריזיס און געזאָגט אַז ער צילט חרוב צו מאַכן די דערוויילטע פּאַלעסטינער רעגירונג, וואָס ווערט אָנגעפירט דורך כאַמאַס.

“כ’טרייב נישט איבער ווען איך זאָג אַז אָלמערט און זיין פיינטלעכע פּאָליטיק האַלטן צוריק די באַפרייאונג פון גלעד שליט. ער טראָגט אויף זיך די פאַראַנטוואָרטלעכקייט אויף דעם וואָס פּאַסירט מיט שליט.

“די פּאַלעסטינער בירגער זענען פאַראייניקט אינעם פאַרלאַנג אַז דער ישראל-זעלנער זאָל אויסגעטוישט ווערן מיט [פּאַלעסטינער] אַרעסטאַנטן וואָס געפינען זיך אין די ישראל-טורמעס”, האָט מאַשאַל געזאָגט ביי דער נייעס-קאָנפערענץ, אונטערשטרייכנדיק נאָכאַמאָל וואָס זיינע געהילפן האָבן געהאַלטן אין איין זאָגן זינט שליט איז פאַרכאַפּט געוואָרן.

“מיר זאָגן צו דער וועלט אַז מיר, ווי אמתע מענטשן און אַ באַוועגונג, פאַרגעסן נישט אונזערע אַרעסטאַנטן”, האָט מאַשאַל געזאָגט.

ער האָט באַשולדיקט ישראל אינעם דורכפאַל פון די פאַרמיטלונגען דורך מצרים, קאַטאַר און אייראָפּע, אין אַ פּרואוו צו לייזן דעם קריזיס אַרום דעם פאַרכאַפּטן זעלנער.

“די דאָזיקע באַמיאונגען ווערן פאַרהאַנקערט צוליב ישראל’ס עקשנות קעגן דער באַפרייאונג פון דעם ישראל-זעלנער און דאָס אַנטזאָגן זיך אַרויסצולאָזן פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן. דאָס איז נישט קיין לייזונג... מיר ווילן נישט פאַרשאַרפן דעם מצב. מיר זענען געשטימט פאַר אַ פרידלעכער, שטילער לייזונג.

“די לייזונג איז פּשוט: אַן אויסטויש,” האָט מאַשאַל געזאָגט. “אָבער ישראל ווייזט דאָס צוריק.” מאַשאַל האָט צוגעגעבן אַז ישראל “לעבט אין אַ פאַנטאַזיע”, ווען זי טראַכט אַז דורכ’ן פאַרשטאַרקן איר אָפענסיווע, וועט זי געווינען די באַפרייאונג פון דעם געכאַפּטן זעלנער, גלעד שליט.

כאַמאַס האָט פאַרגאַנגענעם פרייטיק אַרויסגעלאָזט אַ מעלדונג, לויט וועלכער דער ישראל-זעלנער גלעד שליט, וועלכער איז צוויי וואָכן צוריק געכאַפּט געוואָרן פון אַ מיליטערישער באַזע אין כרם שלום דורך פּאַלעסטינער טעראָריסטן, לעבט און ווערט באַהאַנדלט גוט און “מענטשלעך, אין איינקלאַנג מיט די איסלאַמישע פּרינציפּן.”

כאַמאַס האָט גערופן אין דער דערקלערונג די ישראל-פּרעסע און שליט’ס פאַמיליע אַרויפצולייגן אַ דרוק אויף דער ישראל-רעגירונג, אַז זי זאָל זיך אונטערגעבן צו די “יושרדיקע פאַרלאַנגען פון די פּאַלעסטינער”, און אַרויסלאָזן פון טורמע 100 פרויען און לאַנגיעריקע אַרעסטאַנטן, וואָס האָבן שוין אָפּגעדינט 20 יאָר אין טורמע, אין אויסטויש מיט דער באַפרייאונג פון גלעד שליט.

כאַמאַס האָט אויסגעדריקט איבערראַשונג צוליב דעם וואָס ישראל וויל נישט מסכים זיין צו אַן אַרעסטאַנטן-אויטויש, כאָטש אין דער פאַרגאַנגענהייט האָט ישראל אַרויסגעלאָזט אַ גרויסע צאָל “כיזבאָלאַ” טעראָריסטן, אין אויסטויש מיט’ן אומקער פונעם “נאַרקאָטיק האַנדלער” אלחנן טענעבאָום.

“צי איז טענענבאָומ’ס לעבן וויכטיקער?” האָט כאַמאַס געפרעגט אין דער דערקלערונג.

פרייטיק האָט אויך דער מיניסטער אויף אינערלעכער זיכערקייט פון ישראל, אַבי דיכטער, געזאָגט אַז אויב ישראל וועט דאַרפן אַרויסלאָזן פּאַלעסטינער אַרעסטאַנטן אין אויסטויש מיט שליט, וועט ישראל עס טאָן.

דיכטער’ס געהילף האָט שפעטער דערקלערט אַז דיכטער האָט געמיינט צו זאָגן אַז נאָר אויב שליט וועט אומגעקערט ווערן אָן קיין תנאים, און די אַטאַקעס פון קאַסאַם-ראַקעטן וועלן זיך אָפּשטעלן, וועט דעמאָלט הערשן אַ רואיקייט, וואָס וועט דערמעגלעכן אַן אַרויסווייז פון גוטן ווילן מצד ישראל, ווי למשל אַרויסצולאָזן פּאַלסטינער אַרעסטאַנטן פון טורמע.

טראָץ דעם, האָט דער ביוראָ פונעם פּרעמיער מיניסטער דערקלערט אַז דיכטער האָט נישט גערעדט אין נאָמען פונעם פּרעמיער מיניסטער, אהוד אָלמערט, וועלכער האַלט זיך ווייטער ביי דער פעסטער שטעלונג צו פאַרלאַנגען שליט’ס באַפרייאונג אָן קיין פריערדיקע תנאים. אָלמערט’ס רעגירונג איז בכלל אַנטשלאָסן נישט צו פאַרהאַנדלען מיט דער כאַמאַס-רעגירונג וואָס אַנערקענט נישט ישראל’ס רעכט צו עקזיסטירן.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on July 13, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations