about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
שרייט אויף די וואָס נוצן די קי
מיין מיינונג
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

וואו איז געהערט געוואָרן אַז אַ מדינה ווערט פּלוצים אַטאַקירט פון אַ שונא פון דעם צווייטן זייט פון אַן אַנערקענטן גרענעץ אָן וועלכער-עס-איז פּראָוואַקאַציע, און מען גיט איר צייט-באַגרענעצונגען ווי לאַנג זי מעג אַטאַקירן איר דם-שונא? מען פאָדערט פון איר אַז איר רעאַקציע זאָל זיין “פּראָפּאָרציאָנעל”?

ישראל באָמבאַרדירט היינט לבנון נישט אַלס נקמה אָדער אַלס שטראָף פאַר די כיזבאַלאַ אַטאַקעס אויף דער אידישער מדינה. אויב עס וואָלט זיך דאָ געהאַנדלט וועגן נקמה נעמען אָדער באַשטראָפן, איז דאָ אַן אָרט צו טענהן אַז עס דאַרף זיין פּראָפּאָרציאָנעל: “עין תחת עין, שן תחת שן”. דאָ האַנדלט זיך אָבער וועגן אַ שלאַכט כדי צו באַשיצן די איינוואוינער פון ארץ ישראל, טאָ וואו איז געהערט געוואָרן אַז די רעאַקציע דאַרף זיין פּראָפּאָרציאָנעל? די רעאַקציע דאַרף זיין אַזאַ וועלכע וועט עלימינירן די מעגלעכקייט אַז דער שונא זאָל שטעלן אין געפאַר די איינוואוינער פון ישראל. כל זמן דער ציל ווערט נישט פאַרווירקלעכט, מוז ישראל קעמפן ווייטער. אָך און וויי צו די רעזולטאַטן פון אַ מלחמה וואָס מען פירט “פּאָרפּאָאַציאָנעל”.

זענען לאָנדאָנ’ס אַטאַקעס אויף בערלין געווען פּאָרפּאָרציאָנעל צו דער דייטשישער אַטאַקע אויף ענגלאַנד? איז אַמעריקע’ס מלחמה קעגן יאַפּאַן געווען פּאָרפּאָרציאָנעל צו פּערל-האַרבער? אַוודאי נישט. און עס האָט נישט געטאָרט זיין: דייטשלאַנד און יאַפּאַן האָבן, אָן פּראָוואַקאַציע, דערקלערט מלחמה קעגן אַנדערע לענדער; די דאָזיקע מדינות האָבן איצט געהאַט די פליכט צו באַשיצן זייערע בירגער און לגמרי עלימינירן דעם שונא.

די סצענעס פון אומשולדיקע לבנון-בירגער וועלכע זענען אין די לעצטע טעג אומגעקומען פון צה”ל באָמבאַרדירונגען, זענען, נאַטירלעך, שרעקלעך טראַגיש. די בילדער ווי מען שלעפּט אַרויס טויטע קינדער פון אונטער די חורבות אין דעם קאַנע דאָרף אין דרום-לבנון, רייסן די האַרץ.

איך גיי דאָ נישט אַריין אין די לעצטע נייעס-באַריכטן, אַז עס איז גאָר מעגלעך אַז כיזבאַלאַ און נישט ישראל זענען די שולדיקע אין דער קאַנע אויפרייס. אָבער די חוצפּה פון די וועלט אין פאַרדאַמען ישראל אויף די דאָזיקע אַקציעס, אָן אַרויסברענגען דעם פולן אמת, דעמאָנסטרירט ווידער אַמאָל דעם אַלטן כלל, אַז וואָס ישראל וועט נאָר נישט טאָן, וועט מען איר אַלעמאָל באַשולדיקן אין דאָס נידערטרעכטיקסטע. די חכמים זענען נישט געווען נאַאיוו ווען זיי האָבן דערקלערט, אַז “הלכה היא בידוע שעשו שונא ליעקב”. יעקב קען זיך קלאַפּן קאָפּ אין וואַנט; ער וועט בלייבן דער קרימינאַל.

דער כיזבאַלאַ האָט שוין געשיקט נאָענט צו 2000 ראַקעטן מיטן לכתחילה’דיקן ציל צו הרגענען און פאַרוואונדן וואָס מער ציווילע מענטשן. וועגן דעם שרייט מען נישט. אָבער ווען ישראל נוצט איר אַרמיי צו חרוב מאַכן כיזבאַלאַ באַזעס, און בטעות ווערן אומגעבראַכט ציווילע מענטשן, פּלוצים וועקן זיך אויף אַלע ליבהאָבער פון דער מענטשהייט און מען צעוויינט זיך אויף דער גורל פון די אומשולדיקע קינדער.

כאַסאַן נאַסראַלאַ האָט געבויט זיין טעראָר אַרמיי צווישן ציווילע לעבאַנעזער; כיזבאַלאַ שיסט ראַקעטן פון ציווילע הייזער און אומגעבונגען און אירע זעלנער קעמפן קעגן ישראל פון הייזער אָנגעפילט מיט פרויען און קינדער. פאַר זיי איז עס אַ מחיה: אויב ישראל שיסט נישט, כדי צו פאַרמיידן דאָס טויט פון אומשולדיקע מענטשן, איז דאָך אַוודאי גוט; אויב ישראל שיסט יאָ און הרגעט בטעות אַ קינד, איז דאָך בעסער: מ’קען ווייזן די וועלט וואָס פאַראַ קרימינאַלן די ציוניסטן זענען.

דאָס איז דאָך אַן אומדערהערטע, פינצטערע רשעות. אפילו די פאַרדאָרבענע דייטשן האָבן נישט גענוצט זייערע אייגענע קינדער אַלס שילדן. זיי האָבן קיינמאָל נישט געהרגעט זייערע אייגענע קינדער; זייער ציל איז געווען צו דערמאָרדן אידישע קינדער. אָבער די היינטיקע אַראַבישע טעראָריסטן, טראַכטן נישט צוויי מאָל וועגן דעם גורל פון מוסלמענישע קינדער, אַבי אַז ישראל כאַפּט אַ מפּלה.

ווער איז דען שולדיק אין דעם טויט פון די לעבאַנעזער קינדער? וואָס דאַרף ישראל טאָן ווען כיזבאַלאַ פאַרוואַנדלט אַ ציווילע באַפעלקערונג אין דעם שלאַכט-פעלד קעגן די אידישע מדינה און שיסט פון דאָרטן ראַקעטן קעגן ישראל-בירגער? דאַרף ישראל איגנאָרירן כיזבאַלאַ און לאָזן אידן אין ארץ ישראל געהרגעט ווערן?

ניין, ישראל איז נישט שולדיק. די לעבאַנעזער ווייסן אַז כיזבאַלאַ שיסט פון זייערע הויפן און באַהאַלט די ראַקעטן אין זייערע הייזער. אויב זיי דערלאָזן עס, זענען זיי שולדיק אין זייער טויט; אויב נישט, האָבן זיי געדאַרפט אַנטלויפן, וויסנדיק אַז ישראל וועט זיכער באָמבאַרדירן די ערטער פון וועלכע מען שיסט ראַקעטן אויף אידישע קינדער אין ישראל.

און וואו זענען די אַלע שרייער ווען עס קומט צו די דערמאָרדעטע קינדער אין סודאַן? ווייסט איר רבותי אַז אין סודאַן ווערן היינט אומגעבראַכט אומגעפער 10,000 אומשולדיקע אַפריקאַנער יעדן חודש, צווישן זיי טויזנטער קינדער? נישט ווייל אַ טעראָר אַרמיי שיסט פון זייערע אומגעבונגען, נאָר ווייל די סודאַנער מוסלמענישע מיליציעס צילן דורכצופירן גענאַציד אויף די אַפריקאַנער שוואַרצע שבטים אין דאַרפור. וואו איז דער וועלט-געשריי אויף די דאָזיקע קרבנות?

ליידער, פאַרמאָגט די אידישע  מדינה נישט די ריכטיקע וואָרטזאָגער, וועלכע זאָלן מיטן שטאָלץ און קלאָרקייט אַרויסברענגען פאַר דער וועלט דעם פולן אמת. פאַר די שונאי ישראל מאַכט עס נישט קיין חילוק, זיי וועלן סיי-ווי-סיי באַשולדיקן די אידן. אָבער עס זענען דאָ אַ סך מענטשן וועלכע לייענען, הערן און זען די נייעס און באַגרייפן נישט דעם תהומדיקן אונטערשייד צווישן דער ישראל אַרמיי און די כיזבאַלאַ באַנדיטן. אונזערע וואָרטזאָגער שטאַמלען; עס פעלט זיי שטאָלץ און קלאָרקייט.

מלחמה איז ביטער און טראַגיש. אין שלאַכט, פאַרלירן מענטשן זייערע לעבנס; שטעט ווערן חרוב, און דער גאַנצער נאָרמאַלער לעבנסשטייגער קומט צו אַ סוף. אָבער ווען דער שונא צילט אומצוברענגען אַ מדינה, איז נישטאָ קיין ברירה: מען דאַרף קעמפן מיטן גאַנצן טראַסק און פּטור ווערן פון אַזאַ שלאַנג. ישראל טאָר זיך איצט נישט אונטערגעבן דעם דרוק צו פּראָקלאָמירן אַ פייער שטיל שטאַנד; זי מוז זיגן אין די מלחמה. 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 4, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations