about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אידן! טוט אַ שמייכל
משה לאָיעוו
 

 מען האַסט דעם אמת

אין אַ שטעטל האָט געלעבט אַ איד אַ מילכיקער. ער פלעגט צונעמען פון דער ווייב’ס הענט אַן עמער פרישע אָפּגעמעלקטע מילך, צעפירן זי מיט וואַסער און צעטראָגן איבער די הייזער פון זיינע קונים.

אָפן גערעדט, האָט נאָך דער זיידע זיינער זיך געפירט אויפן זעלבן אופן. פון דור צו דור, האָבן די שטעטלדיקע איינוואוינער געטרונקען אָט די צעפיכע מילך, און ניט געהאַט קיין שום פּרעטענזיעס.

נאָר מיטאַמאָל האָט זיך אָט דער מילכיקער מתוודה געווען, און באַשטימט מער קיינמאָל ניט צו צעפירן די מילך. און וואָס מיינט איר? אויף מאָרגן זיינען אַלע זיינע קונים אָנגעפאַלן אויף אים און גענומען זיך באקלאָגן אויף דעם, וואָס די מילך האָט ניט דעם געוויינלעכן גוט טעם.

דאַן איז דער מילכיקער אַוועקגעגאַנגען צו ר’ מנחם מענדל’ען פון קאָצק, און אים דערציילט דעם גאַנצן אמת.

- אָט אַזאַ איז אונזער וועלט, - האָט דער רבי אים באַרואיקט. - מען האָט יאָרן לאַנג צוגעוואוינט מענטשן צום טעם פון אַ ליגן, האָבן זיי פאַרגעסן דעם טעם פון אמת, איז מיט עקל שפּייען זיי אַרויס, אַזוי ווי דיינע קונים, די עכט-ריינע מילך.

*   *   *

שמואל האָט באַגנב’עט די וואוינונג פון אַ גביר. דער ריכטער פרעגט אים:

- פאַרוואָס האָט איר ניט גענומען קיין ווערטפולע זאַכן, נאָר אַוועקגעטראָגן אומנוצלעכע אַלטע שמאַטעס?

- אוי, דאָס איז שוין צופיל. ווייניק וואָס מיין ווייב שרייט אויף מיך איבער דעם ענין שוין צוויי טעג, איז איצט אויך איר!

*   *   *

- חנה, פאַרוואָס פרעגסטו ניט, ווי איך לעב, ווי איז מיין געזונט?

- יאָ, יאָ, ליזעטשקע, ווי לעבט זיך דיר? ווי איז דיין געזונט?

- אוי, בעסער פרעג ניט.

*   *   *

די מומע:

- דו העלפסט דער מאַמען?

די פּלימעניצע: אַוודאי, איך, צום ביישפּיל, צייל איבער אונזערע זילבערנע לעפל נאָך דעם ווי די גייסט אַוועק.

*   *   *

מ’פרעגט אַ אינגעלע:

ווי רופט מען דיין מאַמען?

- כ’ווייס ניט.

- נו, און ווי רופט זיך דער טאַטע?

- קום אַהער.

*   *   *

- קינדער, די מומע גייט אַוועק, וואָס באַדאַרף מען איר זאָגן ביי דער געזעגענונג?

- דאַנקען ג-ט.

*   *   *

אַ גאַסט: דו האָסט ליב צו לייענען לידער, יונגער פריינט מיינער?

איך קען זיי אַפילו ניט ליידן, נאָר די מאַמע צווינגט מיך אַלעמאָל דאָס צו טאָן, ווען זי וויל אַז די געסט זאָלן וואָס גיכער אַוועקגיין.

*   *   *

איוואַנאָוו’ס קינדער האָבן זיך שטענדיג געשפּילט מיט יאסיליעוויטש’עס קינדער. נאָר איין מאָל האָט סאשע איוואַנאָוו געזאָגט, אַז זיי וועלן זיך שוין מער ניט חבר’ן מיט זיי, מיט אָט די אידן.

- דער טאַטע האָט אונז געזאָגט, אַז איר האָט געקרייצט אונזער אותו האיש.

- ניין, ניין, - שרייט אויס דער קליינינקער שמעו’לע יאַסיליעוויטש. - מיר האָבן דאָס ניט געטאָן. מסתמא האָבן דאָס געטאָן די סאַנדלערס פונעם פיפנטן שטאָק.

*   *   *

דער לערער קוקט איבער לייזערקע’ס העפט און אַ פאַרוואונדעטער פרעגט ער אים:

איך פאַרשטיי ניט, לייזערקע, ווי קען איין מענטש מאַכן אַזוי פיל גרייזן?

- דאָס האָט געמאַכט ניט איין מענטש, ענטפערט לייזערקע. - מיר האָבן געהאָלפן מיין טאַטע, דער שכן, און מיין עלטערע שוועסטער.

*   *   *

אַ מאַן איז געקומען אין שפּיטאָל מבקר חולה זיין די פרוי זיינע. די קראַנקן שוועסטער טיילט אים מיט, אַז זי איז, צום באַדויערן, געשטאָרבן. ווען ער האָט שוין באַוויזן אַרויסצוגיין אויף דער גאַס, האָט זי אים דעריאָגט און מיט פרייד געזאָגט, אַז ס’איז פאָרגעקומען אַ טעות, די ווייב זיינע לעבט.

- ניין, - האָט געזאָגט דער מאַן, - געזאָגט, פאַרפאַלן!

*   *   *

אויף אַן עראָפּלאַן פליען אַ פראַנצויז, אַן אַמעריקאַנער און אַ רוסישער.

דער פראנצויז שטעקט אַרויס די האַנט פונעם עראָפּלאַן, דערנאָך טוט ער זיך אַ שמעק און זאָגט:

- פראַנקרייך.

פרעגט מען אים:

- ווי אַזוי האָסטו זיך דערוואוסט?

- ס’שמעקט מיט פּערפיומען.

אין אַ קורצער צייט אַרום שטעקט אַרויס די האַנט פונעם עראָפּלאַן דער אַמעריקאַנער, אַ שמעק געטאָן און זאָגט:

- אַמעריקע.

- ווי אַזוי האָסטו זיך דערוואוסט?

ס’שמעקט מיט געלט.

- נאָך אין אַ פּאָר מינוט שטעקט אַרויס די האַנט דער רוסלענדער, און גלייך כאַפּט ער זי צוריק און זאָגט:

- רוסלאַנד!

- ווי אַזוי האָסטו זיך דערוואוסט?

- אַראָפּגענומען דעם זייגער.

*   *   *

אַ געזונטער ווערגעלעץ קומט אַריין אין אַ רעסטאָראַן און ווענדעט זיך צום באַר-מען:

- אַן אַרויסטרייבער באַדאַרפט איר?

- מיר באַדאַרפן, נאָר איך ווייס דאָך ניט אייער קוואַליפיקאַציע.

- באַלד וועל איך זי אייך ווייזן.

און גלייך גייט ער צו צו אַ טישל, כאַפּט אָן פאַרן האַלדז און נאַקן דעם ערשטן וועלכער האָט זיך אים געפּאַקט אין די הענט, און וואַרפט אים אַרויס דורכן פענצטער.

- נו, געפעל איך אייך?

- באַלד וועט זיך דער באַלעבאָס אומקערן צוריק פון דרויסן וואו דו האָסט אים געוואָרפן, און ער וועט באַשטימען.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 10, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations