about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
ישראל איז פאָרט שולדיק
דער היסטאָרישער טעות פון די אידישע מדינה אין נישט מאַכן שלום אין 1967
מרדכי באומאַן
 

לעצטע וואָך, אינמיטן דער סאַמע ברען פון דער מלחמה, האָט פּרעמיער אהוד אָלמערט ווידער געלאָזט הערן זיין פּלאַן אַז נאך דער מלחמה וועט ער זיך נעמען צו עוואַקואירן די מתיישבים פון די שטחים אין יהודה און שומרון.

די אויספירונגען אין מיין אַרטיקל אין “אַלגעמיינעם זשורנאַל” פון 14טן יולי 2006, אין וועלכן איך האָב פאַרטיידיקט די טעזע פון פּרעמיער אהוד אָלמערט, אַז די עוואַקואירונג פון די מתיישבים אין יהודה און שומרון איז גוט פאַר ישראל, האָט אַרויסגעבראַכט קריטישע באַמערקונגען פון צוויי טייערע אידן, משה גרודה און בצלאל פיקסלער, אין “אַלגעמיינעם זשורנאַל” דעם 27סטן יולי, וואו זיי האָבן זיך באַמיט אַרויסצוברענגען דעם געדאַנק, אַז פּשרות מיט די אַראַבער, דורך אַוועקגעבן שטחים און אָפּשטעלן די אידישע אָקופּאַציע אויף די פּאַלעסטינער אַראַבער, וועלן ניט ברענגען צו אַ שלום.

דעם אמת געזאָגט, איז היינט שווער, זייער שווער, צו שרייבן וועגן דער סיטואַציע אין ישראל. דאָס האַרץ טוט וויי און די אויגן ווערן פאַרנעפּלט פון לייענען און הערן אויף דער ראַדיאָ און טעלעוויזיע וועגן די אומשולדיקע און טייערע יונגע צה”ל-זעלנער, און אויך ציווילע ישראלים, וועלכע פאַלן ליידער היינט-צו-טאָג אַלס קרבנות פון דעם אומזיניקן פעלקער-געראַנגל.

באַוואויגן צו שרייבן מיין היינטיקן מאמר האָט מיך אַ קורצע פראַזע אין משה גרודה’ס בריוו, וואו ער שרייבט: “מיר צאָלן איצט דעם וועקסל פון בלוט, פאַר דער קורצזיכטיקייט פון די פירער און זייערע נאָכפאָלגער”. דאָס האָט אין מיר אויפגעברענגט דעם געדאַנק, אַביסל אויפצוהייבן דעם שלייער פון אונזער היסטאָרישן מלחמה-געראַנגל מיט אונזערע שכנים, אין דער ניט גאָר ווייטער פאַרגאַנגענהייט פון 1967.

די זעקס-טאָגיקע מלחמה, דער גרויסער זיג פון צה”ל איבער די אַראַבישע אַרמייען, דאָס אַנטלויפן פון צענדליקער טויזנטער אַראַבער פון זייערע היימען, דאָס דעראָבערן ירושלים און אונזערע הייליקע ערטער דאָרט, האָט אַריינגעברענגט באַגייסטערונג אין אידישע הערצער.

ס’איז אָבער אויך געווען אַ שעת הכושר וואָס מיר האָבן פאַרנאַכלעסיקט. אַנשטאָט צו ווערן באַגייסטערט און באַזינגען די לארבע בלעטער וואָס דער זיג האָט אונז געברענגט, האָבן מיר געדאַרפט זאָגן צו די באַזיגטע אַראַבער: “גוט, מיר האָבן געזיגט אין דער מלחמה. מיר האָבן צוריק באַקומען די הייליקע ערטער וואָס באַלאַנגען צו אונז. אָבער מיר לייגן אייך פאָר אַ היסטאָרישן אויסגלייך פון פרידן און שלום פאַר ביידע פעלקער וואָס לעבן דאָ זייט ביי זייט, אויף באַדינגונגען וואָס קענען ווערן אויסגעגליכן אויף אַ פרידלעכן אופן”.

די אַראַבער וואָלטן אין יענער צייט, ניט זייענדיק נאָך דאַן באַהערשט פון די עקסטרעמע מוסולמענישע “כאַמאַס” און “כיזבאַלאַ” באַנדעס, וועלכע זיינען געבוירן געוואָרן טאַקע אַדאַנק דער ישראל-אָקופּאַציע אין יענער צייט, מער ווי וואַרשיינלעך אָנגענומען דעם ישראל שלום-פאָרשלאַג.

מיר האָבן פאַרפּאַסט די געלעגנהייט.

די ישראל-רעגירונגען אין יענער צייט, זיינען געווען באַהערשט פון אולטראַ-נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען. אַפילו די אַרבעטער-רעגירונגען פון דוד בן-גוריון און לוי אשכול, זיינען געווען באַהערשט פון די אָקופּאַציע און עקספּאַנסיע-שטימונגען, איגנאָרירנדיק דעם אַראַבישן שיכט וואָס האָט געלעבט אין אַרבעטסלאָזע, האָפענונגסלאָזע אָרימקייט באַדינגונגען, וואָס האָט טאַקע גורם געווען, אַז ראַדיקאַלע אַנטי-ישראל פראַקציעס זאָלן געבוירן ווערן און קומען צום וואָרט.

אַנשטאָט צו טראַכטן ווי אַזוי צו באַוואַסערן און באַפעלקערן דעם שטח פון נגב, וואָס האָט זיך ווי געבעטן אַז די שפּליטערן פון די רוסיש-אידישע עמיגראַציע-שטראָמען, וואָס האָבן אָנגעהויבן קומען קיין ישראל צו יענער צייט, זאָלן קומען אַהין, האָט מען אַריינגעשטופּט מתיישבים אין געדיכט-באַוואוינטע אַראַבישע שטחים, מיט דער לאָזונג פון “כיבוש הארץ”, “כיבוש העם”, “ארץ ישראל השלימה”.

אמת, געווען ניכטערנע אידישע שטימען, האָבן געטראַכט אַנדערש, ווי אַ שטייגער דער פאַרשטאָרבענער משה דיין, וועלכער האָט געוואָרפן די לאָזונג “גיב זיי אַ ‘זבענג’ און פאַרטיק” (”זבנג וגמרנו”). אָבער זיי זיינען געווען אַ קליינע מינדערהייט, און זיינען געוואָרן איגנאָרירט.

היינט איז די סיטואַציע אין ישראל גאָר, גאָר אַנדערש.

די צייט און די דערפאַרונג האָבן געלערנט אונזערע פירער אָפּצואוואַרפן דעם עקסטרעמען, אַנטי-דעמאָקראַטישן נאַציאָנאַליזם, וואָס דער פּועל יוצא דערפון מוז זיין, אַז אַ מינדערהייט-ממשלה איבער אַראַבישע איינהייטן איז ניט דערלאָזבאַר. איז דערפאַר, כדי אָנצוהאַלטן די מאָראַלישע קוואַנטיטעט אַלס אַ דעמאָקראַטישע אידישע מלוכה, מוזן מיר שטרעבן צו אַ גרויסן אָפּזונדערונגס-פּלאַן, אפילו מיט פאַרקלענערן דעם שטח פון אונזערע שטחים, דורך אַרויסציען געוויסע מתיישבים פון זייערע ערטער.

דער פּלאַן איז זייער אַ ריזיקאַלישער. עס וועט זיך פאָדערן אַ סך אויפקלערונגס און פּראָפּאַגאַנדע מאַטעריאַל פאַר די אַראַבישע מאַסן, אַז זיי זאָלן אים אָננעמען, ווי די מערהייט פון אידישן ישוב, און די רעגירונג אין שפּיץ מיט אהוד אָלמערט, לייגן אים פאָר.

איך גלויב, אַז די אידישע און אַראַבישע וועלט וואָס קוקט זיך צו מיט שפּאַנונג צו דעם מלחמה-געראַנגל וואָס קומט היינט פאָר אין ישראל, און צו די שטאַרקע און דאָמינירנדע קלעפּ וואָס צה”ל איז בכוח צו געבן פאַר אונזערע שונאים, וועט זיך איבערצייגן און זאָגן: לאָמיר ניט מאַכן די טעותים וואָס די אידן האָבן געמאַכט אין 1967. לאָמיר געבן די אידן דעם זכות הקיום מיט אונזער גוטהייסונג אַלס גוטע שכנים, מיט אונזער נאָר וואָס אויפגעקומענער קליינינקער אַראַבישער מדינה, פון די נאָר-וואָס פאַרלאָזענע אידישע שטחים.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 11, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations