about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אין איין נאַכט האָט סטאַלין דע
צום 54טן יאָרטאָג זינט דעם מאָרד פון די אידישע אַנטי-פאַשיסטן אין סאָוויעטן פאַרבאַנד, אויגוסט דעם 12טן, 1952
דר. כאַריטאָן בערמאַן\קיעוו
 

די צוויי געטרייע קעמפער פון די נאַצי פאַשיסטן, זייענדיק אינעם האָטעל וואו זיי האָבן זיך אויפגעהאַלטן, האָבן באַקומען אַ טעלעפאָן-מיטטיילונג, אַז זיי זאָלן תיכף קומען אין דער “ען-קאַ-ווע-דע” וועגן זייער אַ וויכטיקן עניין. זיי זיינען אַוועק און שוין מער ניט צוריקגעקומען. זיי זיינען דערמאָרדעט געוואָרן אין דער זעלבער נאַכט.

 שוין כמעט זעכציק יאָר געהערט די טעטיקייט פון דעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט אין סאָוועטן-פאַרבאַנד צו די ווייסע פלעקן אין דער סאָוועטישער געשיכטע.

 אין די יאָרן פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, זייענדיק אויפן פראָנט, האָב איך מיט גרויס אַכטונג און אינטערעס געהערט דורך דער ראדיאָ די ליידנשאַפטלעכע רירנדע עמאָציאָנעלע מיט ווייטיק-געפילן רעדעס פון די מיטגלידער פון דעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט, וועלכע פלעגן רופן צום קאַמף קעגן דעם טויט-שונא, דייטשלאַנד.

אינאיינעם מיט מיר פלעגן סאָלדאַטן און אָפיצירן פון פאַרשידענע פעלקער פונעם סאָוועטן פאַרבאַנד, הערן די אַרויסטרעטונגען פון שלמה מיכאָעלס, איליא ערענבורג, פּרץ מאַרקיש, דוד האָפשטיין, דוד בערגעלסאָן, איציק פעפער, און אַ סך אַנדערע באַוואוסטע פּערזענלעכקייטן, וועלכע האָבן אַרויסגערופן אַ ברייטן אָפּקלאַנג ביי אַלעמען.

עס איז געקומען די צייט ווען די אַרכיוון פון דאָקומענטן וועלכע זיינען פאַרבונדן מיטן אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט, זאָלן ווערן מער צוטריטלעך פאַר דער עפנטלעכקייט. דאָס איז וויכטיק, ווייל אין דער לעצטער צייט זיינען באַקאַנט געוואָרן נייע איינצלהייטן, וועלכע באַלייכטן די פראַגע איבער די גרוילטאַטן וואָס זיינען פאַרבונדן מיט דער געשיכטע פון אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט אין סאָוועטן-פאַרבאַנד און ווי די אידישע אַקטיוויסטן זענען גרויזאַם דעמאָרדעט געוואָרן דורך די סאָוויעטישע רוצחים.

ווי באַוואוסט, איז אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה דורך דער סאָוועטישער אינפאָרמאַציע-ביוראָ, מיט וועלכער עס האָט אָנגעפירט דער איד סאָלאָמאָן לאַזאַווסקי, געשאַפן געוואָרן דער אידישער אַנטי-פאַשיסטישער קאָמיטעט.

די גרינדונג פון דעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט איז פאָרגעקומען אין אויגוסט 1941. אָבער צו פּראַקטישער אַרבעט איז דער אידישער קאָמיטעט צוגעטראָטן בלויז אין פעברואַר 1942.

פאַרוואָס האָט זיך די פּראַקטישע אַרבעט אָנגעהויבן ערשט מיט אַ האַלב יאָר נאָך דער גרינדונג?

איז הערט דעם גרויזאַמן ענטפער אויף דער פראַגע.

די לעצטע אַרבעט פון יהושע פּיאַסעק עפנט נייע בלעטלעך אין דער געשיכטע פון דעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט, וועלכע זיינען ניט געווען באַקאַנט אין דער ברייטער עפנטלעכקייט. זיי זיינען פאַרבונדן מיט די באַקאַנטע צוויי פירער פון די אידישער אַרבעטער-באַוועגונג, מיטגלידער פון דעם צענטראַל-קאָמיטעט פון “בונד” אין פּוילן, הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער, וועמענס נעמען זיינען אַריין אין דער געשיכטע פון דער אידישער אַרבעטער-באוועגנוג אין דער וועלט.

דעם ערשטן סעפּטעמבער 1939 איז היטלער-דייטשלאַנד אָנגעפאַלן אויף פּוילן. אין הסכם מיט אַ באַשלוס פון צענטראַל קאָמיטעט פון בונד, האָבן די אָנגעזעענע טוער פון דער פּאַרטיי פאַרלאָזט וואַרשע, כדי ניט אַריינצופאַלן אין די הענט פון די נאַציס ימח שמם. צווישן די פירער פון בונד וועלכע האָבן פאַרלאָזט וואַרשע, האָבן זיך אויך געפונען הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער. זיי האָבן געדאַרפט אָרגאַניזירן אַן אונטערערדישן קאַמף אויף דער אָקופּירטער מצד די פאַשיסטן טעריטאָריע.

דעם 17טן סעפּטעמבער 1939, איז די רויטע אַרמיי אַריבער די פּוילישע גרעניץ. הענריק ערליך האָט זיך דאַן געפונען אין פּינסק, און וויקטאָר אַלטער אין קאָוועל. דעם 26סטן סעפּטעמבער ווערט אין קאָוועל אַרעסטירט וויקטאָר אַלטער. הענריק ערליך ווערט אַרעסטירט דעם 14טן אָקטאָבער אין בריסק. דערנאָך האָט מען זיי אַריבערגעפירט קיין מאָסקווע. אין תפיסה זיינען זיי געזעסן יעדער באַזונדער.

מען האָט זיי באַשולדיקט אין אַנטי-סאָוועטישער טעטיקייט אין פּוילן פאַר דער מלחמה, און אַז זיי זיינען געווען פאַרבונדן מיט משה ראַפעס, אסתר פּרוטקין, משה ליטוואַקאָוו (רעדאַקטאָר פון מאָסקווער “עמעס”). אויסגעטראַכטע מעשיות, אַז זיי אַלע זיינען געווען אַגענטן פון דער פּוילישער “דעפענסיווע”, און אַנדערע בלבולים.

אין אויגוסט 1941, שוין אין צייט פון דער מלחמה מיט דייטשלאַנד, איז פאָרגעקומען דער פּראָצעס. ערליך און אַלטער זיינען פאַר’משפּט געוואָרן צום טויט. אין טויט-קאַמער האָט מען זיי געמאָלדן, אַז דער טויט-אורטייל איז פאַרביטן געוואָרן אויף צען יאָר תפיסה. אויך דער דאָזיקער אורטייל איז בטל געוואָרן. אויפן סמך פון דעם אָפּמאַך פון דער סאָוועטישער רעגירונג און דער פּוילישער גלות-רעגירונג איז פאָרגעקומען אַן אַמנעסטיע. הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער זיינען באַפרייט געוואָרן אין סעפּטעמבער 1941.

נאָך דער באַפרייאונג האָט מען זיי אַרויסגערופן אין דער “ען-קאַ-ווע-דע”. די געשפּרעכן מיט זיי האָט געפירט בעריאָ. ערליכ’ן און אַלטער’ן האָט מען אָפיציעל געמאָלדן, אַז דער אַרעסט און אורטייל איז געווען אַ רעזולטאַט פון אַ פאַטאַלן טעות, און אַז די סאָוועטישע רעגירונג איז פאַראינטערעסירט אויסצונוצן זייער גרויסע אויטאָריטעט אין דער וועלט פאַר דעם געמיינזאַמען קאַמף קעגן פאַשיזם און נאַציזם. די סאָוועטישע רעגירונג האָט פאָרגעלייגט אַז הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער זאָלן זיך שטעלן אין שפּיץ פונעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט אין סאָוועטן פאַרבאַנד.

הענריק ערליך האָט געפאָדערט צו זיין פאָרזיצער, וויקטאָר אַלטער - סעקרעטאַר, און שלמה מיכאָעלס - שטעל-פאַרטרעטער און פאָרזיצער. כדי צו שאַפן דעם אידישן  אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט, האָט בעריאָ פאָרגעלייגט, אַז ערליך און אַלטער זאָלן שיקן אַ מעמאָראַנדום צו יאָזעף סטאַלינ’ען, וועלכער דאַרף געבן זיין צושטימונג צו אָרגאַניזירן דעם קאָמיטעט.

הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער האָבן זיך געדאַרפט פאַרבינדן מיטן אונטערערדישער אידישער אַרבעטער באַוועגונג אין פּוילן, אין דעם אַנטי-היטלעריסטישן קאַמף. ערליך און אַלטער האָבן געוואַרט אויף אַ דערלויבעניש אָנצוהויבן די טעטיקייט אַלס אָנפירער פונעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט. זיי האָבן זיך דאַן געפונען אין קויבישעוו.

אין דער נאַכט פון דריטן אויפן פערטן דעצעמבער 1941, האָבן זיי אינעם האָטעל וואו זיי האָבן זיך אויפגעהאַלטן, באַקומען אַ טעלעפאָן-מיטטיילונג, אַז זיי זאָלן תיכף קומען אין דער “ען-קאַ-ווע-דע” וועגן זייער אַ וויכטיקן עניין. זיי זיינען אַוועק און שוין מער ניט צוריקגעקומען. זיי זיינען דערמאָרדעט געוואָרן אין דער זעלבער נאַכט.

די מלחמה קעגן היטלעריסטישן דייטשלאַנד איז געווען אין פולן ברען. סטאַלין האָט געגלויבט, אַז בעת דער מלחמה וועט מען פאַרשווייגן דעם אומגעהויערן פאַרברעכן, אָבער ער האָט געהאַט אַ טעות. די ידיעה וועגן דעם העסלעכן מאָרד האָט אַרויסגערופן פּראָטעסטן אין דער גאַנצער וועלט. אין די פּראָטעסטן האָבן אָנטייל גענומען אַלבערט איינשטיין, און פילע אָנגעזעענע ליבעראַלע פּערזענלעכקייטן און פירער פון דער אַרבעטער-באַוועגונג אין אַ סך לענדער.

אַזוי זיינען דערמאָרדעט געוואָרן די צוויי אָנפירער פון דער אידישער אַרבעטער-באַוועגונג הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער. אַזוי אַרום איז דער אידישער אַנטי-פאַשיסטישער קאָמיטעט צוגעטראָטן צו פּראַקטישער אַרבעט ערשט אין פעברואַר 1942.

דער אידישער אַנטי-פאַשיסטישער קאָמיטעט האָט פאַר זיך געשטעלט די פאָלגענדע אויסגאַבן: די פאַראייניקונג פון די אידן אין דער גאַנצער וועלט אין קאַמף קעגן פאַשיזם, אינפאָרמירן וועגן די פאַרברעכנס מצד דעם פאַשיזם און וועגן העראָאיזם פון דער רויטער אַרמיי, און זאַמלען מאַטעריעלע הילף אין לאַנד און אין אויסלאַנד.

דער ערשטער פּלענום פון אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט איז פאָרגעקומען דעם 28סטן מאַי, 1942. אויפן ערשטן פּלענום איז געשאַפן געוואָרן דער אָנפירנדער אַפּאַראט, בראש מיט שלמה מיכאָעלס אַלס פאַראַנטוואָרטלעכער סעקרעטאַר. אַלס רעדאַקטאָר פון דער צייטונג “אייניקייט” איז אויסגעוויילט געוואָרן ש. עפּשטיין. דער פּרעזידיום פון דעם קאָמיטעט איז באַשטאַנען פון דוד בערגעלסאָן, איציק פעפער, לייב קוויטקאָ, ש. האַלקין. פאָרזיצער פון דער פינאַנץ-קאָמיסיע איז געווען ב. שימעלעוויטש.

אויסער זיי, זיינען אין די יאָרן פון 1942 ביז 1944 געוואָרן מיטגלידער פון דעם קאָמיטעט די שרייבער דוד האָפשטיין, פּרץ מאַרקיש, דער נסתר, נ. לוריע, נ. דאברושין, א. נוסינאָוו, דער אַרטיסט זוסקין, דער אַרכיטעקט וו. יאפאן, דער פּיאַניסט עמיל גילעלס, דער אַקאַדאַמעיקער פרומקין, לינע שטערן, דער העלד פון סאָוועטן-פאַרבאַנד גענעראַל יאַקאָוו (יעקב) קרייזער, דער פּאָעט און פּאַרטיזאַנער אברהם סוצקעווער, און אַנדערע.

דער צווייטער פּלענום איז פאָרגעקומען אין פעברואַר 1943, און דער דריטער, אין אַפּריל 1944. אינעם אויסערן-קאָלעקטיוו פון אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט זיינען געווען אַזעלכע באַוואוסטע שרייבער ווי איליאַ ערענבורג, וו. גראָסמאַן, ד. זאָסלאָווסקי, אַ פאדיעיעוו, פאבלא טיטשינא, מ. רילסקי, וו. שקלאָווסקי, ק. פאַוסטאָווסקי, און אַ סך אַנדערע.

א. ווייסבערג שרייבט, אַז אין משך פון דער מלחמה האָט דער קאָמיטעט דורכגעפירט אַ גרויסע טעטיקייט. אין די מערב-לענדער זיינען פאַר די נויטן פון דער רויטער אַרמיי געזאַמלט געוואָרן אַרום  45 מיליאָן דאָלאַר. עס זיינען אַנטשטאַנען פילע אידישע קאָמיטעטן צו העלפן דעם סאָוועטן-פאַרבאַנד. אָנגעפירט מיט דעם דאָזיקן ראַט האָבן דער גרויסער פיזיקער אַלבערט איינשטיין און דער באַרימטער שרייבער שלום אַש.

עס זיינען דורכגעפירט געוואָרן דורך דעם קאָמיטעט מער ווי ניין הונדערט ראַדיאָ-טראַנספאָרמאַציעס אין דער ריכטונג פון ענגלאַנד און צפון-אַמעריקע. מ’האָט אַריבערגעשיקט צו דער אויסלענדישער פּרעסע מער פון 23 טויזנט צייטונגס-אַרטיקלען. דער קאָמיטעט האָט אַרויסגעשיקט איבער דריי הונדערט טויזנט פאָטאָגראַפיעס, מאַנוסקריפּטן און פאָטאָ-רעפּאָרטאַזשן, וועלכע זיינען פאַרעפנטלעכט געוואָרן אין צענדליקער לענדער.

אַ גרויסן איינדרוק אין דער וועלט האָט אַרויסגערופן דער באַזוך פון שלמה מיכאָעלס און איציק פעפער זומער-צייט פון יאָר 1943, אין ניו יאָרק, וואו אין דעם גרעסטן סטאַדיאָן האָבן זיי אָנטיילגענומען אין אַ מיטינג וואו עס זיינען געווען מער ווי פופציק טויזנט מענטשן. עס האָבן זיי באַגריסט אַלבערט איינשטיין און ליאָן פויכטוואַנגער.

פון דעם יאָר 1944 האָט זיך געפירט אַ שטרייט אין אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט אַרום דעם פּראָבלעם: צי דאַרף דער קאָמיטעט זיין אַ געוויינלעכער אָרגאַן פאַר פּראָפּאַגאַנדע, אָדער פאָרשטעלן מיט זיך אַן אָרגאַניזאַציע צום שוץ פון די קולטורעלע און סאָציאַלע אינטערעסן פון די סאָוועטישע אידן. צווישן די אָנהענגער פון אָט דער צווייטער קאָנצעפּציע האָט זיך געפונען פּרץ מאַרקיש, א. נוסינאָוו, און דער גענעראַל יעקב קרייזער.

דאָס האָט משוגע געמאַכט סטאַלין און די סאָוועטישע פינסטערע שונאי ישראל. ווי ס’איז באַוואוסט, האָט סטאַלין, אין נאָוועמבער 1948, צענישט געמאַכט דער אידישער אַנטי-פאַשיסטישער קאָמיטעט.

אין יאַנואַר 1949 זיינען אַרעסטירט געוואָרן: דוד בערגעלסאָן; לייב קוויטקאָ; איציק פעפער; ב. זוסקין; פּרץ מאַרקיש; ב. שימעלעוויטש; א. נוסנאָוו און אַנדערע.

וועגן דער לעצטער צייט זיינען לויט א. ווייסבערג’ס קוואַלן פאַראַן באַשטימטע באַווייזן, אַז ערב די אַרעסטן איז פאָרגעקומען אַ באַראַטונג פונעם סעקרעטאַר פון צענטראַל-קאָמיטעט פון דער פּאַרטיי, מיכאַאיל סוסלאָוו, מיט די מיטגלידער פונעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט, אויף וועלכער עס איז פאָרגעלייגט געוואָרן, אַז אַלע סאָוועטישע אידן זאָלן “איבערוואַנדערן” קיין סיביר.

אין זייערע אַרויסטריטן האָבן סאָלאָמאָן לאָזאָווסקי און פּרץ מאַרקיש געגעבן מיכאַאיל סוסלאָוו’ן אַ שאַרפן נעגאַטיוון ענטפער. דער אידישער אַנטי-פאַשיסטישער קאָמיטעט האָט זיך אַנטקעגן-געשטעלט דעם שענדלעכן פּלאַן פון דעפּאָרטירן דאָס אייגענע פאָלק.

דער גורל פון די אַרעסטירטע מיטגלידער פונעם סאָוועטישן אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט איז באַקאַנט אין דער גאַנצער וועלט. אויף סטאַלינ’ס דירעקטן באַפעל זיינען דעם 12טן אויגוסט 1952 דערשאָסן געוואָרן דער אָנפירער פון דער סאוועטישער אינפאָרמאַציע ביוראָ (”סאָוואיפארביורא)“, סאָלאָמאָן לאָזאָווסקי, און פּרץ מאַרקיש, איציק פעפער, א. יאָזעפאָוויטש, לייב קוויטקאָ, י. וואסענבערג, ב. שימעלעוויטש, דוד בערגעלסאָן, דוד האָפשטיין, ב. זוסקין, ל. טאלטן, און טש. וואטענבערג-אָסטראָווסקאַיאַ. פריער איז טראַגיש אומגעקומען דער גרויסער שלמה מיכאָעלס.

אַזוי זיינען מערדעריש אומגעבראַכט געוואָרן די מיטגלידער פון דעם אידישן אַנטי-פאַשיסטישן קאָמיטעט.

לאָמיר דערמאָנען מיט טרויער און טיפער פּיעטעט זייערע נעמען און מאַכן פאַר זיי אַ “א-ל מלא רחמים”, פאַר זייערע זויבערע און איידעלע נשמות, וועלכע זיינען טראַגיש אַוועקגעריסן געוואָרן פון אונזער פאָלק.

זאָל זייער אָנדענק קיינמאָל ניט פאַרגעסן און ניט אויסגעלאָשן ווערן.

לאָמיר אָבער אויך קיינמאָל ניט פאַרגעסן און קיינמאָל ניט מוחל זיין די מערדער, די תליינים, זייערע שוידערלעכע פאַרברעכנס קעגן דעם אידישן פאָלק, קעגן אונזערע קולטור-טרעגער, קעגן אונזער רעליגיע, און זאָל אייביק הענגען איבער זייערע קעפּ אונזער קללה...

דער ווידער-געבורט פון דער אידישער שפּראַך, טראַדיציע, ליטעראַטור, קולטור און געשיכטע אין סאָוועטן-פאַרבאַנד וועט זיין דער בעסטער דענקמאָל פאַר די אומגעקומענע טייערע קדושים.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 18, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations