about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
די מחלוקת צווישן חתם סופר און
הרב פינחס וויליגער
 

מסכת יומא עב, ב: מתיב רב אדא בר אהבה ואמרי לה כדי, יכול יהא בנו של משוח מלחמה משמש תחתיו כדרך שבנו של כהן גדול משמש תחתיו?

רש”י ברענגט פונעם תורת כהנים אַ פּסוק, “ואשר ימלא את ידו לכהן תחת אביו”, זעט מען פון דאָרט אַז דער זון אויב ער איז ראוי צו זיין אַ כהן גדול נעמט ער איבער די כהונה גדולה נאָכן פטירה פון זיין פאָטער. פרעגט דעריבער די גמרא אַז אפשר גייט אָן די הלכה אויך ביי אַ כהן משוח מלחמה, אַז דער זון נעמט איבער די כהונה?

זאָגט די גמרא, ניין! “תלמוד לומר שבעת ימים ילבשם הכהן תחתיו מבניו אשר יבא אל אהל מועד, מי שראוי לבא אל אהל מועד כו’. אמר רב נחמן בר יצחק הכי קאמר, כל שעיקר משיחתו לאהל מועד יצא זה שעיקר משיחתו למלחמה.

מיר זען פון אונזער גמרא צוויי נקודות: איינס, אַז ביי אַ כהן גדול האָבן מיר אַ פּסוק אַז דער זון ווערט אַ ממלא מקום פון זיין טאטן; צווייטנס, אַז ביי אַ משוח מלחמה האָבן מיר אַ פסוק אַז דער זון ווערט ניט אַ ממלא מקום פון זיין טאַטן.

וואָס איז די הלכה לגבי רבנות - צי גייט עס איבער בירושה אדער ניט? אין דעם איז אויסגעבראָכן אַ גרויסע מחלוקת.

אין שאלות ותשובות חתם סופר (או”ח ס’ י”ב) ברענגט ער אַ ספרי אויפן פּסוק וואס שטייט ביי אַ מלך “למען יאריך ימים על ממלכתו הוא ובניו בקרב ישראל - לרבות כל המינויין בישראל”. אַזוי זאָגט דער רמב”ם אין פרק א’ פון הלכות מלכים, “ולא המלכות בלבד אלא כל השררות וכל המנויים שבישראל, ירושה לבנו ולבן בנו עד עולם, והוא שיהיה הבן ממלא מקום אבותיו בחכמה וביראה”.

אויב אַזוי פרעגט דער חתם סופר, פאַרוואָס דאַרף מען האָבן ביי אַ כהן גדול אַ באַזונדער פסוק אַז עס גייט איבער בירושה?

איז דער חתם סופר מחדש, אז דאָס וואָס עס שטייט אין ספרי און אין רמב”ם, דאָס איז גילטיק נאָר ביי אַ מלך וכדומה לו, למשל שוטרי הרבים, גבאי צדקה, סופרי הדיינין, מכין ברצועה, די סאָרט פּאָזיציעס פון אויטאָריטעט גייען אַריבער בירושה, “אבל כל מינויי קדושה אינן בכלל זה”. דערפאַר דאַרף מען האָבן אַ באַזונדער לימוד ביי אַ כהן גדול, אַז כאָטש עס איז אַ דבר בקדושה גייט אָן דער דין ירושה, “וחוזר וממעט משוח מלחמה ומכל שכן שאר מיני קדושה”.

ממילא, פסק’נט דער חת”ס, אַז רבנות, וואָס איז אַן ענין שבקדושה, גייט עס ניט אריבער בירושה.

אַ געוואַלדיקע ראי’ ברענגט ער פון משה רבינו, וזה לשונו: וכעת רואה אני ראי’ אחרונה גדולה מכולן, והוא דאיתא במדרש פ’ פנחס ע”פ יפקוד אלקי הרוחות וכו’ שהיה משה סבור שבניו יורשים מקומו כו’ אמר לו הקב”ה לא כמו שאתה סבור כו’ הרבה שרתך יהושע והרבה חלק לך כבוד והוא פורס את מחצלאות כו’ נוצר תאנה יאכל פריה וכו’ עכ”ל המדרש יעו”ש. והנה מרע”ה בעצמו אמר אשר יצא לפניהם ואשר יבוא לפניהם ואשר יכול לעמוד נגד רוח כל אחד ואחד כמבואר במדרש, ואלו לא הי’ יודע בבניו כל אלו המדות לא היה מבקש להם גדולה שהיה סותר א”ע בתפלתו, אלא על כרחך היו הבנים ראוי’ לכך והקב”ה לא אמר שיהושע יותר הגון לכך, אלא שסידר הספסלי’ ואת המחצלאות. וקשה, הא כתי’ תחתיו מבניו? אלא ע”כ בכתר תורה לא נאמר זה, אבל אלעזר ירש גדולתו של אהרן, דבכהן גדול המצוה תחתיו מבניו ולא ברבנות. וזה ראי’ ברורה לפע”ד”.

אָבער דער אבני נזר אין זיינע שו”ת (יו”ד סי’ שי”ב) האָט גאָר אַן אַנדער בליק אויף דעם ענין. ער שרייבט אזוי: “במחכ”ת הרמה [פון חתם סופר] אינני רואה בזה ראי’ כלל, שמלבד שבאבות דר”נ מפורש שהקב”ה השיב למרע”ה בניך לא עסקו בתורה, אבל אם הי’ עוסקים בתורה והי’ ממלאים מקומו הי’ יורשים גדולתו וכו’”.  ער פירט אויס (אות נ”ד) : “בקיצור יש ג’ טעמים בנ”ד להעמיד הירושה ברבנות, הא’ דכל ראיות החת”ס סתורים ותמוהים וכו’... הג’ שהרבנים שבזמנינו דין מלך להם לענין ירושה הואיל ואין סמוכין והדין רק להנהגת המדינה וכן נתפשטה הוראה בכל העולם שהבן שהוא ראוי לאותה איצטלא זכה בירושת אביו ברבנות. ותו לא מידי”.

ווי איז ביי די חסידישע רביים און מנהיגים? ביי די תלמידי הבעש”ט טרעפן מיר אַז די הנהגה איז טיילמאָל איבערגעגאַנגען צום תלמיד, ווי לדוגמא, דער בעש”ט האָט געהאַט אַ זון רבי צבי ז”ל, און ער האָט ניט געוואָלט איבערנעמען זיין טאַטע, און האָט דאָס איבערגעגעבען צום מעזריטשער מגיד. דער מגיד האָט געהאַט אַ זון הרב אברהם המלאך ז”ל און ער האָט איבערגעגעבן די הנהגה צו רבי מענדל וויטעפּסקער. ווען ר’ מענדעלע איז נפטר געוואָרן (שנת תקמ”ח) האָט זיין תלמיד ר’ אברהם קאַליסקער איבערגענומען די נשיאות.

אין פּולין איז געווען דער רבי ר’ אלימלך און ער האָט איבערגעגעבן כחו וחילו צו זיינע גרויסע תלמידים, די ארבע ראשים: דער מגיד מקאָזניץ, רבי מענדיל מרימינאָוו, דער אַפּטער רב, און דער חוזה מלובלין.  ר’ מענדיל מרימינאָוו האָט איבערגעגעבען די הנהגה צו זיין משמש הרה”ק רבי צבי ז”ל, און האָט דערביי געזאָגט “הולך תמים ישרתני”.

נאָך מער: אפילו בשעת קינדער האָבן יאָ איבערגענומען די רביסטווע זיינען נישט אַלעמאָל די עלטסטע קינדער געוואָרן די נעקסטע רביים.  למשל, דער דברי חיים, דער צאַנזער רב, האָט איבערגענומען איינער פון זיינע אינגסטע קינדער, ר’ אהרן קרייז זצ”ל. נאָכ’ן הסתלקות פונעם בעלזער רבי’ן ר’ יהושע רוקח זצ”ל, האָט נישט איבערגענומען דער עלטסטער זון הר”ש מסקאל, נאָר מ’האָט מכתיר געווען ר’ יששכר דוב מבעלזא זצ”ל. אַזוי אויך ביים צמח צדק פון ליובאַוויטש, האָט איבערגענומען די חב”ד-נשיאות זיין אינגסטער זון, דער רבי מהר”ש, ר’ שמואל, און ווי זיין פאָטער האָט זיך אויסגעדריקט אויף אים: “אל הנער הזה התפּללתי”.

אַזוי זענען דאָ מערערע ביישפּילן אויף דעם. ותן לחכם ויחכם עוד.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 20, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations