about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַ טאָג נאָך נאַסראַלאַ
 

^ פון אלישיב רייכנער

גענוי מיט אַ יאָר צוריק, זיינען די אידן וועלכע זיינען אַרויסגעשליידערט געוואָרן פון זייערע הייזער אין גוש קטיף, געקומען, פּונקט ווי איצט די פּליטים פון צפון-ישראל, אין האָטעלן און גאַסט-הייזער. אַלץ וואָס זיי האָבן פאַרמאָגט אין זייער באַזיץ, איז געווען אַ טעקע מיט קליידער פאַר עטלעכע טעג, אַן אויסגעלאָשענעם בליק אין זייערע אויגן, און אַ פּנים מיט פאַרוויינטע אויגן.

זיי זיינען געזעסן טרויעריק אין די האָטעל-לאַביס, און געזאָרגט פאַר זייער צוקונפט. זייער לאַגע איז אַפילו געווען פיל ערגער ווי די איצטיקע לאַגע פון די אַנטלאָפענע אידן פון צפון, וועלכע האָבן אין גרעסטן טייל אַן אָרט וואו זיך אומצוקערן ווען די מלחמה וועט זיך פאַרענדיקן.

טראָץ דעם, האָבן די אויסגעזידלטע אידן פון גוש קטיף ניט גענאָסן פון אַזאַ נאָציאַנאַלער מאָביליזאַציע פון הילף, צו וועלכער די צפון-איינוואוינער פון לאַנד האָבן איצט זוכה געווען. זיי זיינען, מעגלעך, אַרומגענומען געוואָרן וואַרים דורך זייערע ברידער אין דעם קאַמף, אָבער עס איז געווען אַ סעקטורעלער אַרומנעמען, ניט מער ווי דאָס.

דאָס איז ניט געווען דערפאַר ווייל עס האָבן געפעלט רחמנות-געפילן. מיטן אויסנאַם פון עטלעכע פאַרשטאָפּטע הערצער וואָס האָבן זיך ניט באַנוגנט מיט אויסזידלען די אידן פון זייערע הייזער, נאָר האָבן אויך געוואָלט זען טרערן פון דערנידערטע און דערשלאָגענע אידן, האָבן זיך אָבער די מערסטע בירגער פון ישראל יאָ באַטייליקט און מיטגעפילט דעם צער פון די אַרויסגעפירטע אידן פון די הייזער אין גוש קטיף. זיי האָבן געהאַט רחמנות, אָבער ניט מער פון דעם. ווייל זייער ווייטיק איז געווען אַ ווייטיק פון אַ שבט, פון אַ טייל פונעם פאָלק, אָבער ניט פון פאָלק אין אַלגעמיין.

דער פאָקט איז אַז די ישראל-געזעלשאַפט ווערט פון טאָג צו טאָג מער סעקטורעל. יעדע גרופּע האָט אַ באַזונדערע שפּראַך, אייגענע געגענטן, און אייגענע קאָמוניקאַציע-מיטלען. דער דירעקטער רעזולטאַט פון אַזאַ סעקטוראַליזאַציע איז, אַז די צרות פון איין שבט קימערן ניט די מענטשן פונעם אַנדערן שבט. דער פאַרצויגענער ווייטיק פון די אידן וואָס זיינען פאַרטריבן געוואָרן פון זייערע הייזער אין גוש קטיף, באַאומרואיקט נאָר אַ געוויסן טייל פונעם פאָלק. די צרות פון די אַנטוויקלונגס-שטעטלעך דערגרייכן ניט דעם געוויסן פון די מענטשן וואָס וואוינען אויף די אויבערשטער שטאָק פון די וואָלקן-קראַצער אין תל אביב און אין אַנדערע שטעט אין צענטער פון לאַנד. די פּראָבלעמען פון די רוסישע און עטיאָפּישע אידן, פאַראינטערעסירן ניט דעם אַלגעמיינעם פאָלק וואָס געפינט זיך שוין אין לאַנד לאַנגע יאָרן.

מיט אַזאַ סעקטורעלן געבוי פון פאַרשידענע גרופּעס און שיכטן, איז נאָר איין זאַך מסוגל צו פאַראייניקן דאָס פאָלק, - אַ געמיינזאַמער שונא.

אַ דאַנק נאַסראַלאַ

עס איז ווייטיקלעך מודה צו זיין אין דער ריכטיקייט דערפון, אָבער נאָר כאַסאַן נאַסראַלאַ, דער פירער פון “כיזבאָלאַ” אין לבנון, איז געווען אימשטאַנד אַרויסצוציען פון ישראל אין 2006, אַ טראָפּ סאָלידאַריטעט. אין קעגנזאַץ צום קאַמף איבער דער “התנתקות”, און די געזעלשאַפטלעכע קאַמפן פון די אָרימערע שיכטן, איז נאַסראַלאַ אַ בשותפות’דיקער פיינט פון אַלע אידן אין ישראל. ביי אים זיינען ניט פאַראַן קיין טונקעלע און ליכטיקע; פרומע אָדער פרייע; אַנטוויקלונגס-שטעטלעך אָדער צפון-ישובים. ביי אים זיינען בלויז פאַראַן אידן וועלכע ער דאַרף, לויט זיין מיינונג, פאַרטיליקן, מיט וואָס מער קילאָגראַם פון אויפרייס-מאַטעריאַל, חס וחלילה.

אינצווישן איז דער וואָס האָט אונז, - אין סאַמע מיטן פון דער מלחמה אין לבנון - געוואָלט צוריקברענגען צו דער פריערדיקער צעטיילונג און צעשפּליטערונג, געווען ניט קיין אַנדערער ווי דער פּרעמיער פון ישראל, אהוד אָלמערט, וועלכער האָט דווקא אינמיטן די קאַמפן אין לבנון באַשלאָסן צו פּראָגרעסירן און אַדוואַנסירן זיין שוידערלעכן “התכנסות”-פּלאַן. עס זיינען פאַראַן נאָך מענטשן, - טאַקע ווייניק אין צאָל, אָבער פאָרט אין אַ שרעקנדער מאָס און פאָרם, - וואָס זיינען פאַרנומען מיט כלערליי חשבונות צי דאָס בלוט פון די אומגעבראַכטע אידן איז געווען בלאָ אָדער גרין. אויך די דאָזיקע פּאַרשוינען, פּונקט ווי אָלמערט, קענען זיך ניט אַרויפהייבן איבער דער סעקטורעלער צרה אפילו אין אַזאַ שווערער שעה.

די פּראָבע פון אחדות און סאָלידאַריטעט וואָס מיר האָבן דערפאָלגרייך בייגעשטאַנען אין די פאַרגאַנגענע וואָכן, באַנייט זיך איצט נאָך דער מלחמה. איצט מוזן מיר  באַווייזן אַז אויך אָן “כיזבאָלאַ” קימערט אונז אַלע דער מצב פון די איינוואוינער אין צפון טייל אָדער אין דרום טייל פון לאַנד, ווי אויך פון די אַרויסגעטריבענע אידן פון גוש קטיף און די אָרימערע שיכטן אין אַלגעמיין. דאַן וועלן מיר זען אויב אויך אָן אַ בשותפות’דיקן פיינט, זיינען מיר אימשטאַנד אַרויסצואווייזן אין אַלעם וואָס קומט פאָר אויסער די אייגענע דל”ת אמות.

דער שליס צו אמת’ער אחדות און סאָלידאַריטעט ביים פאָלק איז ניט אַן אַן אויסערלעכער פיינט, נאָר אַ בשותפות’דיקער ציל. אויב דער פּרעמיער פון ישראל וועט אַ מינוט נאָכן סוף פון דער מלחמה, באַלד לויפן אויסצופירן זיין געפאַרפולן “התכנסות”-פּלאַן, וועט ער שנעל צערייבן און צעברעקלען דאָס ביסל סאָלידאַריטעט וואָס מיר האָבן דערגרייכט אין צייט פון דער מלחמה.

לאָמיר האָפן, אַז דער פּרעמיער וועט האָבן דעם געהעריקן פאַרשטאַנד אַוועקצורוקן אין אַ זייט, - כאָטש צייטווייליק אויב ניט פּערמאַנענט - זיינע פּלענער וואָס רופן אַרויס מחלוקת’ן און שטרייטן אינערהאַלב דעם פאָלק אין ישראל, לטובת אַ טאָג-טעגלעכע אָרדענונג וואָס געניסט פון דער צושטימונג פון אַלע שיכטן און קרייזן. אויב מיר וועלן נאָר וועלן, האָבן מיר די מעגלעכקייטן זיך צו פאַראייניקן בנוגע אינערלעכע געזעלשאַפטלעכע פּראָבלעמען, און אויסצואַרבעטן אַ וועג וואָס זאָל פאַרשטאַרקן די צוזאַמענבונדן צווישן אונז, אָן דער הילף פון כאַסאַן נאַסראַלאַ.

*) איבערגעזעצט פון העברעאיש: מענדל אַדלער.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 20, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations