about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַן אַנדער מענטש
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

צום 104טן געבורטסטאָג  פון דעם ליובאַוויטשער רבי’ן,  כ”ק אדמו”ר ר’ מנחם מענדל שניאורסאָהן,  י”א ניסן תרס”ב-תשס”ו

 

 גייענדיק לעצטע וואָך צו מנחם-אבל זיין די גוראַרי’-שטערנבערג פאַמיליעס אויף דער פּטירה פון זייער מוטער, רביצין חוהל’ע גוראַרי’ ז”ל (די טאָכטער פון קאַפּיטשניצער רבי’ן, כ”ק האדמו”ר ר’ אברהם יהושע העשיל), האָט מיר איר בכור, הרב איטשע מאיר גוראַרי’ פון מאָנטעראַל, דערציילט אַ רירנדן סיפּור המעשה וועגן זיין פאָטער.

דערציילט מיר ר’ איטשע מאיר:

איינמאָל איז זיין פאָטער, הרב ר’ שניאור זלמן גוראַרי’ ז”ל, געפאָרן אויף אַ רייזע. אָנקומנדיק אין לופט-פעלד, האָט ער זיך דערוואוסט אַז די נסיעה איז אָפּגעשטופּט געוואָרן און ער קען צוריק אַהיימגיין אויף אַ וויילע.

אָבער דאָ האָט ער געהאַט אַ פּראָבלעם: אין די צוואות פון רבינו יהודה החסיד, וועלכע זענען אָנגענומען געוואָרן ביי מערערע אידן, שטייט אַז בשעת אַ מענטש הויבט אָן אַ נסיעה זאָל ער זיך נישט אומקערן אַהיים ביז ער קערט זיך נישט אום פון דער רייזע. טאָ וואָס זאָל ער איצט טאָן?

אַלס אַ געטרייער חסיד, האָט ר’ זלמן גוראַרי’ טעלעפאָנירט הרב חיים מרדכי אייזיק כאָדאַקאָוו, דער לאַנגיאָריקער סעקרעטאַר פון דעם ליובאַוויטשער רבי’ן, און אים געבעטן פרעגן ביים רבי’ן וואָס ער זאָל טאָן. האָט דער רבי איבערגעגעבן, אַז ר’ זלמן זאָל לערנען אַ פּרק תניא איידער ער קערט זיך אום אהיים, “ווייל נאָך לערנען אַ פּרק תניא ווערט מען אַן אַנדער מענטש”.

דאָס מיינט, אַז דורך לערנען אַ פּרק תניא, ווערט ער גאָר אַ נייער בן אדם, נישט דער וואָס איז פריער אַרויסגעפאָרן אויף דער נסיעה. ממילא קען ער אַהיימקומען...

מיט אַ טאָג שפּעטער, האָט הרב כאָדאַקאָוו טעלעפאָנירט הרב גוראַרי’ן אין נאָמען פון ליובאַוויטשער רבי’ן און געפרעגט וואָס ער האָט געטאָן בפּועל. הרב כאָדאַקאוו האָט צוגעגעבן אַז דער רבי האָט געזאָגט, אַז “דאָס וואָס מ’האָט נעכטן געזאָגט האָט מען געמיינט בפּשטות”.

זעלבסטפאַרשטענדלעך, אַז די ווערטער פון ליובאַוויטשער רבי’ן זענען גילטיק צו דעם וואָס לערנט אַ פּרק תניא מיט אַן אמת, מיט ערנסטקייט, צוגעטראָגנקייט און נשמהדיקייט, נישט גלאַט אָפּגעלייענט אָדער אָפּגעזאָגט די ווערטער.

דאָ וואָלט געווען אינטערעסאַנט צו דערציילן די פאָלגענדע מעשה:

 הגאון ר’ ברוך מרדכי איטינגער, א חסיד פון דעם בעל התניא ר’ שניאור זלמן פון ליאַדי, שפעטער רב אין באַברויסק, האָט זיך אמאל געטראָפן מיט “דעם וואָלפּאָ” אין א קרעטשמע (אַזוי האָט מען אים גערופן). “דער וואלפּאָ” - מיר ווייסן נישט זיין אמת’ן נאמען - האט געהאַט אַ גאונישע קאָפ. ער איז געווען אַ תלמיד פון דעם מעזריטשער מגיד און אַ חבר פון ר’ שניאור זלמן, און איז נעבעך פאַרפאַלן אין שיכרות. בשעת דער וואָלפער איז אַרויס אויף אַ וויילע האָט ר’ ברוך מרדכי אַרומגעזוכט אין זיין טאַש. האָט דער וואָלפער געפרעגט ביי אים “וואס זוכט איר”? האט ר’ ברוך מרדכי אים געזאָגט, אז ער זוכט אפשר האט ער אין טאַש פאַרשריבענע תורה וואס ער האט געהערט פון דעם מעזריטשער מגיד.

 האָט אים דער וואָלפּאָ געזאָגט: ביי אייך איז דער רבי איין זאַך, זיין תורה - אַ צווייטע זאַך און חסידים - אַ דריטע זאַך. דעריבער דאַרפט איר פאַרשרייבן די תורה, כדי אַז איר זאָלט געדענקען. אָבער ביי אונז איז דער רבי, זיין תורה און די חסידים געווען ממש איינס. דעריבער האָבן מיר נישט געדאַרפט פאַרשרייבן די תורה, ווייל זי איז געווארן איינס מיט אונז...

דער וואָלפּאָ, מיט זיין גאַנצע נפילה, האָט דאָ איבערגעגעבן דעם אופן-עבודה פון חסידים הראשונים, אַז די תורה וואָס זיי לערנען און זיי אַליין ווערן איין זאַך.

בשעת אַ איד לערנט אָפּ אַ פּרק תניא טאַקע ווי עס דאַרף צו זיין, איז עס מסוגל צו אַריינדרינגען אין די טיפסטע סטרונעס פון זיין נפש. דער פריערדיקער ליובאַוויטשער רבי האָט אַמאָל געזאָגט, אַז “יעדער וואָרט אין תניא איז געשריבן געוואָרן מיט מסירות נפש”. ממילא פאַרמאָגט אַ פּרק תניא דעם כח צו דערוועקן טיפע, פאַרהוילענע שטריכן פון דער אידישער נשמה און איר גייסטיקן מהות און פאַרוואַנדלן אַ מענטש אין אַ “פּנים חדשות”, ער זאל ווערן מער איידל, גייסטיק און געטלעך.

דאָ וואָלט געווען פּאַסיק דערציילן אַ געשמאַקן סיפּור וואָס איז אַמאָל געשען מיטן פינפטן נשיא פון חב”ד, דער רבי ר’ שלום בער, באַוואוסט אַלס דער רבי רש”ב, בעת ער איז געווען אויף אַ לאַנגן באַזוך אין ווין, עסטרייך.

אין 1903 איז דער פינפטער ליובאַוויטשער רבי געפאָרן פון דער ווייס רוסישער שטאָט ליובאַוויטש קיין ווין אויף מעדעצינישע אָפּהאַנדלונגען. אגב, אין ווין האָט ער זיך באַגעגענט מיט דר. סיגמונד פרויד, וועלכער איז נאָך דאַמאָלס געווען בעיקר אַ ניוראָלאָג, איידער ער איז באַוואוסט געוואָרן אַלס אַ פּסיכאָ-אַנאַליסט.

איין אָוונט איז דער רבי געזעסן, כדרכו ווען ער איז געווען אין ווין, אין אַ שטיבל פון פּרימישלאַנער חסידים און געלערנט חושן משפּט מיט זיין זון, דער רבי ר’ יוסף יצחק. איז צוגעקומען צו אים אַ פּרימישלאַנער חסיד, און געזאָגט: “יונגערמאַן! גענוג שוין מיט קאָפּ! מען דאַרף האָבן האַרץ אויך”. יענער האָט נישט געוואוסט ווער דער אורח איז.

“נו, ווי דעראָרבעט מען טאַקע האַרץ”, פרעגט דער רבי.

דער חסידישער איד פון פּרימישלאַנער חסידות האָט געענטפערט: “מיר האָבן אַ קליינעם ספר’ל; אַז איר וועט אים לערנען וועט איר באַקומען האַרץ”...

און ער דערלאַנגט דעם רבי’ן אַ ספר התניא, פון דעם גרינדער פון חסידות חב”ד, רבי שניאור זלמן פון ליאדי.

דער רבי ר’ שלום בער נעמט דעם תניא, און גיט אַ זאָג: “יאָ, אַ וואַרעמער ספר, אַ וואַרעמער ספר”!...

זייער אָפט ווערט געשריבן, בפרט אין די לעצטע יאָרן, וועגן די אַלוועלטלעכע עסקנות הכלל פון דעם גרויסן און אַלזייטיקן מנהיג ישראל, דער ליובאַוויטשער רבי, “לתקן עולם במלכות שד”י”; וועגן זיינע פאַרצווייגטע טעטיקייטן אין הרבצת התורה, החזקת היהדות און חינוך הכשר אין אַלע פיר ווינקלעך פון אונזער ערד קוגל און וועגן זיין מסירות נפש אויף אהבת ישראל צו אידן פון אַלע שיכטן און קרייזן. ביני לביני פאַרגעסט מען אַמאָל וועגן זיינע נאָכאַנאַנדיקע תביעות אַז חסידים זאָלן אַרבעטן און ראַפינירן זייער כאַראַקטער, אויסאיידעלן זייערע מדות, לערנען אַ פּרק תניא טאַקע כדבעי (אויף דער תלמודישער שפּראַך אין כתובות), און ווערן אַן אַנדער מענטש.

וואָלט עס נישט אויסגעמיטן אַ סך עגמת נפש, האַרץ ווייטיק און מחלוקהלעך?
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 20, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations