about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
רבני’שע חכמות און פקחות פון גד
דער דבר אחר
חזן משה טעלעשעווסקי
 

אַ גוי אָן אַ איד

ר’ יעקב אייכענבוים, דער אינספּעקטאָר פון זיטאָמירער ראַבינער-שול האָט אַמאָל דיקטירט פאַר די שילער אין איינעם פון די קלאַסן העברעאיש. איינער פון די שילער האָט געשריבען דאָס וואָרט “גוי” אָן אַ יוד צום סוף. רופט-צו אייכענבוים יענעם שילער, ווייזט אים אָן אויפ’ן וואָרט “גוי” ווי ער האָט עס אויסגעלעגט, און זאָגט דערביי מיט אַ גוטמוטיקן שמייכעל:

דו גוי איינער, ווייסטו דען נישט אַז קיינמאָל אין דער וועלט קען אַ גוי זיך ניט אויסקומען אָן אַ יוד?...

צוויי טייטשן

אַ רב איז געפאָרן מיט זיין שמש אין אַ וואָגן. אַנטקעגען זיי זענען געזעסען צוויי געגאָלטע “דייטשן” און איינער פון זיי האָט ניט אויפגעהערט חוזק צו מאַכען פונ’ם רב. רופט זיך אָן דער שמש צום רב:

- רבי, וואָס איז די מעשה וואָס איר שווייגט דעם חצוף און לאָזט אים אַזוי פּלאַפּלען?

- איר ווייסט דאָך - ענטפערט דער רב - אַז אומעטום וואו ס’איז פאַראַן ביי רשי”ן צוויי טייטשן [דייטשן], מוז שטענדיק איינער פון זיי זיין אַ “דבר אחר”.

לייב-שמערצן

אין מאָסקווע אויף דער גאַס זענען אַמאָל געשטאַנען און געשמועסט צוויי אידן, איינער פון זיי האָט געהאַט אַ גאַנץ כשר’ען פּאַספּאָרט און דער אַנדערער נישט. דערזען האָבן זיי ווי אַ פּאָליציאַנט לאָזט זיך גיין גלייך צו זיי.

- וואָס טוט מען? זאָגט דערשראָקען דער ניט-כשר’ער, בלייך ווי די וואַנט - איך בין אַ פאַרפאַלענער!

- רירט זיך ניט פונ’ם אָרט, זאָגט דער צווייטער, און איך וועל זיך לאָזן לויפן.

דער איד נעמט געשווינד לויפן און דער נאַדזיראַטעל לויפט נאָך אים. דערנאָך שטעלט זיך דער איד אָפּ און דער נאַדזיראַטעל כאַפּט אים.

- זאָג, אַ פּאַספּאָרט האָסטו? - גיט ער אַ פרעג דעם אידן.

דער איד נעמט אַרויס געלאַסען זיין פּאַספּאָרט און באַווייזט אים. דער נאַדזיראַטעל באַטראַכט דאָס פּאַפּיר און זעט, אַז ס’איז כשר אָן אַ שום סירכא. פרעגט ער פאַרוואונדערט דעם אידן: - זאָג, צי וואָס פאַר אַ ריוח ביזטו אַנטלאָפן?

- וואָס הייסט אַנטלאָפן? איך בין זיך גלאַט געלאָפען, ווייל איך לייד זייער פון לייב-שמערצען, האָט מיר דער דאָקטאָר געהייסען טרינקען ביטער-וואַסער און דערנאָך מאַכען באַוועגונגען און גיך לויפן.

- יאָ, אָבער דו האָסט דאָך געזען, אַז איך לויף דיר נאָך, פאַר וואָס האָסטו זיך ניט אָפּגעשטעלט? - שרייט דער נאַדזיראַטעל.

- פון וואַנען זאָל איך וויסן? - מאַכט דער איד בתמימות - איך האָב געמיינט, אַז איר ליידט אויך פון אַזעלכע לייב-שמערצען און אייער דאָקטאָר האָט אייך אויך געהייסען דאָס אייגענע, צו טרינקען ביטער-וואַסער און דערנאָך לויפן...

גיי ווייז!

אין אַ שטעטל האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף אַ שטיקל צייט אַ צירק פון חיות. איינמאָל מאַכט זיך דאָרט, אַז עס שפּרינגט-אַרויס אַ בער פון זיין שטייג און לאָזט זיך לויפן איבער’ן שטעטל. באַלד איז אַרויס אַ באַפעל, אַז באַוואָפענטע פּאָליציאַנטן זאָלן זיך אַוועקלאָזן איבער די גאַסן און ווער פון זיי עס וועט אָנטרעפען דעם בער זאָל אים אויפ’ן אָרט דערשיסן.

באַגעגנט איין איד זיינעם אַ גוטן ברודער און זאָגט אים:

- ווייסט וואָס, מע דאַרף פון שטעטל וואָס גיכער אַנטלויפן.

- וואָס איז אַזוינס? - פרעגט יענער.

- וואָס הייסט, דו האָסט גאָר ניט געהערט די מעשה מיט’ן בער?

- וואָס-זשע איז די מורא? מע דערזעהט פון ווייטענס דער בער לויפט מען אַריין אין שטוב.

- ניין, ניט פאַר’ן בער האָב איך מורא, נאָר פאַר די פּאָליציאַנטן וואָס לויפען-אַרום איבער די גאַסען צו זוכען דעם בער.

- וואָס האָסטו פאַר זיי מורא, דו ביזט דאָך קיין בער ניט?

- איך וועל דיר זאָגען: איידער וואָס, איידער ווען, הרג’עט מען, דערוויל, אַ אידן, און דערנאָך גיי ווייז, אַז דו ביזט ניט קיין בער.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 23, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations