about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
די לינקע ליבע -- האַלט עס זיך
הרב דוד האלאנדער
 

ער איז געווען אַן אפּיקורס כל ימיו, און אויף דער עלטער האָט געוואָלט מאַכן זיכער אַז ער האָט באַוויזן עובר צו זיין על כל התורה כולה. ער איז אַריין צום רב פון דער שטאָט און אים געבעטן, ער זאָל אים “פאַרהערן” און זען צי ער האָט אפשר אַמאָל פאַרפעלט עובר צו זיין אפילו אויף איין עבירה.

דער רב האָט אים אויסגעפרעגט, און עס איז געווען קלאָר אַז ער האָט טאַקע נישט אויסגעלאָזט אפילו איין מצוה, איין דין אויף וועלכן ער האָט ניט עובר געווען. אָבער דער אפּיקורס, אַ שטיקל יודע ספר, האָט געטאַדלט דעם רב אַז ער האָט געמאַכט אַ טעות, ווייל עס איז פאַראַן איין עבירה וואָס ער איז זיכער ניט באַגאַנגען. וועלכע עבירה? - האָט דער רב אים געפרעגט.

דער אפּיקורס האָט געענטפערט אַז ער איז ניט באַגאַנגען די גרויסע עבירה פון “מאבד עצמו לדעת”, פון באַגיין זעלבסטמאָרד. אָבער דער רב האָט אים געענטפערט: אין דיין פאַל איז דאָס ניט קיין עבירה, נאָר אַ מצוה, ווייל עס שטייט אין דער תורה “ובערת הרע מקרבך”, דו זאָלסט אויסראַמען דאָס שלעכטקייט, ביי זיך און ביי אידן (דברים יז, ז; יז, יב).

איך האָב זיך דערמאָנט אין דער מעשה מצד אַ פּערזענלעכער דערפאַרונג, ווען איך בין געווען ביי מיין דענטיסט, אַ איד (ער איז געבוירן געוואָרן צו אַ אידישע מאַמע), אַ לינקער, וועלכער, ווי די אַנדערע לינקע, האַלבע קאמוניסטן און סאָציאַליסטן,  האָבן זיי פיינט אַמעריקע פאַרן זיין קאַפּיטאַליסטן, אָבער אין דער זעלבער צייט לעבן זיי אין לוקסוס אויפן קאַפּיטאַליסטישן שטייגער.

איך בין געזעסן אויף זיין שטול וואו ער פאַרדינט אַ סך געלט. אין משך פון די לעצטע פופצן יאָר האָב איך געהאַט מיט אים הייסע דיסקוסיעס וועגן די לינקע און זייער פאַלשע רחמנות אויף די אַראַבער און טענות צו די אידן וואָס האָבן זיך באַזעצט אין אַ לאַנד וואָס געהערט כלומערשט ניט צו די אידן.

אָבער מיין לעצטע דיסקוסיע מיט אים איז פאָרגעקומען בלויז שעה’ן נאָך די וואַלן אין קאָנעטיקוט, וואו דער אַמעריקאַנער סענאַטאָר יוסף ליבערמאַן, אַ באַוואוסטער דעמאָקראַטישער סענאַטאָר און שטאָלצער איד, האָט פאַרלוירן די וואַלן צו זיין קעגנער, אַ יונגער מיליאָנער אָן דערפאַרונג. זיין איינציקע פּלאַטפאָרמע איז באַשטאַנען פון זיין קעגן דער מלחמה אין איראַק, און קעגן פּרעזידענט בוש. (אגב, איז עס אינטערעסאַנט דאָ צו דערמאָנען, אַז דער פאָטער פון דעם קאַנדידאַט איז געווען אַ מיליאָנער פון וואָל סטריט, וועלכער איז אָבער געווען אַ קאָמוניסט און געלעבט ווי אַ קאַפּיטאַליסט אין דעם “ולא פּליגי” ליבע, ווייל ביי די לינקע איז ניטאָ קיין סתירה, ווייל עס איז דאָך כולו שקר).

דער פאַרלוסט וואָס סענאַטאָר ליבערמאַן האָט געליטן, און די אָנוועזנהייט פון די גלאַוונע שוואַרצע פירער האָט מיך שטאַרק באַאומרואיקט. האָב איך מקיים געווען דעם “הקהה את שיניו”. איך האָב געוואָלט הערן די רעאַקציע פון מיין ציין-דאָקטער.

אָבער צו מיין אָנגענעמער איבערראַשונג האָט ער מיר מיט גרויס הכנעה געזאָגט, אַז ער איז מער ניט דער געוועזענער לינקער וואָס ער איז געווען אַלע זיינע יאָרן. ער איז ענדלעך געקומען צום באַשלוס אַז מען דאַרף קעמפן מיליטעריש קעגן די אַראַבער, אַז זיי זיינען שונאי ישראל און שונאי אַמעריקע, און אַז דער אַנטיסעמיטיזם בכלל איז ניט צוליב דער אָדער יענער סיבה, נאָר אַ האַס וואָס זעטיקט זייער הונגער פאַר רודפ’ן אידן, ווייל אָן דער פאַטאַלער קראַנקהייט קענען זיי ניט לעבן.

בקיצור, איך האָב דאָ געזען אַן אויסנאַם צו דעם כלל, אַז רשעים אפילו על פּתחו של גיהנום אין חוזרין בתשובה.

עס זענען פאַראַן סימנים אַז לינקע אידן באַפרייען זיך פון דעם לינקיסטישן חדר, וועלכער האָט געבראַכט די אידישע מדינה צו דער שוועל פון סכנת נפשות, און צו דעם לעצטן פאַרמעסט מיט די “כיזבאַלאַ” טעראָריסטן ימח שמם, אונזערע ביטערע שונאים אין לבנון, געשטיצט פון איראַן און סיריע. די “ניו יאָרק טיימס” שרייבט מיט גרויסע אותיות אויף דער ערשטער זייט, אַז אין ישראל איז ניטאָ מער קיין אונטערשיד צווישן “לינקע” און “רעכטע”, ווייל ביידע זיינען פאַר דער מלחמה, און זיי האָבן צוזאַמען בלויז איין טענה, און דאָס איז, פאַרוואָס דער קלאַפּ פון צה”ל איז ניט גענוג שטאַרק. (”ניו יאָרק טיימס”, אויגוסט 9, 0260 ).

איצטער מוזן מיר פרעגן זיך אַליין, פאַרוואָס זיינען מיר ניט מקיים דעם “ובערת הרע מקרבך”, די רעה פון שקר, די רעה פון אַ פאַלשן שלום, די רעה פון אָפּזונדערן מדינת ישראל פון תורת ישראל,  די רעה פון זיך נאָך אַלץ פאַרלאָזן אויף אַן אָפּמאַך מיט די וואָס זאָגן קלאָר אַז זיי ווילן אומברענגען די אידן אין זייער לאַנד? פאַרוואָס וועקט מען זיך נישט אויף צו פּטור ווערן פון די אַלע נאַרישע אָפּמאַכן וועלכע שטעלן אידן אין סכנה?

מיר מוזן עפנטלעך פאָדערן אַז די אַלע וועלכע האָבן אָפּגענאַרט אידן מיט דעם אָסלאָ אָפּמאַך, און די וואָס האָבן געפירט אַ קאַמף קעגן די התנחלויות אין עזה, און דורכגעפירט זייער פּלאַן משחד צו זיין די פּאַלעסטינער מיט אַרויסטרייבן די אידן פון זייערע דירות, מוסדות התורה און געשעפטן, די אַלע טאָרן מער ניט זיין אין דער ממשלה, און טאָרן ניט רעדן אין נאָמען פון אידן. פון אַזעלכע מענטשן ווי שמעון פּערעס, יוסי ביילין און נאָך און נאָך פאַרפירער, הערט מען ניט קיין חרטה, קיין מחילה פאַר די גרויסע צרות וואָס זיי האָבן געבראַכט.

דער חוב פון דעם “ובערת” איז אַרויסגעקומען מיט אַ שאַרפקייט אין דעם דורכפאַל פון סענאַטאָר ליבערמאַן. זיין קאַמפּיין פאַר ווידער--דערוויילונג האָט געשטעלט די אידן אין קאָנעטיקוט אין אַ פאַרלעגנהייט. פון איין זייט האָבן זיי געוואָלט שטימען פאַר ליבערמאַן, וועלכער האָט אין סענאַט, און מיט זיינע נאָענטע באַציאונגען מיט פּרעזידענט בוש, געאַרבעט לטובת דער אידישער מדינה, אָבער פון דער אַנדערער זייט האָט ליבערמאַן אַ גרויסן חסרון, - דעם חסרון פון שטיצן די מלחמה אין איראַק און פון זיין צו-נאָענט מיט פּרעזידענט בוש. ווען ניט דער דאָזיקער חסרון, וואָלט ליבערמאַן געזיגט ניט ווי זיין קעגנער מיט ווייניקער פון דריי פּראָצענט, נאָר מיט אַ כוואַליע פון שטימען.

די אָרטאָדאָקסישע אידן האָבן כמעט אַלע געשטימט פאַר ליבערמאַן, ווייל ביי זיי איז זיין “חסרון” געווען אַ מעלה. אָבער די לינקע אידן, פיל פון זיי גבירים וואָס לעבן ווי קאַפּיטאַליסטן אין רייכע הייזער אין קאָנעטיקוט, אָבער זיי זיינען נאָך אַלץ פאַר דעם אַרבעטער-קלאַס און פון נאָך אַ משונה’דיקער געטשקע וואָס רופט זיך “פּראָגרעסיווע”, און ממילא מוז מען זיין קעגן פּרעזידענט בוש און זיין איראַק מלחמה.

די דרינגנדע שאלה איז: מיט וועלכער רעכט, מיט וועלכן חשבון זיינען אידן קעגן די אַמעריקאַנער אָנוועזנהייט אין איראַק, אַ בלוטדורשטיק לאַנד וואָס האָט זיך יאָרן געגרייט צו פאַרניכטן די אידישע מדינה, און אַ לאַנד וואו מען האָט דורכגעפירט מאַסן שחיטות צו די איראַקער. וואו איז די כלומרשטע זאָרג פון ליבעראַלן צו ראַטעווען מענטשן פון מאַסן הריגות?

וואָס וואָלטן די ליבעראַלן, די לינקע אידן, געזאָגט צו אַמעריקע, ווען אַ צאָל (ניט אַלע) אידן האָבן געפאָדערט אַז מען זאָל באָמבאַרדירן אוישוויץ און אַנדערע טויט לאַגערן, און באַשיצן די אידן פון די דייטשן? וואָלטן זיי געזאָגט צו אַמעריקע אַז מען טאָר ניט מאַכן אַן אינוואַזיע כדי אָפּצושטעלן דעם מאַסן מאָרד? קיין איין איד וואָס געפינט זיך אין אַמעריקע, האָט ניט דאָס רעכט צו קריטיקירן די איצטיקע אַמעריקע, ווייל קיין איין לאַנד אין אונזער פּיינלעכער היסטאָריע איז ניט געווען אַזאַ מלכות של חסד פאַרן אידישן גוף און נשמה ווי אַמעריקע.

ווי מעגן מיר זיין קעגן פּרעזידענט בוש, אפילו ווען די מלחמה אין איראַק וואָלט ניט געווען אַ באַרעכטיקטע? וועלכער פּרעזידענט פון אַמעריקע איז געשטאַנען אַזוי פעסט פאַר ישראל (הלוואי ווייטער)?

עס איז שוין די עלפטע שעה פון חודש אלול, אַ צייט פאַר חשבון הנפש און ענדיקן די לינקע ליבע און דעם לינקען עלעמענט דאָ און אין ישראל. עס איז די צייט צו ענדיקן די לינקע ליבע פון דעם “אשר פּיהם דיבר שוא וימינם ימין שקר”. עס איז צייט צו מאַכן שלום מיט דעם רבונו של עולם, און אַוועקוואַרפן די פאַלשע לינקע ליבע, - מקיים זיין דעם “ובערת הרע מקרבך”, און צוקומען צו “ואהבת את ה’ אלקיך”.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 23, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations