about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַ ים פון צאָרן אין ישראל: רוף
אָלמערט פאַרטיידיקט זיין רעגירונג: מיר זענען געווען ביי דער מאַכט בלויז צוויי מאָנאַטן
 

^ פון שלמה שמיר און יעקב בריל און מענדל אַדלער

דער פּרעמיער-מיניסטער פון ישראל, אהוד אָלמערט, געפינט זיך אונטער אַ דרוק צו עטאַבלירן אַ מלוכה-קאָמיסיע, וואָס זאָל אויספאָרשן דעם אופן ווי די רעגירונגס-באַאַמטע האָבן געהאַנדלט אין דער מלחמה קעגן כיזבאָלאַ.

אָבער ווי די ישראל פּרעסע גיט איבער, האָט פּרעמיער אָלמערט מורא פון אַזאַ אויספאָרשונג צוליב אירע מעגלעכע גאָר שאַרפע מסקנות. אָלמערט האָט פאַרלאַנגט פונעם רעגירונגס-פּראָקוראָר, מני מזוז, צו באַטראַכטן פאַרשידענע מעגלעכקייטן פון אויספאָרשונגען, סיי אַזעלכע וואָס זאָלן פאַרעפנטלעכט ווערן, און סיי אַזעלכע וואָס זאָלן בלייבן געהיים, בלויז צווישן די קאַבינעט-מיטגלידער.

די קריטיק קעגן דעם אופן ווי אַזוי די מלחמה איז געפירט געוואָרן האַלט דערווייל אין איין וואַקסן. פּעטיציעס זענען צירקולירט געוואָרן דורך רעזערוו-זעלנער, וועלכע זענען צוריקגעקומען פון די קאַמפן אין לבנון מיט לאַנגע ליסטעס פון באַקלאָגענישן, אָנגעהויבן קעגן דעם מאַנגל אין מיליטערישער אויסשטאַטונג צו די קעמפער, ביז’ן מאַנגל אין אַ שטאַרקער און פעאיקער פירערשאַפט.

“פאַר אונז, האָט דאָס אומבאַשלאָסנקייט אויסגעדריקט אַ טיפן מאַנגל אין רעספּעקט צו אונזער וויליקייט זיך אָנצושליסן אין די ראַנגען און גיין אין קאַמף, און ס’האָט אונז געמאַכט פילן ווי  מ’האָט אונז געשפּיגן אין פּנים אַריין, זייענדיק אַ סתירה צו די פּרינציפּן און ווערטן פון מלחמה, מיט וועלכע מיר זענען טרענירט געוואָרן צה”ל,” האָבן געשריבן מיטגלידער פון איין רעזערוו-בריגאַדע.

“די שווערע געפילן, אַז אין די עשעלאָנען העכער אונז איז גאָרנישט דאָ, נאָר ווייניק צוגרייטונג, אומאויפריכטיקייט, צו-ווייניק אויסגערעכנטקייט און אומפעאיקייט צו מאַכן ראַציאָנעלע באַשלוסן פירן אונז צו דער פראַגע: זענען מיר גערופן געוואָרן צום דינסט פאַר גאָרנישט?”

מאָנטיק האָבן עטלעכע צענדליק רעזערוו סאָלדאַטן דעמאָנסטרירט אין ירושלים און געפאָדערט אַז פּרעמיער אָלמערט און גענעראַל שעף דן חלוץ זאָלן רעזיגנירן. מערערע חברי הכנסת שטיצן אויך אַ מלוכה-קאָמיסיע אויסצופאָרשן די דורכפאַלן. חבר כנסת מתן וילנאי האָט דערקלערט אַז “דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ קריזיס ווי נאָך דער יום כיפּור מלחמה”.

אין די לעצטע טעג האָט שוץ מיניסטער עמיר פּערעץ נאָמינירט אַ קאָמיסיע, אָנגעפירט דורך געוועזענער גענעראַל שעף אמנון ליפּקין שחק, צו אויספאָרשן די מלחמה. אָבער מאָנטיק האָט די קאָמיסיע געמאָלדן אַז זי וועט מער נישט פונקציאָנירן.

די סיבה אויף דעם איז נאָך נישט קלאָר. יש אומרים אַז דאָס איז צוליב די וויכוחים צי גענעראַלן און קאָמענדאַרן זאָל קענען זאָגן עדות וועגן די מלחמה-דורכפאַלן.

אָלמערט ווערט קריטיקירט בעת אַ באַזוך אין קרית-שמונה

אין דער צייט וואָס די רעגירונג אין ישראל ווערט שאַרף קריטיקירט צוליב דעם אופן ווי אַזוי דער “היים-פראָנט”, די אידישע יישובים אין ישראל זענען באַהאַנדלט געוואָרן בעת דער מלחמה אין לבנון, האָט דער פּרעמיער-מיניסטער, אהוד אָלמערט, דעם מאָנטיק באַזוכט אין קרית שמונה, די צפון-שטאָט וואָס איז דאָס מערסטע אַטאַקירט געוואָרן דורך כיזבאָלאַ. ווייניקסטנס 1000 ראַקעטן האָבן געלאַנדעט אויף דער שטאָט אין דעם איין חודש פון דער מלחמה.

זונטיק האָט די רעגירונג באַשטעטיקט אַ ספּעציעלע קאָמיסיע, אָנגעפירט דורך אָלמערט אַליין, וואָס זאָל זיך אָפּגעבן בלויז מיט’ן פאַרשטאַרקן און אַנטוויקלען חיפה און די צפון-שטעט, וואָס זענען באָמבאַרדירט געוואָרן דורך כיזבאָלאַ אין דער איצטיקער מלחמה - אַ פּראָיעקט וואָס דאַרף קאָסטן העכער 4 ביליאָן שקל.

אין קרית-שמונה, האָט אָלמערט באַזוכט אַ לאָקאַלע שולע, וואָס איז דריי מאָל דירעקט אַטאַקירט געוואָרן פון די קאַטיושאַ-ראַקעטן. דאַן האָט ער זיך געטראָפן מיט מיטגלידער פונעם לאָקאַלן ראַט. די פּאָליטישע פירער און די איינוואוינער פון קרית שמונה האָבן אים שאַרף קריטיקירט צוליב דעם וואָס די רעגירונג האָט זיי פאַרלאָזט בשעת די שטאָט איז אַטאַקירט געוואָרן פון אַ מבול קאַטיושאַ-ראַקעטן.

איינער פון די לאָקאַלע באַאַמטע האָט געטענהט צו אָלמערט: “קיינמאָל פריער האָב איך נישט צוגעזען אַזאַ פאַרפוילטקייט און אָרעמקייט. הער אויף אונז דיסרעספּעקטירן. וואוהין פירסטו אונזער ראַיאָן?”

“ווי אַזוי איז עס מעגלעך אַז די רעגירונג האָט נישט עוואַקואירט די וואָס זענען געווען געצוואונגען צו ווערן אַטאַקירט דורך די כוואַליעס פון ראַקעטן טאָג נאָך טאָג, בלויז צוליב דעם וואָס זיי האָבן נישט געהאַט דאָס געלט צו טרעפן צייטווייליק אַ מער-זיכער פּלאַץ?”

אַן איינוואוינערין האָט דערקלערט צום פּרעמיער-מיניסטער אַז אירע קינדער האָבן פאַרלוירן צוטרוי צום לאַנד. “קינדער דאַרפן נישט פילן ווי זיי האָבן נישט קיינעם וואָס זאָרגט פאַר זיי. כ’וויל נישט אַז קרית שמונה זאָל ווערן פאַרגעסן נאָך דער מלחמה,” האָט זי געזאָגט.

דער הויפּט פונעם געגנטלעכן ראַט אין חרמון, בעני בן-מובר האָט געזאָגט אַז אויב ער וואָלט נישט געהאַט באַקומען דרויסנדיקע הילף, וואָלט די לאַגע געווען פיל ערגער. “די פייערלעשער אין שטאָט איז געווען אַקטיוו בלויז צוליב די נדבות וואָס זענען דערהאַלטן געוואָרן,” האָט ער אויפגעדעקט.

אָלמערט האָט געענטפערט אויף די טענות, “כ’וואָלט גיכער זיך אָפּגעגעבן מיט דער צוקונפט, ווי איידער מיט דער פאַרגאַנגענהייט. דאָס איז די סיבה פון דעם וואָס איך בין היינט אַהערגעקומען. כ’פאַרזיכער אייך אַז אַ קאָמיסיע וועט עטאַבלירט ווערן, און מיר וועלן וויסן ווי אַזוי צו לערנען די נויטיקע לעקציעס.”

דער פּרעמיער-מיניסטער האָט זיך נישט צוריקגעהאַלטן פון אַרויפלייגן טייל פון דער שולד פון דער מלחמה מיט כיזבאָלאַ אויף זיינע פאָרגייער, זאָגנדיק אַז זיי האָבן נישט געהאַט געענטפערט צייטלעך אויף דער סכנה וואָס די לעבאַנעזער פּאַרטיזאַנען האָבן פאָרגעשטעלט צו ישראל.

“מיר האָבן געוואוסט יאָרן לאַנג אַז ס’איז פאַראַן אַ גרויסע סכנה, אָבער צוליב אַ וועלכער-ס’איז סיבה, האָבן מיר נישט איבערגעטייטשט דעם דאָזיקן פאַרשטאַנד אויף מעשים, אַזוי ווי מיר האָבן עס נאָר-וואָס געטאָן,” האָט אָלמערט געזאָגט.

“מיר האָבן געוואוסט וואָס איראַן טוט, וואָס סיריע טוט, מיט’ן באַוואָפענען כיזבאָלאַ. מיר האָבן זיך אויפגעפירט ווי מיר וואָלטן נישט געוואוסט,” האָט אָלמערט צוגעגעבן.

אָלמערט האָט פאַרטיידיקט די רעגירונג, זאָגנדיק אַז זי איז געווען ביי דער מאַכט בלויז צוויי חדשים, ווען די מלחמה האָט אויסגעבראָכן. דער קאַמף “איז געווען אַן אויפוועק-רוף וואָס דערמעגלעכט אונז זיך בעסער באַשיצן, אַזוי אַז דאָס וואָס איז געווען זאָל מער נישט פּאַסירן אין דער צוקונפט,” האָט אָלמערט געזאָגט.

הסתדרות הרבנים פאָדערט אויף אַז צה”ל זאָל בייטן אירע ‘מאָראַלישע פּרינציפּן’

די הסתדרות הרבנים פון אַמעריקע האָט אויפגעפאָדערט די רעגירונג פון ישראל דורכצופירן אַן איבערשאַצונג אין דער אַרמיי, וואָס אַנבאַלאַנגט דאָס איינשטעלן די לעבנס פון צה”ל-זעלנער אין קאַמף מיט די שונאים, אין אָנבליק פון דעם וואָס אין דער איצטיקער מלחמה אין לבנון, האָבן די “כיזבאָלאַ” טעראָריסטן גענוצט ציווילע לבנונ’ער בירגער, ווי אויך שפּיטעלער, אַמבולאַנסן, און מעטשעטן, אַלס שוץ-מיטל קעגן די ישראל-כוחות וואָס האָבן אַטאַקירט די “כיזבאָלאַ”-נעסטן אין דרום-לבנון.

די דעלעגאַציע פון דער הסתדרות הרבנים האָט געוויילט אין ישראל דריי טעג אויף אַ סאָלידאַריטעט-מיסיע, צוזאַמען מיט דער רעליגיעזער פרויען-אָרגאַניזאַציע “אמונה”. די דעלעגאַציע פון דער הסתדרות הרבנים האָט באַזוכט די ישובים אין צפון און דרום פון ישראל, באַזוכט פאַרוואונדעטע סאָלדאַטן און געזאַמלט אינפאָרמאַציע איבער די שאָדנס וואָס די מלחמה האָט פאַראורזאַכט אין ישראל.

הרב באַסיל הערינג, ווייס-פּרעזידענט פון דער רבנישער אָרגאַניזאַציע, האָט געזאָגט, אַז פון די באַגעגענישן וואָס די מיטגלידער פון דער דעלעגאַציע האָבן געהאַט מיט פאַרוואונדעטע צה”ל-זעלנער און מיט די דאָקטוירים, האָבן זיי באַקומען דעם איינדרוק, אַז די ישראל-אַרמיי האָט אומנויטיקערהייט געשטעלט אין סכנה די באַוואָפנטע כוחות צוליב מאָראַלישע חשבונות, ניט צו שאַפן קיין קרבנות צווישן דער לבנון-באַפעלקערונג.

אין אַ דערקלערונג וואָס די הסתדרות הרבנים האָט אַרויסגעגעבן ביים סוף פון דעם באַזוך, ווערט דערקלערט, אַז “ווי אידן איבעראָל, האָבן מיר אייביק אָפּגעשאַצט און פאַרשטאַנדען די אומפאַרגלייכבאַרע מאָראַלישע סטאַנדאַרטן פון דער ישראל-אַרמיי אין אירע קאַמפן מיטן שונא, איינגעשלאָסן די עמפּפינדלעכקייט צו פאַראורזאַכן וואָס ווייניקער קרבנות צווישן דער אומשולדיקער ציווילער באַפעלקערונג, וואָס געפינען זיך פּונקט אינעם פייער פון אַ קאַמף. היינט, אָבער, איז אמווייניקסטנס נויטיק צו באַהאַנדלען די רעאַקציע צו אַזאַ שונא ווי כיזבאָלאַ אין לבנון.

“עס איז ניט רעכט צו ריזיקירן מיט די לעבנס פון צה”ל-זעלנער כדי צו מינימיזירן די צאָל צייוילע טויטע אויף דער אַנדערער זייט”, האָט הרב הערינג צוגעגעבן.

די דעלעגאַציע פון דער הסתדרות הרבנים האָט ביי איר באַזוך אין ישראל בייגעשטייערט צענדליקער טויזנטער דאָלאַרן צו זופּ-קוכן און שפּיטעלער אין דער אידישער מדינה. די רבנים פון דער דעלעגאַציע האָבן געזאָגט, אַז זיי האָבן אין פּלאַן נאָכן צוריקקערן זיך קיין אַמעריקע, צו זאַמלען גרעסערע סומעס געלט פאַר די צענדליקער טויזנטער ישראל-בירגער אין די צפון און אַנדערע געביטן פון לאַנד, וועלכע האָבן געליטן פינאַנציעלע און אַנדערע שאָדנס צוליב די ראַקעטן-אַטאַקעס פון כיזבאָלאַ אויף די שטעט פון ישראל.

אויך הרב שמואל אליהו, דער רב הראשי פון צפת, און הרב צפניה דרורי פון קרית שמונה, זיינען קעגן די מאָראַלישע פאָרשריפטן פון דער אַרמיי ביים אַטאַקירן דעם שונא, וואָס ברענגט אַריין אין אַ סכנה די צה”ל-זעלנער.

הרב אליהו, זון פון געוועזענעם ספרדישן ראשון לציון הרב מרדכי אליהו, האָט דערקלערט, אַז די “קאָרופּטירטע מאָראַליטעט פון דער אַרמיי, וואָס זאָגט אַז אונזערע זעלנער מוזן איינשטעלן זייערע לעבנס כדי צו באַשיצן די ציווילע באַפעלקערונג אין לאַנד פון דעם שונא, איז די אורזאַך פאַרוואָס ישראל האָט פאַרלוירן די מלחמה קעגן כיזבאַלאַ אין לבנון”, האָט הרב אליהו דערקלערט.

הרב צפניה דרורי, דער רב פון קרית שמונה, האָט געזאָגט, אַז “די אנטיסעמיטן און שונאי ישראל פאַרלאַנגען פון אונז אַז מיר זאָלן נוצן ‘קריסטלעכע מאָראַליטעט’ בעת אונזערע שונאים פירן זיך אויף באַרבאַריש”.
טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on August 23, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations