דאָ דרוקן מיר אַ קאָפּיע פון דעם גורלדיקן חרם, געשריבן אויף פּאָרטוגעזיש, וואָס האָט געהאַט אַזאַ גרויסע השפּעה אויף דער ווייטערדיקער געשיכטע. דער דריי-און-צוואַנציק יאָריקער ברוך שפּינאָזאַ, וועמענס עלטערן זיינען שוין סיי ווי געשטאָרבן, האָט מער קיין קאָנטאַקט מיט אידן אַ גאַנץ לעבן ניט געקענט האָבן; דעם חרם האָט מען עד היום ניט צוריקגעצויגן.
צווישן די אונטערגחתמעטע זעט מען אויך דעם נאָמען פונעם באַקאַנטן רב און מקובל, ר’ יצחק אבואב ד’פונסקה, אַ געבאָרענער אין פּאָרטוגאַל וועלכער האָט זיך באַזעצט אין אַמסטערדאַם; דרייצן יאָר האָט ער פאַרבראַכט אויך אין בראַזיל. שפּעטער-צו איז אבואב געוואָרן אַ הייסער אָנהענגער פון שבתי צבי...
נאָכדעם ווי אַלע פעדים פון פאַרבינדונגען מיט אַנדערע אידן זיינען איבערגעריסן געוואָרן, איז שפּינאָזאַ אַריין אין אַ קרייז פון ליבעראַלע דענקער, פילאָסאָפן און וויסנשאַפטסלייט. ער האָט זיך אויסגעלערנט שרייבן אַ פּרעכטיקן לאַטיין און איז געוואָרן איינער פון די וויכטיקסטע פילאָסאָפן פון אייראָפּע.
דער דאָזיקער חרם האָט אים, ווי ס’ווייזט זיך אַרויס, אַרויפגעפירט אויף אַ לעבנס-וועג פון שאַפן זיינע גרויסע ווערק וואָס האָבן באַוויזן בייטן דעם גאַנג פון דער געשיכטע אין אייראָפּע, מיט געדאַנקען וואָס האָבן געהאַט אַ שטאַרקע השפּעה, מער ווי אַ יאָרהונדערט שפּעטער, אויף דער נייער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע. |