about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
דער פּאַסטוך
מיין מיינונג
יוסף יצחק יעקבסאָן
 

אויך אין די דרייסיקער יאָרן האָבן אידן געזאָגט אַז “היטלער איז אַ משוגענער”, אַז זיין ווערק “מיין קאַמף” איז בלויז אַן אויסדרוק פון מטורפדיקע, אומזיניקע אַמביציעס וואָס זענען נישט מסוגל צו פאַרווירקלעכט ווערן. אָבער דער “משוגענער”, ימח שמו וזכרו, האָט געמיינט וואָס ער האָט געזאָגט: ער האָט אויסגעמאָרדעט אַ דריטל פון דאָס אידיש פאָלק. אין בלויז פינף יאָר איז טויזנט יאָר אידישן לעבן אין מזרח אייראָפּע געקומען צו אַ שטומען סוף.

פאַרוואָס האָבן אידן בשעתו נישט פאָראויסגעזען די קאַטאַסטראָפע? לאחרי המעשה איז גרינג צו זיין אַ חכם און פרעגן “היתכן מיר האָבן נישט געזען”. דער קונץ איז צו זיין אַ חכם איידער די געשעענישן שפּילן זיך אויס, אין דער צייט ווען סוביעקטיווע לאָגיק שענקט אונז אַלע ראיות אַז “עס וועט גאָרנישט געשען”. יוסף הצדיק’ס פּקחות איז באַשטאַנען אין דעם וואָס ער האָט זיך נישט געלאָזט איינריידן אַז די זיבן יאָר פון זעטקייט וועלן אויף אייביק פאָרגעזעצט ווערן. ער האָט נישט דערלאָזט אַז די באַקוועמקייט פון דער איצטיקער סיטואַציע זאָל אים פאַרבלענדן צו וואָס די צוקונפט איז מסוגל צו ברענגען.

היינט, למשל, איז זייער פּאָפּולער און גרינג צו קריטיקירן אָסלאָ, גירוש עזה און אפילו דעם לבנון-צוריקצי. אָבער אין 1993, ווען יצחק ראַבין ע”ה און יאַסער אַראַפאַט האָבן זיך געדריקט די הענט אויף דער “נאות דשא” פון ווייסן הויז, האָבן בלויז “פאַנאַטישע רעכטע עקסטרעמיסטן” געוואַגט צו שרייען אַז אָסלאָ איז אַ היסטאָרישע טראַגעדיע וועלכע וועט גורם זיין אַ בכיה לדורות. פון דעם דאָזיקן רובריק האָט מיין פאָטער זכרונו לברכה, נישט אויפגעהערט צו טרייבן טריוואָגע אַז ישראל פירער לעבן אין אַן אילוזיע און אין אמתן דאַרף מען זיך גרייטן צו די נעקסטע מלחמה. אָבער ווער האָט געוואָלט הערן?  עס איז אַ סך גרינגער צו גלויבן אין שלום אָפּמאַכן; זיי שטערן נישט אונזער שלאָף.

היינט טאָרן מיר נישט באַגיין דעם זעלבן פאַטאַלן טעות. בדרך הטבע גייט צו אַ מלחמה מיט הונדערטער מיליאָנען מוסלמענער וועלכע גלויבן אַז ארץ ישראל און אַמעריקע מוזן אָפּגעווישט ווערן פון דער וועלט. דער נייער המן פון איראַן מיינט וואָס ער זאָגט; גלויבט אים אויף זיין וואָרט! אויב דער רשע מרושע וועט זיך דערוואָרבן נוקלעאַרע וואָפן וועט ער זיי פּרואוון ניצן, רחמנא ליצלן, קעגן די אידישע מדינה. דער מטורף וועט זיין גרייט אָפּמעקן אפילו האַלב פון זיין אייגענע מדינה אַבי צו פּטור ווערן פון די אידן און זייער לאַנד.

הערט אַ מעשה. טיאַדאָר הערצל האָט אַנטוויקלט זיין ציוניסטישע וויזיע כדי צו געפינען אַן ענטפער צום אַנטיסעמיטיזם. ער האָט געגלויבט אַז זייענדיק אין די גלות-לענדער, אורחים ביי פרעמדע נאַציעס, רופן אידן אַרויס האַס און שפּאָט. אַז אידן וועלן זיך דעוואָרבן אַן אייגן היימלאַנד, ככל הגויים בית ישראל, וועט דער אידישער פּראָבלעם ענדלעך געלייזט ווערן.

ווי ציניש איז דער לערן-בוך פון היסטאָריע. דאָס אידיש היימלאַנד איז היינט דער ציל פון די מעכטיקסטע אידן-האַס. לא זו בלבד וואָס מדינת ישראל האָט נישט געמאַכט אַ סוף צו דעם אַנטיסעמיטיזם, נאָר זי איז היינט געוואָרן די גרעסטע סיבה אויף שנאת ישראל... ווי ערקלערט מען דאָס?

הערצל האָט נישט באַגריפן דעם יסוד פון אידישער עקזיסטענץ. ער האָט געמיינט אַז אידישער קיום קען באַנומען ווערן אין דעם קאָנטעקסט פון אַנדערע פעלקער. גיט אידן אַ היימלאַנד, ווי די איטאַליענער האָבן איטאַליע און די פראַנצויזן האָבן פראַנקרייך, וועט מען זיי לאָזן צורו.

גויים פאַרשטייען אַמאָל דעם אמת וועגן אידן אפילו בעסער ווי אידן אַליין. בלעם האָט באַגריפן אַז אידישע היסטאָריע מוז באַנומען ווערן אין גאָר אַנדערע טערמינען. “הן עם לבדד ישכון”; מיר זענען אַן עלנט פאָלק. נישט באַלפור, נישט טרומאַן און נישט בוש קענען בייטן דעם געטלעכן רעאַליטעט. כלערליי יו-ען רעזאָלוציעס לטובת ישראל וועלן נישט בייטן די דאָזיקע מציאות וועלכע האָט זיך אָנגעהויבן ביים באַרג סיני. דאָס איז נישט אונזער שוואַכקייט, דאָס איז אונזער סוד הקיום: מיר זענען ניט אונטערגעוואָרפן די געזעצן פון פּאָליטיק און טבע; דער בורא עולם גאַראַנטירט אונזער עקזיסטענץ.

קיסר אנדריאנוס, איינער פון די אכזריותדיקסטע און מעכטיקסטע פירער פון דער רוימישער אימפּעריע, האָט זיך אַמאָל אויסגעדריקט צו איינעם פון די איינפלוסרייכסטע תנאים, רבי יהושע, “גדולה היא הכבשה שעומדת בין שבעים זאבים”, “מעכטיק איז די שעפּס וועלכע עקזסיטירט צווישן 70 וועלף”.

“אמר לו, גדול הוא הרועה שמצילה”. ניין, האָט אים רבי יהושע פאַרראָכטן. “גרויס איז דער פּאַסטוך וועלכער ראַטעוועט איר”! (אסתר רבה י, יא).

אויב עס זענען געווען צייטן ווען מיר האָבן זיך געקענט איינריידן אַז מיט אַ שטאַרקע מדינה, אַ מעכטיקע אַרמיי, און אַ דרייסטן פאָלק, איז אונזער קיום פאַרזיכערט, איז היינט צו טאָג קלאָר אַז “גדול הוא הרועה שמצילה”, אָן דעם פּאַסטוך האָבן מיר נישט קיין קיום אין אַ וועלט פון מסוכנדיקע וועלף. צו צוגלייכן זיך צו אַנדערע פעלקער וועט אונז נישט פאַרוואַנדלען אין אַ מער באַליבטן פאָלק. ניין, אַ ציוניסטישע היימלאַנד איז נישט דער ענדגילטיקער ענטפער צו אונזער היסטאָרישע מיסטעריע; מיר מוזן אויפלעבן אונזער פאַרבונד מיטן גרויסן פּאַסטוך.

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on September 6, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations