about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
אַ כוואַליע אַנטיסעמיטיזם באַד
יעקב בריל
 

אַ אידיש מיידל איז פאָריקע וואָך אַטאַקירט געוואָרן און אַוועקגעפאַלן אומבאַוואוסטזייניק אויף אַן עפנטלעכן אויטאָבוס אין לאָנדאָן, האָבן צייטונגען אין לאָנדאָן געמאָלדן.

די 12 יעריקע מיידל איז אויפגעשטיגן אויפ’ן אויטאָבוס צוזאַמען מיט אַ פריינט. דערנאָך זענען אַרויפגעקומען אויפ’ן אויטאָבוס אַ גרופּע פון פיר מיידלעך און דריי אינגלעך. איינער פון די יוגנטלעכע איז צוגעטראָטן צום מיידל און געפרעגט צי זי איז אידיש? האָט זי געענטפערט, “כ’בין ענגליש”. איינע פון די מיידלעך האָט איר גענומען האַקן מיט אַ סעלפאָן אין פּנים, געשלאָגן, געשלעפּט איר האָר און זי אַראָפּגעוואָרפן אויף דער ערד, און דערנאָך איר געשטויסן מיט די פיס.

דאָס מיידל איז געבליבן פאַרוואונדעט אין אויג און צעקלאַפּט און געשוואָלן אין פּנים און ברוסט-קאַסטן. די אינגלעך וואָס האָבן נישט אָנטייל גענומען אין דער אַטאַקע זענען געשטאַנען און זיך קאַלטבלוטיק צוגעקוקט צו דעם ברוטאַלן איבערפאַל. דער פריינד פון דעם מיידל איז נישט אַטאַקירט געוואָרן.

אין ענגלאַנד, זענען אידן באַדראָט פון אַ כוואַליע אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס, צוליב ישראל’ס מיליטערישן קאַמפּיין צו באַקעמפן כיזבאָלאַ אין לבנון. דער “לאָנדאָן טיימס” האָט געמאָלדן אַז די ווענט פון אידישע בתי מדרשים זענען באַשמירט געוואָרן, אידישע פירער האָבן דערהאַלטן אַנטיסעמיטישע מאַטעריאַל אין דער פּאָסט, און אומשולדיקע מענטשן זענען אויסגעשטעלט געוואָרן צו אַטאַקעס און וואַנדאַליזם איבער דער לענג און ברייט פון ענגלאַנד.

פּאַרלאַמענטאַרישע אויספאָרשונג אין ענגלאַנד באַשטעטיקט

אַן אויספאָרשונג פון ביידע פּאַרטייען אין דעם ענגלישן פּאַרלאַמענט גרייט זיך די וואָך צו באַריכטן אַז אַנטיסעמיטישע אומרוען זענען געוואָרן אַ פּראָבלעם אין ענגלאַנד, סיי אין די גאַסן און סיי אין די קעמפּוסן. דער באַריכט רופט פאַר באַלדיקע שריט פון דער רעגירונג, פּאָליציי און דערציאונגס-אויטאָריטעטן.

אַ באַאַמטער אין ענגלאַנד האָט דערקלערט אַז פאַרגאַנגענעם יולי, ווען די מלחמה אין לבנון האָט זיך אָנגעהויבן, זענען דערהאַלטן געוואָרן באַריכטן וועגן 92 אַנטיסעמיטישע אינצידענטן - דער דריט-ערגסטער חודש, זינט אינצידענטן האָבן אָנגעהויבן רעקאָרדירט ווערן אין 1984.

אין 2000, איז געווען די דורכשניטלעכע צאָל אַנטיסעמיטישע איבערפאַלן צווישן 10 און 30 אַ חודש. “די ציפערן באַשטעטיקן די באַווייזן וואָס מיר האָבן דערהאַלטן, אַז אַנטיסעמיטישע אַטאַקעס זענען אַ זייער-אמת’ע פּראָבלעם,” האָט דערקלערט דער געוועזענער מיניסטער דעניס מעקשיין, וועלכער האָט אָנגעפירט די פּאַרלאַמענטאַרישע אויספאָרשונג.

די “באָארד אָוו דעפּיויטיס אָוו בריטיש דזשוס” האָבן אַריינגעגעבן באַווייזן צו דער אויספאָרשונג אַז אַנטיסעמיטיזם אין ענגלאַנד איז אויף דער ערגסטער מדריגה. אין העסלעכע בריוו צו עלטערע אידישע פּערזענלעכקייטן, זענען אומשולדיקע אידן באַשולדיקט געוואָרן אינעם טויט פון ציווילע מענטשן פון לבנון.

“אויך באַציאונגען צום האָלאָקאָוסט זענען געווען דאָרט, טענהנדיק אַז היטלער האָט געדאַרפט פאַרניכטן אַלע אידן,” האָבן אידישע פאָרשטייער איבערגעגעבן.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on September 7, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations