about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
מען האָט צעמישט די יאָרן: תשס”
 

 די ישראל-פּרעסע האָט בטעות באַריכטעט איבער “צוגרייטונגען צום שמיטה-יאָר, וואָס וועט זיך אָנפאַנגען באַלד נאָך קומענדן ראש השנה תשס”ז”, ווען באמת וועט שמיטה אויספאַלן ערשט אַ יאָר שפּעטער, אין תשס”ח...

אין אַ דערקלערונג פאַר דער פּרעסע פון דער פינאַנץ-קאָמיסיע (ועדת הכספים) פון דער כנסת, איז באַריכטעט געוואָרן, אַז אין ענטפער צו אַן אָנפראַגע פון דעם פאָרזיצער פון דער קאָמיסיע, דער חבר הכנסת פון אגודת ישראל, הרב יעקב ליצמאַן, וועגן די נויטיקע צוגרייטונגען ביים אַגריקולטור-מיניסטעריום צו שמיטה, וואָס וועט פאָרקומען קומענדן יאָר תשס”ז, האָט דער אגריקולטור-מיניסטער שלום שמחון געלאָזט וויסן, אַז ער וועט צוזאַמענשטעלן אַ שטאַב באַאַמטע אין זיין ביוראָ, וואָס זאָל זיך אָפּגעבן מיט אַרויסגעבן געהעריקע שפּייז פאַרן ברייטן פּובליקום אין ישראל, “אָן דעם חשש פון שמיטה, במשך דעם שמיטה-יאָר תשס”ז”.

דאָס איז אַ פאַרדריסלעכער טעות. עס איז נאָך פאַראַן אַ גאַנץ יאָר ביז שמיטה, וואָס וועט ניט אויספאַלן אין תשס”ז, נאָר אַ יאָר שפּעטער, אין תשס”ח. די ישראל-פּרעסע, וואָס האָט זיך פאַרלאָזט אויף דער פּרעסע-דערקלערונג פון דער פינאַנץ-קאָמיסיע, האָט ניט קאָנטראָלירט דעם ענין, און פאַרעפנטלעכט דעם גרייזיקן באַריכט ווי ער איז איבערגעגעבן געוואָרן.

גלייכצייטיק האָט דער פינאַנציעלער זשורנאַל “גלובס” באַריכטעט וועגן דעם יאָר תשס”ז אַלס שמיטה-יאָר, ווי אויך די צייטונג “מעריב”. אפילו די רעליגיעזע צייטונג “הצופה”, וואָס ווערט אַרויסגעגעבן דורך דער מזרחי הפּועל המזרחי פּאַרטיי, וואָס אירע רעדאַקטאָרן וואָלטן לכאורה געמעגט וויסן ווען עס פאַלט אויס דאָס שמיטה-יאָר.

 

 

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on September 7, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations