about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
חזן העלפגאַט וועט אויפפלאַקערן
 

וועלט באַרימטער חזן יצחק מאיר העלפגאַט, דער טאַלאַנטפולער חזן ארי שוואַרץ און דער מרא דאתרא פון פּאַרק איסט שוהל, הרב אַרטור שניאור, וועלן אָנפירן מיט די סליחות און ימים נוראים תפילות און דרשות היי יאָר אין דער פּאַרק איסט שוהל אויף 68 גאַס אין מאַנהעטן.

מוצאי שבת נצבים וילך, 15:9 אין אָוונט, וועט הרב שניאור האַלטן זיין יערלעכע דרשה וועגן “ישראל און וועלט אידענטום”, אין ליכט פון די לעצטע שטורמישע געשעענישן אין מיטעלן מזרח. 30: 0 1וועלן זיך אָנהויבן סליחות, אָנגעפירט דורך דעם שר הנגינה יצחק מאיר העלפגאַט, חזן ארי שוואַרץ און דער פּאַרק איסט כאָר. אויך במשך פון די ימים נוראים   וועלן די חזנים אויפפלאַקערן דעם עולם מיט אַ התלהבותדיקן און אומפאַרגעסלעכן דאַוונען. “חזן העלפגאַט וועט שענקן דעם עולם די חזנישע יצירות פון יאָסעלע ראָזענבלאַט, משה קאַסאָוויצקי און מרדכי הערשמאַן און וועט אויפהויבן דעם עולם צו גייסטיקע הויכקייטן”, האָט הרב שניאור געזאָגט.

דער מרא דאתרא הרב שניאור וועט אינספּירירן דעם עולם מיט זיינע דרשות און דברי התעוררות, וועלכע וועלן באַהאַנדלען די אוניווערסאַלע אָנגעלעגנהייטן וועלכע שטייען אויפן סדר היום.

אַלע זיינען געלאַדן. פאַר טיקעטס און רעזערוואַציעס ביטע רופט: 212-737-6900

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on September 12, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations