about us     |     subscribe     |     contact us     |     submit article     |     donate     |     speaking tour     |     store     |     ePaper
    Events    Issues    Tradition    E-Paper
2021 more..

2020 more..

2019 more..

2018 more..

2017 more..

2016 more..

2015 more..

2014 more..

2013 more..

2012 more..

2011 more..

2010 more..

2009 more..

2008 more..

2007 more..

2006 more..

2005 more..

 

Click here for a full index

email this article       print this article
 
קאָפי אַנאַן עפנט אויף די יו-ע
מענדל אדלער
 

 “די וועלט איז דערשטוינט פון די מאָס פון אַגרעסיע וואָס ישראל ווייזט אַרויס כלפּי די פּאַלעסטינער”, אַזוי האָט דעם דינסטיק דערקלערט קאָפי אַנאַן אין זיינע דערעפענונגס ווערטער צום 61טן גענעראַל אַסעמבלי פון דער יו-ען אין ניו יאָרק.

אַנאַן האָט געזאָגט אַז די שלאַכטן צווישן ישראל און אירע שכנים האָבן גאָר אַ ווייטע השפּעה אויף מערערע לענדער און שטעט. “צוליב דעם סכסוך זענען מיר נישט מסוגל ברענגן שלום אין אַנדערע ערטער אין וועלט”, האָט דער גענעראַל סעקרעטער פון דער יו-ען דערקלערט.

ער האָט געזאָגט אַז כל זמן די פּאַלעסטינער לעבן אונטער אָקופּאַציע און אַז ישראלים ווערן געהרגעט אויף זייערע אויטאָבוסן, הערשט אַ גרויס כעס און צאָרן אין וועלט און עס איז שווער צו באַרואיקן די וועלט. “עס זענען דאָ די וואָס משפּטן ישראל לויט אַנדערע סטאַנדאַרטן; אָבער פון צווייטן זייט איז די וועלט שאָקירט פון דער מעכטיקער קראַפט וואָס ישראל באַנוצט קעגן די פּאַלעסטינער”, האָט אַנאַן געזאָגט.

אגב, דאָס איז די לעצטע גענעראַל אַסעמבלי מיט וועלכע אַנאַן פירט אָן. אָנהויב 2007 ענדיקט ער זיין אַמט אין דער יו-ען.

נאָך אַנאַן איז אַרויף אויף דער בימה פּרעזידענט בוש. ער האָט במשך פון 15 מינוט גערעדט וועגן דעם ישראל אַראַבישן קאָנפליקט און געזאָגט אַז ער גלויבט אַז עס איז דאָ האָפענונג צו גרינדן אַ דעמאָקראַטישע פּאַלעסטינער מדינה. ער האָט באַשולדיקט די עקסטרעמיסטן וועלכע דערלאָזן נישט דעם שלום און גערופן כאַמאַס צו דאגהן פאַר די פּאַלעסטינעראון נישט העצן צו טעראָר.

בראָנפמאַנ’ס רוף

דער פּרעזידענט פון אידישן וועלט-קאָנגרעס, עדגאַר בראָנפמאַן, האָט זיך געוואָנדן צום גענעראַל סעקרעטאַר פון דער “יו-ען”, קאָפי אַנאַן, ווידער צו עפענען די אויסשטעלונג איבערן חורבן פון אידישן פאָלק אין אייראָפּע, בעת דער פּרעזידענט פון איראַן, מאַכמוד אַכמעדזשיניאַד, וועט באַזוכן ניו יאָרק צו אַדרעסירן די גענעראַל אַסעמבלי פון דער פאַראייניקטער פעלקער אָרגאַניזאַציע.

אין אַ בריוו צום גענעראַל דירעקטאָר פון דער יו-ען, האָט בראָנפמאַן געשילדערט די דערקלערונגען פון דעם איראַנער פּרעזידענט איבער דער שואה, ווי צום ביישפּיל, זיין אויסדרוק אַז “די שואה איז אַ מיטאָס”. ער שרייבט אינעם בריוו וועגן דער פאָרשטעלונג פון חורבן-פילמען און מאָלערייען וואָס קומט פאָר אין איראַן, ווי אויך וועגן דער פינאַנציעלער און טאַקטישער הילף וואָס איראַן גיט פאַרן אינטערנאַציאָנאַלן טעראָריזם, און איבער דעם געיעג מצד איראַן צו באַקומען און פּראָדוצירן אַטאָמישן וואָפן, וואָס איז אַן אָפענע פאַרלעצונג פון דעם אָפּמאַך צו פאַרמיידן דאָס אַנטוויקלען און פאַרשפּרייטן נוקלעאַרן וואָפן.

“אלס גענעראַל פאָרזיצער פון דער יו-ען, וועלכער איז פאַרפליכטעט צו אַנערקענען די ווירקלעכקייט אַז עס איז פאָרגעקומען אַ חורבן פון אידישן פאָלק אין אייראָפּע, און ווי איינער וואָס איז אויך פאַרפליכטעט צו פאַרדאַמען און באַקעמפן אַנטיסעמיטיזם, פאַרלאַנגען מיר פון דיר אַרויסצוקומען אָפּצוהאַלטן ווידעראַמאָל די אויסשטעלונג איבער דעם האָלאָקאוסט, בעת עס וועט פאָרקומען די יערלעכע גענעראַל פאַרזאַמלונג פון דער יו-ען”, האָט עדגאַר בראָנפמאַן געשריבן צו קאָפני אַנאַן.

“עס איז ניט פאַראַן קיין שענדלעכערע זאַך ווי אַ מענטש וואָס גייט אַריין אין דער הויפּטקוואַרטיר פון דער יו-ען, און טוט גרינגשעצן אַלע גרונט פּרינציפּן און יסודות וואָס די יו-ען שטעלט מיט זיך פאָר. די ווידער-דערעפענונג פון דער חורבן-אויסשטעלונג ביי דער יו-ען, וועט ניט זיין קיין פאַרלעצונג פון פרייהייט פון אויסדרוק, אָדער פון די פּרינציפּן פון דער יו-ען. אַ רעדע וואָס העצט די מאַסן צו געוואַלד און שנאה, פאַרלאַנגט אונזער שאַרפסטע פאַרדאַמונג און איז אין קעגנזאַץ צו דערציאונג און מענטשלעכע ווירדע”.

אין יאַנואַר 2005 איז צום ערשטן מאָל דורכגעפירט געוואָרן די שואה-אויסשטעלונג ביי דער יו-ען הויפּטקוואַרטיר אין ניו יאָרק, צוזאַמען מיט דער ספּעציעלער סעסיע פון דער יו-ען אָפּצוצייכענען זעכציק יאָר זינט דער באַפרייאונג פון די קאָנצענטראַציע און פאַרניכטונגס-לאַגערן פון די נאַצישע הענט אין 1945.

דערווייל איז בראָנפמאַנס באַגער נישט פאַרווירקלעכט געוואָרן.

טוט דא א קוועטש. זייט אזוי גוט, און אבאנירט דעם "אלגעמיינעם זשורנאל".
Posted on September 21, 2006
email this article       print this article
Copyright 2005 by algemeiner.com. All rights reserved on text and illustrations